(די דאזיגע נייעס האב איך שוין געהאט איינמאל געשריבן דא, אבער אויפן פארלאנג פון די מנהלים נישט צו אריינמישן קיין פאליטיק אין יענעם אשכול, לייג איך עס איבער אין א באזונדערן אשכול)
פאריגע וואך פרייטיג, איז גאנץ כלל ישראל געווארן צושאקלט פון די שרעקליכע טראגעדיע ווען דריי נפשות זענען פון אונז אוועקגעריסן געווארן, און יעדער האט געטראכט וואס איז דער גורם, און וואס מען וויל פון אונז פון הימל.
ביי די טאפלטע לויות האט געהערשט א שרעקליכע אטמאספערע, די קולות זענען געגאנגען עד לב השמים, און א שטיינערנע הארץ האט געקענט צושפאלטן ווערן פון די בכיות און יעלות.
אבער דארט אויפן פלאץ איז אויך בשעת מעשה געווען אנדערע קולות !
שאול יודא מענדלאוויטש, דער טראסטי קאנדידאט אין קרית יואל, און היינטיגער כמעט-פירער פון בני יואל, דער איידעם פון שלמה פעדער, דער פאקטישער טראסטי... האט געהאט וויכטיגערע דאגות.
ער האט אן קיין שום בושה, מיט די גרעסטע מאס עזות און חוצפה וואס מען קען זען נאר ביי א בני יואל, נאכגעשריגן דארט אויפן פלאץ זיין אייגענעם רב, דער מרא דאתרא קרית יואל'ער רב שליט"א !
ער האט איבערגעגעבן דעם מעסעדזש וואס ער האט באקומען גלייך פון הימל, אז ר' אהרן טייטלבוים איז דער שולדיגער אין דעם עקסידענט.
שומו שמים על זאת !