די נעכטיגע מגיפה אין חדשות אנ"ש איז געווען די בלוטיגסטע אין די געשיכטע.
עס איז געווען א גועל נפש, גועל נפש מיט אן אלף מלשון ויגתגאל, און א גועל מיט אן עין. ממש א גרויל, און איך וואונדער זיך אויב די חשוב'ע מנהלים האבן זיך געכאפט אז דאס איז ארויס פון קאנטראל און האבן זיך אראפגעזעצט מאכן א שטיקעל סטראטעגיע וויאזוי מ'קען ענדיגן אזא בלוטיגע און עקלהאפטיגע שחיטה, בלוט-באד און מגיפה פון קללות און השמצות והוצאת שם רע אויף אזויפיל אומשולדיגע מענטשן וואס איז נעכטן פארגעקומען אויף דעם פארום.
איך קען זאגן מיט א רואיגן געוויסן, אז ידי לא שפכה את הדם הזה. איך האב נישט געוואלט נעמען קיין שום חלק אין די געמיינע הוצאת שם רע און מגיפה וואס דא איז פארגעגאנגען און דערפאר שפיר איך אז איך האב דאס רעכט צו פארלאנגאנגען פון די מנהלים צו נעמען די נויטיגע מעטאדן דאס איינמאל פאר אלעמאל אפשצושטעלן אז עס זאל בס"ד נישט פארקומען.
וואס איז אייער עצה
וויאזוי קען מען דאס אויפהערן אז יעדער זאל זיין צופרידן?