היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ליידער חדשות אנ"ש בעסטע מקור הנייעס

ליידער חדשות אנ"ש בעסטע מקור הנייעס

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1469363

zeidel » 16/7/2005 00:33

קוים אפאר שעה אריבער
עס האלט שוין ביי איבער פיר טויזענט מאל איבער געקוקט דעם ביטערן אשכול ל"ע

איך וואטש דאס פאר די לעצטע צען מינוט

עס איז ארויף פון 3800 ביז איבער 4200

קרןהתורה13 » 16/7/2005 00:46

ביי יעדע מעידזשער נייעס איז חדשות אנ"ש דער ערשטער אדרעס. לאמיר האפן עס זאל נאר זיין אויף פרייליכע נייעס.

gishmoker » 16/7/2005 00:50


הלואי נוצן נאר אויף שמחות געזונטערהייט

חלילה_וחס » 16/7/2005 01:59

א חבר מיינער האט מיך פריער געקאלט פון א קאר און געוויינט ממש אז ער איז שוין שעה'ן אין טרעפיק. יענער האט מיר צוגעלייגט קוק אויף היידפארק דארט וועסטו זיכער טרעפן וויאזוי דער עולם גיט זיך אן עצה...

למען הפונקטליכקייט, יענער איז צום סוף אריינגעפארן אויף שבת צו א ברודער אין קרית יואל.

בענעדיקט16 » 17/7/2005 07:26

יא, ליידער זענען מיר געוואויר געווארן די ביטערע נייעס דורך "חדשות אנ"ש", און מיטגעהאלטן ווי עס זענען אריינגעקומען לעבעדיגע באריכטן - קראנטע און צומישטע, ווי דער סדר איז ביי אלע אזעלכע סארט געשיכטעס.

עס קומט א קרעדיט פאר די וואס האבן געוואוסט די נעמען פון די באטראפענע און האבן זיך איינגעהאלטן פון עס ארויסגעבן ווילאנג די משפחות ווערן געמאלדן, וואס דאס איז נישט מער ווי יושר, מענטשליכקייט, און נימוס ודרך ארץ.

זאל השי"ת האלטן די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער, און זאל דער זומער אדורכגיין בשלום. שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.

איחודמעמבר » 17/7/2005 17:29

איך קום יעצט ארויף אויף היידפארק, זונטאג צופרי 10:30 און איך זע אז דער אשכול פון די טראגעדיע האט שוין העכער 14,000 צפיות.