היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » סעילס טעקס באאמטע באזוכן אין ק"י

סעילס טעקס באאמטע באזוכן אין ק"י

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1467783

קריתיואלער » 15/7/2005 00:34

היינט האבן זיך ארומגעדרייט רעגירונגס באאמטע צווישן די געשעפטן אין קרית יואל, צו זען אויב מען בעט סעילס טעקס אויף יעדן פראדוקט.

זיי זענען אויך אריינגעגאנגען צו פריוואטע געשעפטן איבער קרית יואל. ביי קרויס היט סטאר האבן זיי געפרעגט דעם אנגעשטעלטן אויב ער בעט סעילס טעקס אויף יעדן היט, ער האט נישט געוואוסט פון וואס זיי רעדן, און זיי האבן אים געזאגט אז אויב ער לייגט נישט ארויף א צעטל אז ווען מען קויפט א היט איז אריינגערעכנט סעילס טעקס, קען ער באקומען א קנס פון 10,000 דאלאר.

זאל דער אייבערשטער האלטן זיין רעכטע האנט אויף אונז אלע.

זשוליאני08 » 15/7/2005 02:52

זיי זענען געווען ביי הצלחה שיך סטאר, און די באלעבאסטע האט געזען אז זיי פירן זיך אויף זייער אינטערסאנט. זיי האבן געבעטן א פאר שווארצע שיך אן טשעקן אפילו די סייז.

סתם פאר נייגעריגקייט וואס זיי גייען טאן האט זי ארויסגעברענגט אן אנדערע פאר שיך וואס איז געווען א גרעיע קאליר און זיי האבן עס געקויפט...

דער עיקר אז אידן מאכן פרנסה פון די רעגירונג.