היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » פארמאסי הייבט אן צו דעליווערן אומזיסט

פארמאסי הייבט אן צו דעליווערן אומזיסט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1466175

געשמאק » 14/7/2005 01:25

די קרית יואל פארמאסי האט לעצטנס אנגעהויבן צו דעליווערן מעדיצינען אומזיסט נאכדעם וואס א פארמאסי אין מאנסי האט עדווערטייזד אז זיי דעליווערן פון מאנסי פרעסקריבשען'ס ביז צו די טיר

די פארמאסי אין מאנסי הייסט "מעפל" ווייסט איינער ווער איז דער אייגענטומער ????

זאליweaky » 14/7/2005 01:44

כ'הער אז יענע נייע פארמאסי שטעלט זיך אראפ פארנט פון די עזרת חולים און דר. ווערצבערגער, און זיי טראגן אן צו נעמען די פרעסקריפשאן און אהיים דעליווערן די מעדעצין ביז עטליכע שעה.

אבער קרית יואל'ער אידן ווייסן דעם כלל פון עניי עירך קודמין, ובפרט ווען די הכנסה גייט פאר די אייגענע מוסדות - און יענע פארמאסי איז בכלל נישט ביליגער ווי די קרית יואלער פארמאסי.

על אחת כמה וכמה, ווען אין די קרית יואל'ער פארמאסי איז דא אזא איד ווי ר' שמואל לייבוש וויינבערגער, וועלכער איז גרייט געהארגעט צו ווערן פאר א צווייטן, און שלאפט נישט קיין נעכט צו ארויסהעלפן אנדערע אידן.

(אזוי ווייט, אז עס איז געווען א ערנסטע רעדע אז ער זאל לויפן פאר טראסטי, וויבאלד אפילו פנחס יאקאבאוויטש פערזענליך האט שוין געהאט פון אים געוואלדיגע טובות - ביז מען האט איינגעזען אז פנחס יאקאבאוויטש האט נישט קיין פראבלעם מיט קיין זאך אין דער וועלט, אבי צו באקומען אפאר דאלער מער פון די שטאט)


עס איז פשוט נישט קיין יושר, אז ווען מען האט א ערנסטן פראבלעם זאל מען לויפן אינמיטן די נאכט צו ר' שמואל לייבוש, און צוליב א נישטיגע באקוועמליכקייט ווי די נארישע פאר טריט צום שאפינג סענטער זאל מען אוועקנעמען דעם פארדינסט וואס קומט זיך אים מיט רעכט.

געשמאק » 14/7/2005 02:48

אבער למעשה איז געווען דעליווערי סערוויס ביז היינט, צו נאר אדאנק די קאמפעטישען האבן זיי דאס יעצט אנגעהויבן ???

תיבהאישית » 14/7/2005 03:20

kj pharmacy did have delivery service before for just $1
now because of maple pharmacy they started to give free delivery service.

געשמאק » 14/7/2005 04:03

דער סוף וועט נאך זיין אז מען וועט באקומען א 10% דיסקאנט.

אלעס א דאנק קאמפעטישן.

KJAlliance » 14/7/2005 05:57

לויט ווי איך הער איז 'מעפל פארמאסי' די איינגטום פון ר' חיים בער אדלער פון קרית יואל, די פארמאסי איז אין מאנסי אויף מעפל קארנער מוירטעל, ממילא הייסט עס מעפל

די געלט האט אינוועסטירט זיין איידעם הרבני הנגיד החשוב מוה"ר יוחנן מאנן ני"ו

און דאס איז אויך קלאר אז ר' שמואל לייבוש, איז אין כדוגמתו אין ארויסהעלפן "יעדן" איד סיי וועלעכע צייט, אוואו מען זאגט אויף ענגליש 24/7/365

אבער, למעשה זענען די חשובע........ משפחת כהנא.... די בעלי בתים, און זיי האבן א מנהג, אלעס זאל הייסן אויף קאנגרעגעישאן און מכלומרשט צו געבן א חלק פאר צדקה ווען למעשה געבן זיי א גרויסע מכה, פון די גמ"ח אין ווילי טאון, ביז די 'קעי גארדן' דירות ביז די געוועזענע 'מעדיקל סענטער' - ביז מען איז פטור געווארן פון זיי - און אויך די פארמאסי

ממילא ווען שמואל לייבוש וואלט געווען דער בעל הבית וואלט געווען איין זאך, אבער למעשה זענען די כהנא'ס די בעלי בתים און דעריבער................. און שוין

Lumber » 14/7/2005 16:29

איך האלט אז ס'איז שוין די העכסטע צייט ס'זאל זיך עפענען א צווייטע פארמאסי אין קרית יואל.

ווער ס'איז שוין אריין אין די יעצטיגע פארמאסי האט שוין זיכער געזעהן די געדרענג וואס דארט טוהט זיך אפ, מענער און פרויען שטייען און ווארטען צוזאמען, ס'איז פשוט נישט אויסגעהאלטען לויט די גדרי צניעות...

מיך גייט נישט אן ווער עס מאכט אויף א נייע, זאלן אפילו די יעצטיגע בעלי בתים עפענען נאך א ברענטש. אבער עפעס מוז געטוהן ווערען.

שטעלט אייך פאר אז קר"י זאל האבן די זעלבע צאל שיך סטארס אד"ג פונקט ווי 20 יאר צוריק.

אז דער עולם וואקסט, דארפן די געשעפטן אויך וואקסען.

getme » 14/7/2005 23:10

די פארמערסי אין קר"י איז א דיזעסטער

עס וואלט געמעגט זיין 4 מאל אזוי גרויס לויט וופיל קאסטומרס זיי האבן

כ'האב שוין כמה פעמים געהערט אין איך מיין אז עס איז אמת אז די מוסדית באקימען פין די פארמערסי נישט מער ווי די רענט פאר די שאפונג סענטער מילא מוסדות איז נישט קיין אישו דא

אזוי אויך באלאנגט עס פאר כהנא נישט פאר וויינבערגער
{אפשר איז ער א שטיקעל שותף אבער נישט מען ווייל די כהנא'ס לאזן נישט ציפיל כידיע}

מילא וויבאלד די מעפעל פאמארסי באלאנגט פאר תושבי קר"י איז עס פינקט אזוי גיט
בפרט יוחנן מאנן וואס איז א זעלטענער לב טוב