אזוי ווי די וואך איז געווען א שוואכע וואך אין די נייעס, מען האט איין טאג ארעסטירט פיר מענטשן אין היטראו עירפארט אין לאנדאן נאר זיי צו קענען באפרייען יענעם טאג. מען האט צוביסלעך ארויסגעגעבן דעם גרויסן סוד וואס יעדער איינער האט שוין לאנג געוואוסט אז די אטאקע דארט איז פארגעקומען דורך די איסלאמישע פאנאטיקער. דאהי אין אמעריקע איז אויך כמעט נישט געווען קיין נייעס, אויסער אז דער הויפט ריכטער פונעם סופרים קאורט איז צום וויפלטן מאל אריין אין שפיטאל און ארויס נאך יענעם טאג צו להכעיס פון די אלע וואס ווארטן ער זאל כאפן א פגירה. פאר א לאנגע צייט האט אויסגעזען ווי דער אלטער וויליאם רענקוויסט האט א פארמעסט מיטן פויפסט ווער עס וועט לענגער אויסציען דעם אטעם, אבער יעצט אז דער פויפסט איז שוין אויפגעגעסן פון די ווערים פארשטייט קיינער נישט אויף וועמען דער אלטער קראכער אן א רי"ש אינדערמיט ווארט נאך.
האב איך זיך דערזען מיט א הויפן איבריגע צייט אויף די האנט, ווייל אויסער מייקעל סעבעדזש איז סייווי קיינער נישט אינטערסאנט אויף די ראדיא, און אפילו מייקעל אליינס האט די וואך פארלוירן קאנטראל אויף זיך און האט ארויפגעברענגט עפעס א פראפעסאר וואס טענה'ט אז על קאידא האט שוין אונטערגעלייגט צוואנציג נוקלעארע רענצלעך אין פארשידענע שטעט אין אמעריקע מיטן פלאן אז זיי זאלן אויפגעריסן ווערן אין די זעלבע צייט, און אז פינף טויזענט שלאפעדיגע טעראריסטן דרייען זיך אין די גאסן צווישן אונז און טייל פון זיי האבן זיך גאר ארויפגעארבעט אנגענומען צו ווערן אין די עף.בי.איי. ראנקן וואו זיי כאפן אויף שפיאנאזש און געבן עס ווייטער פאר זייערע אויבערהארן אין אפגאניסטאן. און מייקעל וועלכער איז געווענליך א האלב נארמאלער מענטש האט פארלוירן דעם דעת און האט יענעם אויסגעפרעגט איבער א שעה פונקטליך זיינע מיינונגען טראצדעם וואס יענער האט נישט געקענט אנצייגן קיין איין פארלעסליכן מקור פון וואנעט ער נעמט זיינע השערות.
איך וואלט שוין אפילו מסכים געווען אויסצוהערן על פרענקין אויף די אמעריקאנע לופט סטאנציע, אבער איך האב פונקט געזען א טעקסי פארביי פארן מיט א גרויסן בילד פון אים דערויף און עס האט מיר פשוט אוועקגענומען די אפעטיט פון אים צו הערן. בכלל הייסט ער כלומר'שט א קאמידיען און לץ, אבער איך ווארט נאך יעצט צו הערן איין ווארט וואס זאל מיר צוהעלפן ארויפברענגן א שמייכל אויף מיינע פארזויערטע לעפצן, אפילו איך קיצל זיך קען איך נישט צום לאכן קומען פון זיינע אומגעלונגענע וויצלעך.
האב איך נישט געהאט קיין גרויסע ברירות נאר געגאנגען אין קרעמל אריין, דאס פלעגט מען אמאליגע צייטן אנרופן א שוהל אבער היינט הייסט דאס א קרעמל, ווייל מען פארקויפט דארט טעיפס מיט סענדוויטשעס, די טעלעפאנען צוקלינגען זיך יעדע פערדע מינוט מיט א צווייטע סארט קלינגעדיגע געזאנג, און מען טיילט דארט טעגליך צייטונגען בחנם וואס דערציילן די וועטער פון פאריאר אזא צייט.
האב איך דארט אין קרעמל געזען א שאכטל טעיפס בחינם, און ווי די וועלט זאגט אויב עס איז אומזינסט פַּאק מיר איין צוויי, האב איך א כאפ געטאן א טעיפ נישט קוקענדיג וואס עס שטייט אויפן לעיבל, ווייל געווענליך קען מען אפילו נישט גלייבן דעם צעטל, אסאך מאל איז דאס אזוי גרייזיג אז מען ניטאמאל אויסליינען וואס דארט שטייט, און אויב עס מאכט זיך שוין יא אמאל אז מען האט געהעריג אויסגעליינט די לעיבל פונעם טעיפ, ווערט מען געוואויר נאכן אויסהערן דעם גאנצן טעיפ אז די טעיפ קאמפאני האט ארויפגעקאפיעט דערויף גאר א צווייטע דרשה און זיי האבן פשוט פארגעסן צו טוישן דעם לעיבל.
אהיימקומענדיג עפן איך אויף דעם גרויסן סטיריא טעיפריקארדער און איך גליטש אריין דעם קאסעטע, איך נעם ארויס די גרויסע העדפאונס און גרייט זיך צו הערן דעם טעיפ בנשימה אחת, איך האב דאך נישט עפעס בעסער וואס צו טאן. איך האב זיך געראכטן אויף נאך א דרשה קעגן די ווערימדיגע וואסער אדער די עבודה זרה שייטלען, איך האב געמיינט אז איך וועל אנטשלאפן ווערן נאך פאר דער רעדנער וועט ענדיגן זאגען דעם פסוק אויף וואס ער שטעלט זיך. אבער ווי אויפגעלייגט בין איך געווארן ווען איך האב אנגעהויבן איינזעהן אז נישט מער און נישט ווייניגער, דאס איז א יקר המציאות'דיגער טעיפ וואס מען האט בשתיקה אפגעכאפט אן קיין רשות פון די גבאים, בשעת די פארברענג וואס איז פארגעקומען אין קהל שערי קנייטש הוטקע פארגאנגענעם זונטאג ביי די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מלך המשיח שליט"א מ'ליובאוויטש.
איך בין געווארן אזוי אויפגעוואכט ווי נאכן טרינקן א קאפאטשינא מיט אן איבערפלוס פון קעפיען, איך האב זיך געראכטן אז איך וועל שוין האבן פראבלעמען איינצושלאפן ביינאכט נאכן הערן אזא געשמאקע טעיפ, אבער ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען נאך א וויילע האט דער טעיפ אנגעהויבן קראצן, און האט זיך פארהאנקערט פונקט אינמיטן די דרשה פון כ"ק אדמו"ר מ'הוטקע שליט"א, וואס זייענדיג כטוב לב המלך ביין שרף האט ער גערעדט זאכען וואס מען הערט נישט געווענליך פון אים א גאנץ יאהר, איך האב זיך שוין געהאט אויסגעשארפט די ציין און אנגעשפיצט די אויער אויפצוכאפן יעדע אות וואס וועט ארויסגיין מפה קדשו, זייענדיג פון די געטרייע חסידים וועלכע לעכצן צו הערן יעדע הגה פי וואס דער רבי זאל לעבן לאזט ארויס פון זיין מויל. אבער ליידער האב איך נישט געקענט אויפכאפן געהעריג די תוכן פון די גאנצע דרשה, אויסער אפאר קורצע זאצן דא און דארט, און איך וועל מקיים זיין דעם אל תמנע טוב מבעליו, און דא מעתיק זיין די פאר אויסצוגן וואס איך האב יא זוכה געווען צו פארשטיין פון די מאמר פונעם רבי'ן.
דער אנהייב איז נאך געווען גאנץ קלאר, דער רבי האט אנגעהויבן מיטן ערשטן פסוק פון די וואכעדיגע סדרה, וירא בלק בן צפור. און מיטן באקאנטן תנועה מיט וואס ער זאגט געווענליך די מאמרים, האט ער געזאגט אזוי, וירא בלק בן צפור, בלק בן צפור האט געזען, וואס האט ער געזען, וואו האט ער געזען, ווען האט ער געזען, נאך איז שווער, האט דען נאר בלק געזען, ווער עס האט געהאט אויגן אין קאפ האט געקענט זעהן, אויב אזוי וואס איז די גרויסע רבותא אז בלק בן צפור האט געזען. דא איז דער רבי אריין אין אן עקסטאז און האט אויסגעשריגן, אפילו איך זעה, און איך זעה מער ווי סתם אבי געזען, איך זעה יעדע זאך וואס איר טוהט, סיי דא אין בית המדרש און סיי אינדערהיים, אפילו בחדרי חדרים ווייס איך וואס איר טוט, און נישט נאר איך זעה סתם, נאר איך זעה אפילו דאפעלט, די חסידים האבן דא אויסגעפלאצט אין א הילכיגן געוויין, זיי האבן אודאי געמיינט אז דער רבי רעדט עפעס העכערע זאכען, אבער די מבינים האבן געוואוסט אז דער רבי זעהט דאפעלט פשוט ווייל ער האלט נאך צוויי פלעשלעך זעקס און ניינציגער, און טאקע דערפאר דאכט זיך אים אויך אז ער קען אריינקוקען בחדרי חדרים פון יעדן איינעם און זען וואס עס טוט זיך דארט אפ.
דאן איז דער רבי אריינגעפארן אין א העכערע קבלה שמועס וואס איך האב ליידער נישט זוכה געווען צו פארשטיין צופיל דערפון, וויפיל איך האב יא פארשטאנען איז געווען אז די חסד פאלט אריין צו די קליפות און דאן איז עק וועלט, יונגעלייט שיקן די ווייבער אין די קאנטרי און זיי מיינען אז דער באשעפער פארט אויך אויף וואקאציע ח"ו און די שטאט בלייבט אויף הפקר מען קען טאן וואס מען וויל, זיך דרייען וואו מען וויל, היסתר איש במסתרים ואני לא אראנו נאום ה', זאכען וואס מען שטייט ווייט דערפון א גאנץ יאר איז מען זיך מקיל אין אט די ניין וואכען, וואספארא הפקר וועלט איז דאס, ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען גוזר געווען אז משפחות טארן זיך נישט שיידן במשך דעם גאנצן זוממער, אדער זענען ביידע אין די בערג אדער זענען ביידע אין שטאט, אזוי האט דער רבי פארפירט און איינגעריסן און בשעת מעשה אריינגעגאלפט א כוסה נאך א כוסה, די גבאים האבן געציטערט פארן רבי'ן'ס לעבן וויסענדיג אז זיין שוואכע כאראקטער קען נישט פארנעמען צופיל פונעם ביטערן טראפן. אבער נאך מער האבן זיי געציטערט אז דער רבי וועט זיך נעמען אויסזאגען סודות פון חדר, האבן זיי מרמז געווען פאר די חסידים אז מען זאל אנהייבן זינגען א ניגון, דאן האט מען טאקע געזינגען די ניו דזשערסי כלאפצי ניגון וואס איינער פון די אנוועזענדע האט שוין דא ארויסגעברענגט אויפן פארום און מען ברויך עס נישט איבער'חזר'ן.
ביפ ביפ ביפ הערט זיך אויפן טעיפ, טייערע אידן ובשכבך ובקומך טעיפ קאמפאני וויל אייך דערמאנען אז דאס איז נאר א מילתא דבדיחותא פארן לערנען, איר ברויכט נאך עפענען היינט א אידיש ספר און זיך זעצן לערנען מיט א פרישקייט אדאנק די ווערטלעך פון דעם טעיפ, ביפ ביפ ביפ, אנטשולדיגט פארן אויפוועקן.
ווען דער רבי האט זיך אויפגעכאפט פון זיין טיפע חלשות איז ער געווען נאס ווי שמחת תורה נאך די הקפות, ער האט געשוויצט און זיין פנים איז געווען פארפלאמט, וואס צוזאמען מיט זיין רויטע בארד האט דאס אויסגעזען כצאת השמש בגבורתו, א העלישע פלאם, מען האט נישט געקענט קוקען אויף אים נאר מיט זון גלעזער. דער רבי האט אוועקגעשטופט אלע גבאים און האט זיך גענומען רעדן הדרכה פאר אינגעלייט וואס דא האט זיך די טעיפ גענומען קראצן און איך האב נאר געקענט אויפכאפן מאדנע ווערטער, איך וועל שרייבן לויט וואס איך האב געהערט, אפשר וועט איינער קענען צוזאמשטעלן די חלקים וואס פעלן.
בתוך הדברים האט דער רבי ארויסגעברענגט אז די אזויגערופענע טשעטרומס אויף וואס טייל זענען געוואוינט צו שטופן די צייט, זענען געמאכט נאר פאר פארלוירענע עלעמענטן, מענטשן וואס האבן זיך שוין מייאש געווען פון זייער לעבן, ווער עס גייט אריין אין אזא סארט שמועס צימער איז ווי גלייך ער גייט אויף זעלבסטמארד ח"ו, אויסער וואס דאס איז די גרעסטע און ערגסטע צייט פארברענגעריי, איז דאך דאס פארבינדן מיט די דריי הארבסטע עבירות. מען קען דארט אנטרעפן די ערגסטע סארט עלעמענטן, זיך אנזען און אנפלוישן מיט די ערגסטע שמוץ, וואס ביי א ניכטערן מענטש אין די לונג איז ביי א טשעטער אויפן צינג, ווען מען ענדיגט שמועסן א שעה אדער מער כאפט מען זיך הערשט ביים קאפ וויי געוואלד וואס האב איך דא געטאן, איך האב דאך פארברענגט די צייט מיט גארנישט, און נאך פיהל ערגער ווי גארנישט, וואלט איך געליגן אין בעט און זיך אויסגערוהט אין די צייט וואלט איך גאר געהאט א מצוה, ווייל איך האב דא צוזאמגעשמועסט שטותים והבלים, און הלואי וואלט דאס געבליבן נאר ביי דעם, דא האט די טעיפ אביסל געקראצט, אבער איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי די וואס האבן געהאט די זכיה צו זיין אנוועזענד האבן זיי מיר איבערגעגעבן א סוד אין אויער אז דער רבי האט זיך ברבים מודה ומתודה געווען אז ער אליין איז שוין כמה פעמים נכשל געווארן און אפגעזיצן לענגערע תקופות, טעג און נעכט, אויף די סארט צימערן, און אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס שעמט ער זיך נישט און קען זאגען מבשרי אחזה, איך האב אליין געזען דעם פראבלעם מיט מיינע אייגענע אויגן און איך בין א געליטענער דערפון ואין חכם כבעל הנסיון, ווי דער מאמר העולם לויטעט, בין דער דאן דעט.
דערהערנדיג די ווערטער ווי זיי גייען ארויס מפורש יוצא מפי רבינו שליט"א האבן די חסידים זיך מחזק געווען אז זיי זענען נישט אליין, דער רבי פארלאזט זיי נישט און גייט מיט מיט זיי אפילו אויף די נידריגסטע פלעצער און מצבים, זיי האבן זוכה געווען צו א רבי וואס לאזט זיך אראפ פון זיינע הויכע מדרגות אבי אויפצוהייבן זיינע חסידים פון די שמוץ פון דער ערד, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ אויף די ווערטער אשרינו מה טוב חלקינו, אשרינו שיש לנו רבי כזה, ה הו הוט הוטק הוטקע.
פאר מער אינפארמאציע, ווי אויך ווער עס וויל פארשאפן א טעיפ פון די דרשה זאל זיך מעלדן צו מיר אין תיבה אישית, א דאנק.