היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » נייער היידפארק פורום: ריין סאטמאר שטותים

נייער היידפארק פורום: ריין סאטמאר שטותים

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1479573

Jomobo » 22/7/2005 17:54

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=14621

יעדער קען דארטן שרייבן זיינע אייגענארטיגע שטותים בויך וויי און אפיניענס איבער יעדן און אלעס פון "סאטמאר"

ווארעמט אן אייער קיבארד און שמייסט אוועק דערנאך פילט זיך בעסער זענדיג ווי די ציפיות וואקסט ווי אויף הייוווען אין דעם פאפולערן סאטמערן פארום פאר שטותים אין שוטים פון סאטמאר חסידות

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=14621

פארקזיצר » 31/7/2005 17:43

פאר אלע מיינע פעלויס וואס זיצן אין פארק מיט מיר דא צוזאמן.

וויל איך אייך מעלדן אזוי ווי עס האט זיך אנגעדרייט א פיבער אז JNET גייט נישט לאזן פון היינט מאל אן אריין אין היידפארק און מיר זענען זייער צובראכן ווייל מיר וועלן נישט קענען שרייבן קיין שטותים און ליינען קיין היימישע שטותים.

וויל איך אייך בארואיגן אז ביז אונזער באליבטער פארום היימישע שטותים ווערט אנגענומען אין מסורת, און דווקא נאר אויף דערווייל!!! קענט איר קומען שרייבן שטותים אין "סאטמארע שטותים" אבער נאר אויף צייטווייליג מיר האפן אז ביז אפאר שעה וועלן מיר שוין דא זיין אין מסורת אויכט.

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=14621

קרעמער » 31/7/2005 17:52

איך האב פרובירט אריינצושרייבן דארט, און זיי שרייבן אז עס איז נאר פאר די וואס זענען מעמבערס.

דאס איז וואס איך האב געוואלט אריינשרייבן:
איר קענט דאך מיר, איך בין דער פאליטישער אנאליזירער פון דעם ברייט באקאנטן און געשמאקן פורום "היימישע שטותים".

מיר האבן דארט נארוואס באקומען אן איינלאדונג פון איינעם א פארק זיצער (איך ווייס נישט וויאזוי ער קען איינלאדענען געסט אהער, הלא אין אורח מכניס אורח?) אז מיר קענען שרייבן דאהי ווילאנג מיר וועלן זיך געפונען דאס פלאץ אין היידפארק מסורת.

על כן - אהובי ידידי - עפן איך דא א באזונדערן אשכול פאר דעם צוועק. דער עולם זאל דא שרייבן און ליינען "היימישע שטותים".

דער ארגינעלער פורום געפונט זיך דא:
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=11045

יישר כח פאר די מנהלים דא וואס לאזן מיר אריין (אויף צייטווייליג).

ידידכם, קרעמער

יולישעל » 31/7/2005 18:00

רעבע קרעמער איך האב דיך איינגעשריבן אלטס מעמבער.

און שכוח פאר פארקזיצר פארן לאדענען דעם גאנצן עולם ביי מיר אין בית המדרש ביז די הנהלה פון מסורת וועט אריינלאזן די JNET קאסטומערס.

זעליג ראזנטאל פון זשעינעט וועט פון מיר באקומען א גוטע פארציע הלמאי ער שיקט ר' הוטקע און ר' קרעמער און גלות מיט זייער גאנצע קהילה. אבער דערווייל האב איך אנגעצינדען די עירקאנדישאן און לעקטער איך האף זעליג וועט מיר צאלן דערפאר.

מאכטס אייך באקוועם

קרעמער » 31/7/2005 18:02

יישר כח. איך וועל פרובירן נאכאמאל איבערצושרייבן מיין הודעה דארט.