היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » על שלא הספדוהו כהלכה

על שלא הספדוהו כהלכה

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1465932
בלאט: 1 2

all5in1 » 19/7/2005 01:17

the_mouse איך שרייב מיינע ווערטער אויפן קאטש מיט א קאלט גלעזעל ארענדש דשויס {היינט בין איך פליישיג} זייער ראויג

באלד גיי מיר דאווענענן מנחה {נישט אינעם אלטען בנין פין בית יעקב}

the_mouse » 19/7/2005 01:22

מיט אפעטיט מיין ידיד

אפשר וועט מען זיך נאך טרעפן אינטען ביי 'ארוחת ערב'

A_Jew » 19/7/2005 02:39

MUD שרייבט די בלאפער איך האב דיך געזעהן. די האסט טאקע געוויינט, אויף וואס? די האסט רבינו מהרנ"ץ כמעט ווי נישט געקענט, וואס פאר א התקשרות האסטו געהאט מיט עם? ליידער האבען מיר נישט זוכה געווען.
ווען די האסט געשפילט מיט די קארטען האסטו מתפלל לרפואתו?

איך האב געזען יודען וואס זענען געווען נאנט מיט עם און האבען נישט געוויינט. ליידער איז געווען א מצב פון טוב מות מחיים, ווי א רב האט מעורר געווען, בשם א פריערדיגע גדול, אז אמאהל אין אזא מצב איז בעסער צובעטען ...


דו האבט מיר באשולדיגט מיט זיין א בלאפער, פארוואס? לו יהא אז איך האב דעם מהרנ"ץ כמעט נישט געקענט און איך האב נישט געהאט קיין התקשרות מיט איהם, מיט וואס בין איך א בלאפער?

און בכלל, פון וואו נעמסטו דאס אז איך האב איהם נישט געקענט? אה"נ עס זענען נאר געוועהן יחידי סגולה וואס האבען דעם קדוש 'געקענט' און געהאט א שטיקעל מושג אין איהם, און איך בין נישט פון די דאזיגע, אבער לפי השגתי האב איך איהם געקענט.

פון וואו נעמסטו אז איך האב נישט געפילט קיין התקשרות מיט אותו צדיק (אפי' אהן קלינגען און 'מאנען התקשרות')? איך האב געפילט א שטארקע נאנטקייט צום רב ז"ל הכ"מ און דערפאר האט עס מיר אזוי ווייגעטוהן ווען ער איז אוועק. אז דער רוח אפינו משיח ה' אשר אמרנו בצלו נחיה בגוים נלכד בשחיתותם.

איי איך האב מיר נישט אלעמאל געפירט מיט די גרעסטע מדריגה פון צדקות וקדושה, איז וואס? און אז א קינד וואס פאלגט נישט אלעמאל זיין טאטע פארלירט ל"ע זיין פאטער טוט עס איהם נישט וויי?

דער אמת איז, אבער, אז איך האב נישט געוויינט נאר אויפן רב ז"ל, נאר אויפן חורבן ביהמ"ק און אויף מיתת צדיקים בכל הדורות. איך האב געוויינט אויף אלע צדיקים וואס איך האב זיי נישט געקענט און איך וועל מער אפי' נישט קענען זעהן א מעין פון זיי. איך האב געוויינט פון אויפסניי אויפן פריערדיגע רב ז"ל זי"ע. איך האב געוויינט אויף מיין זוהן וואס וועט מוזען אויפוואקסען אהן ער זאל האבען געזעהן א צדיק אמת. אויף דער וועלט וואס איז געבליבען שמם ביז משיח'ס טאג.

ווען יודען האבען פארלוירען א ביהמ"ק האבען זיי זיך מחזק געוועהן מיט די צדיקים באותו הדור. מען האט זיך געטרייסט על מיתת התנאים מיט די אמוראים. נאך זיי מיט די רבנן סבוראי, מיט די גאונים, ראשונים ואחרונים ביזען היינטיגע דור. ווען דער פריערדיגע רב ז"ל איז נסתלק געווארען האב איך נישט געקענט פארשטיין וויאזוי די זון קען נאך אויפשיינען און די וועלט קען אנגיין. עס איז געוועהן א אימה חשיכה גדולה. אבער עס איז נאך איבערגעבליבען דעם אור האבוקה רבינו זצ"ל הכ"מ. מיט איהם האבען מיר זיך געטרייסט נאכען מהר"ש ז"ל. מיר האבען נאך געפילט א שטאלץ צו זאגען 'איך בין א באבובער חסיד', וויסענדיג אין הארצען אז אונז האבען א רבי'ן א מלאך.

ליידער ביום המר והנמהר י"ב אד"ב האבען מיר פארלוירען די לעצטע רינג אינעם קייטעל - א קייטעל וואס האט זיך געצויגען, דורך באבוב, צאנז, ראפשיץ וכו', ביז צום משה קיבל תורה מסיני. מיר וועלן שוין מער קיינמאל נישט האבען די געלעגנהייט צו זעהן די שכינה הק' - ביז משיח'ס טאג. ועל דא ודאי קא בכינא.

איין זאך האב איך אבער יא מחליט געוועהן, אז איך וועל כאטש בלייבען מיט די קבוצה וואס פירט זיך אין זיינע וועגן. וד"ל.

נב. צו זאגען אז מ' דארף מתפלל זיין אויף פארקערט פון לעבן איז גובל אין כפירה. היפלא מה' דבר? איז דען נישט געוועהן מעגליך אז דער אויבישטער זאל אלעס איבערדרייען לטובה, און דער רב זאל ווערן פאלקאם געזונט? זאל מען אויף דעם נישט דאווענען?

כאטש יעצט, נאך דיינע ווערטער, פארשטיי איך פארוואס די 'ציונים' פלעגן מאכען ליצנות און אפקילען די תהלים זאגען. פארוואס אלעס איז געוועהן וויכטיגער פון תהלים. עטץ האטס פשוט נישט געוואלט אז דער רב זאל בלייבען לעבן....

תוקן על ידי - A_Jew - 19/07/2005 2:43:23

MDU » 19/7/2005 14:05

אנטשולדיגט, נישט נאר די ביסט א בלאפער נאר אויך א בדחן.

די האסט געוויינט אויף מיתת צדיקים? איך האב דיך נישט געען אזוי וויינען אפאר טאג שפעטער ווען דער אלכסאנדער רבי איז אוועק אדער ר' מאטיל'ע ראכמיסטריווקא.
יא, ביסט א בלאפער טאקע ווייל די האסט אזוי געוויינט. וואס פאר א נאנטקייט האסטו געפילט צו עם?

רוב יודען האבען געוויינט כ"א אדר תשס"ד ווען דער רב ז"ל הכ"מ איז אריין אין שפיטאל, מען האט דעמאלסט ליידער שוין געזען דעם בראך. עס איז זייט דעמאלסט ליידער נישט געווען קיין האפענונג בדרך הטבע, אפי' מען האט אונז פראבירט איינרעדען אז יא.

דער רעשט וואס די שרייבסט איז אשיינע תורה, געדענק אבער אז רבינו מהר"ש ז"ל האט איבערגעלאזט א זוהן (א הסבר אויף עם קענסטו הערען אויף דעם טעיפ פון רנ"מ ואכהמ"ל) און דאס איז ד חבורה וואס איז ממשיך אין זייער דרך.

יעצט וואס די שרייבסט:
צו זאגען אז מ' דארף מתפלל זיין אויף פארקערט פון לעבן איז גובל אין כפירה. היפלא מה' דבר? איך האב דאס נישט געזאגט, נאר א מענטש וואס איז ל"ע אין אזא מצב איז אפשר אמאהל בעסער נישט מתפלל צו זיין אויף חיים ווייל דאס איז אויך נישט קיין לעבען (אזוי האט נאכגעזאגט ר' פעלדמאן, כמדומה לי בשם הפנ"י) קען זיין אז דאס איז כפירה. איז דען נישט געוועהן מעגליך אז דער אויבישטער זאל אלעס איבערדרייען לטובה, און דער רב זאל ווערן פאלקאם געזונט? זאל מען אויף דעם נישט דאווענען? מען דארף גרויסע זכותים, גאר גרויסע צו קענען מהפך זיין דעם דרך הטבע. שפילען מיט קארטען און ווייזען אחוזת עינים טריקס בשעת תהילים העלפט זיכער נישט.

די שרייבסט ווייטער:
כאטש יעצט, נאך דיינע ווערטער, פארשטיי איך פארוואס די 'ציונים' פלעגן מאכען ליצנות און אפקילען די תהלים זאגען. פארוואס אלעס איז געוועהן וויכטיגער פון תהלים. עטץ האטס פשוט נישט געוואלט אז דער רב זאל בלייבען לעבן....עכ"ל

איז פשוט שקר, קיינער האט נישט אפגעלאכט, איך האב נישט געוויסט אז לערנען א שיעור לזכותו ולרפואתו הייסט מאכען ליצנות און אפקילען.
אגב רוב תהילים זאגערס זענען היינט חסידי מהרב"צ שליט"א.

A_Jew » 20/7/2005 02:36

I won't sully myself with this childish rivalry. Don't shoot the messenger just because you don't like the message. The fact remains that the atmosphere by RB"Z's infamous hachturah was one of joy and excitement, with nothing in anyone's demeanour to hint at the tragedy which had just transpired, namely the passing of the Ruv z"l. All you've done over the last few days is tried to provoke me into turning this into a personal fight. This is not about me, or anyone of my persuasion. This is about those who felt no sadness when the Ruv z"l passed away, yet deny that they wanted him dead (to make place for his younger brother).

Ps. Sorry for writing in English - problem with my computer.

תוקן על ידי - A_JEW - 20/07/2005 2:38:44

הרמןרינהלד » 20/7/2005 03:27

וירעו אותנו המצרים

ספה"ק טייטשען די מצרים האבען אונז שלעכט געמאכט קיין שמחה האט מען נישט געקענט מאכען אן ווערן געשטערט פון די צוויי זשאנדארן(כלשון ר' יושע רובין בשם חותנו שאמר עליו ועל רמ"ד מיינע צווי זשאנדארן)
יעדער צרה וואס א מענטש האט געהאט האט מען פאליטיזירט מופת קפידה רשע וכו'

די רואים את הנולד האבען קלאר געזען די הסתה וואס מען לייגט אריין אין די בחורים און יונגעלייט וואס די תוצאות זעהט מען היינט - צופליקטע משפחות
עס האט שוין געהאלטען קריגערייען צווישען קינדער אין כתה ב' ג'
דער פלאץ איז געווען הפקר - חרוב איש כל הישר בעיניו יעשה טעראר אן קיין אפהאלט אויב האט נאר געקלערט אנדערש ווי זיי האבן זיך אנגעקלערט אז ער דארף צו קלערן
קיין שבתים ימים טובים איז שוין נישט געווען א גאנצע יאר פארדעם אויך בזעיר אנפין
טאטעס ווא ס זעהן דאס דארפן צו האפען אז זייערע קינדער וועלען אויף וואקסן גוט
וואס זאל א טאטע טון ווען ער זעהט אז די הסתה האלט שוין ביי קינדער אין חדר ער האט זיך געוואלט זעהן ארויס דערפון
ווען א איד מאכט א ברית ס'איז געבוירעןא יונגעל.- מזל טוב - זיי האבען שוין גערופען פון רב'ס שטוב וכו' וכו'

טאטעס וואס האבען קינדער וואס זענען אויס געשטעלט צו דעם אלעם און זיי האבן ביי זיך געוויסט אז דער רב הצעיר איז ממלא מקום האבען געזען אז די חברה מאכען זיכער אז ס'זאל נישט זיין וואס איבער צונעמען נאר א פלאץ וואס איז חרוב ומחרב האט פארשטאנען אז וואס א טאג לענגער ס'נעמט וועט זיין מער צייט חרוב צו מאכען
א וי ס'קומט נאך א זוממער וואס וועט זיין מיט די קינדער אין קעמפ מען וועט זיין אויסגעשטעלט צו נאך א זומער צרות נאס מאכען בעטען יעדען טאג אנשמירען מיט קעטשופ שרייבען סוואסטיקעס וכו'
ליידער האט דאס אנגעמאכט א געפיל אז וואס טויג מיר אז דער רב זאל זיך אזוי מיטשען סאיז נישט א טובה פאר עם אז אין זיין נאמען זאל מען קענען חרוב מאכען באבוב וואס ער האט אזוי שווער געהאלפן בויען ממילא די מעטשען וואס זענען נישט געווען אזוי ציברכען זענען נישט קיין מלאכים אין זיי האבען בצד מה געפילט אז ס'קומט נייע צייטען די רעזשים וואס האט געפייניגט גייט ארויס מען ווערט פטור פון רשעים וואס פייניגען ליידער איז דער אופן ווי אזוי מאיז פטור גאווארן פון זיי איז געווען מיטן פרייז פון מיתת צדיקים ששקולה וכו'


אין דרך אגב אונז געדענקען מיר זייער גוט ווי עטץ זענט ארום געגאנגעןמיט גרוס שמחה בשעת מתו מוטל לפניו ארונו של כ"ק אדמור מהר"ש זצוק"ל אין געליידענט די רבנים וואס האבען אנטייל גענומען אין די לוי' צו דער גרויסע טיש שבת ד'אב
ודי בזה והוא רחום יכפר עון

45Street » 20/7/2005 14:58

hahaha
keep you dreems by you

צווייבאבוב » 20/7/2005 16:48

מיינע תשובות איז פאר אלעמען.

אמת, די גאצע וועלט האט געוויסט אז רב"צ גייט ווערן רבי, ואני בתוכם וגם רבי רמ"ד ור' י"ר שליט"א.

וואס איז געשען?

פשוט,
דער ערשטע תקופה נאכן הכתרת רבינו זצ"ל איז רב"צ איינגזיצן,
נאך א שטיקל צייט האבן זיינע מיטשלעפערס אזוי ווי משפחת ב. און משפחת ע. און משפחת א. ופ., אהנגעהויבן צו אפלאכן און אפשפעטן און חוזק מאכן פינם רב ז"ל אין בימ"ד, זיי פלעגן לאכן פין רב'ס זיך ווארפן פין פארקינסון , פין זיין שוואכן צושטאנד, וכו' וכ' און אפען און גראב געזאגט אז זיי קענען שוין נישט ווארטן ביז רב"צ וועט ווערן רבי, די סארט אויפ פירעכטץ פין היימישע יינגעלייט וואס האבן אפיציעל געהייסן רב"צ נאנטע מענטשן, דאס האט גורם געווען צו דעם אז יעדע וואך ווען רב"צ האט געגעבן זיין שיעור אין די מתיבתא, און צום שיעור זענען פארשטייסט זיך נאר געקומען די 'נציגים' פין די 'באקאנטע' דערמאנטע משפחות, דאס האט צוגעברענגט צו אן שטארקע שנאה און צו דעם אז די בחורים האבן אלס געטוהן אז די שיעור זאל נישט מער זיין אין די מתיבתא, און רב"צ האט זיך דווקא פארעקשנט, און אזוי אז היינט קענען זיי זאגן 'מיהאט דעם רב אויגערודפט און געצאפט דאס בליט'.....


די סארט הנהגה פון רב"צ און זיינע מענטשען האט גורם געווען דערצו אז ווען די באבובער חסידים האבן געזעהן נאכן פטירה פין רב ז"ל, ווער זענען די נייע אהנפיהרערס פינם ביה"מד - דהיינו- אז די משפחות- וואס 'זיי' פלעגן אפחוזק'ן פין דעם צדיק, 'זיי' גייען פירן באבוב, דאס! האט גורם געווען אז מענטשן האבן נישט געקענט בלייבן אין 48 אין זענען ארויס פון דארט, און אזוי אויכעט די רב ז"ל איידעמערס, ווען רב"צ ואנשיו וואלטן מכבד געווען זייער שווער, וואלטן זיי זיך נישט געדארפט אפטיילן פין 48 סט. און אפי' אז זיי זענען די יורשים וואלטן זיי עם צורוה געלאזט, נאר די התנהגות פין רב"צ ואנשיו די לעצטע 4 יאהר ובפרט די לעצטע יאהר ווען רבינו ז"ל איז ליידער נישט געווען ביי זיך, די תאווה זייערע צום טאג וואס 'מ'וועט' שוין פטור ווערן פין 'איהם' ר"ל, איז געוואקסן, דאס איז די סיבה פארוואס די איידעמער האבן זיך 'געמוזט' אפטיילן באבוב, און פין די זעלבע סיבה איז אזיין רוזן עולם אוועק פין רב"צ, אפלאזנדיג א גרויס באקוועם בימ"ד, אפלאזנדיג אזעלכע שיינע מוסדות, און נישט וויסנדיג ווי מ'וועט מארגן דאווענען אין לערנען.

ווייל אין 48 איז אן 'עקל' צובלייבן, אויף צוצוזעהן די שמייכל אויף די פנימער פין זייערע מנהיגים, אז ס'איז זיי געלונגען,. נעבעך.

וויאזוי האבן זיי געשריבן אויף רב"צ אין די עד'ס אין די זורנאל פין רמבעה"נ???

ליום הזה חכינו וקווינו...ה"י
הוציאנו מאפילה לאורה...ה"י

קרעימער » 20/7/2005 18:14

צוויי באבוב
ביסט דאך ככלב ששב על קיאו, די קייעסט איבער דיין געמויזעכטס נאכאמאל און נאכאמאל.

צווישן מיר און דיר גערעדט, מרדכי דוד, ברוך חנה און די רעשט שרצים ארום זיי האבן נישט געוויינט כ"א אדר תשס"ד, ווייל עס איז ביי זיי געווען זה היום אשר קיוינו לו, די רב האלט שוין נישט מיט, מען קען טוען "וואס מען וויל" אלעס בשם די רב, ולית פוצה פה ומצפצף, די בחורים'ליך האט מען איין גערעדט אז אט-אט ווערט די רב צוריק געזונט, די טאטעס האט מען איין גערעדט אז די רב איז סנדק, די בר מצוה בחורים האט מען איינגערעדט אז די רב דרייט די פינגער, מחברי ספרים האבן געמיינט אז די רב חתמ'עט הסכמות, גהייסן קענסלען סידור 'ידושין'ס, ווייל דאס וויל די רב, ועוד... ועוד.. בקיצור, זיי האבן געלעבט א שוואויל טאג אויף באבוב'ס און די רב ז"ל חשבון, ווען אונז האבן מיר זיך דערוואוסט פון דער מצב, אז דער צדיק איז שרוי בצער, סיי פון זיין געזונטהייט מצב, און נאכמער פון וואס זיינע שטוב מענטשן קלעבן אן אלס אויף זיין נאמען. האבן מיר געוויינט, מיר האבן געזאגט תהלים, איין וואך, נאך א וואך, ביז ליידער אונז האבן מיר זיך געכאפט אין וואסארא רעזשים מיר געפונען זיך.

אנהייב אדר ב' ווען די מצב איז געווארן שמאל, אונז האמיר אלע געוואוסט אז ליידער האלט מען שוין ביי גסיסה, די בני בית זענען זיך געקומען געזעגענען, נאך 3 טאג זיצן אויף שפילקעס, מיטן תהלימ'ל, די אויגן אונזערע זענען שוין געווען אויסגעטרוקענט, מען איז ליידער געווען גרייט אויף די בשורה. איז שוין נישט געווען אויף וואס צו וויינען, וויינען וויינט מען ווען מען איז אין שאק, מען בענקט זיך, ליידער איז ביידע נישט געווען ביי די רב ז"ל'ס פטירה.

ענק האב יא געוויינט:
די ווייסט פארוואס? זייער פשוט, די לעצטע יאהר האבן ענק אנגעמאכט וואס ענק האבן געוואלט, ענק האבן געשריגן די רב איז האלב געזונט, ענק האבן גערודפט און געפייניגט, אלעס בשם אז מען מיינט כבוד רבינו, בקיצור עס איז ענק/זיי געגאנגען גוט, ליידער פון איין מינוט צום צווייטען, א שאק אפשר נישט, אבער ענק האבן אנגעהויבן צו וויינען ווייל ענק האבן געוואוסט אז די מעשי רשע וואס איז פארגעקומען לעצטעס יאהר האט זיך געענדיגט, אנשטאט צו זאגן תהלים לרפואות האבן ענק/זיי געמאכט אסופות "לרפואת רבינו" ווי אזוי ארויס צו רייסן די המשכה פון רבינו שליט"א, און אויף איינמאל האבן ענק איינגעזעהן אז ענקער גערסטע שונא, רבינו שליט"א, וואס ענק האבו עם נישט געקענט דערטאגן, "עם" האט די קהילה אויפגענומען אלס רב אין ממשיך, האבן ענק געכאפט א געזונטען שאק, נישט קיין וואונדער אז הערמאן האט זיך אויפגשטעלט שרייען און וויינען "מיר האבן פארלוירן".

ענק האבן געווינט, ווייל ענק האבן זיך אנגעהויבן בענקען אויף די גועט יאהר וואס האט זיך געענדיגט
ענק האבן געוויינט ווייל ענק האבן געכאפו א שאק ווער עס איז רב.

יעצט גיי ברעך ווייטער....

MDU » 20/7/2005 18:24

דיינע באבקע תורות האסטו שוין פריער געשריבען. די שרייבסט פשוט שטותים והבלים. איך ווינדער מיך צו די ביסט עלטער ווי 25 יאר אלט, ווייל די געדענקסט נאר פון די לעצטע 5 יאר.

די שנאה צו רב"צ האט זיך אנגעהויבען כאטש א גוטע 5 יאר פריער נאך בחיי רבינו מהר"ש ז"ל. ווען רב"צ האט אהנגעהויבען פאר צולערנען דעם שיעור אין דברי חיים יעדען שבת אינדערפרי, דעמאלסט האט מען שוין גערודפ'ט די אלע וואס זענען געגאנגען צום שיעור. דעמאלסט האט נאך רבינו ז"ל זיך נישט געווארפן פין פארקינסון, און קיינער האט עם נישט אפגעלאכט.

איך זאג אז אפי' שפעטער האט זיך רב"צ זייער שיין אויפגעפירט צו די חדב"נ'ס שענער ווי זייערע כוליגאנעס האבען זיך אויפגעפירט צו עם.

יא יא מען שמייכעלט אין 48 אז מען איז פטור געווארען פון ענק מיט ענקערע טעראריסטען נישט אז רבינו ז"ל איז אוועק.
ממילא, זענען אלע דיינע קשיות פארענטפערט


ליום הזה חכינו וקווינו... יא ב"ה
הוציאנו מאפילה לאורה... יא ב"ה

פטור געווארען פון אלע טעראריסטען

45thst » 20/7/2005 18:24

can you tell me why over 700 people hate bentzion .dont tell me it comes from hassosa,they always hated him .he was never machnia to his brother never spoke about him,so why do you want people to like him ,

MDU » 20/7/2005 18:41

45thst
Why do you always write such garbage? there aren't 700 people in 45th and not everyone hates him. some people left because they prefer rm"d for one reason or another.m

Why does he have to be Machnia to his brother? not that he didn't but why? Why do you say he never spoke about him? didn't he give a shmuess @ his daughter's Chupah? What else did you want him to talk about? Didn't Bais Tzadikim publish a Shmuess from the Ruv z"l where HE mentions his brother and they deleted it?? he

Yes hassosa can kill everyone & everthing that called in hebrew Sinas Chinam & lh"r.b

45thst » 20/7/2005 18:47

the 700 people includes bucherem

MDU » 20/7/2005 19:08

You know bochurim are not people to be put into your calculations as they are not reliable, they could change their mind.

45thst » 20/7/2005 19:15

all the bucherem made up their mind already the never are going to go to bentzion even if r.m.d looses the din torah ,and thats the attitude on every one in 45th st

מייזלס » 20/7/2005 19:19

I DONT THINK SO MANY PEOPLE HATE RBZ

ער האט פשוט נישט וואס צו פארקויפען פאר דעם תורהדיגער חסידישער באבובער עולם.

ער איז באמת ראוי צו זיין א רבי פאר זיין סארט עולם.

ער האט ווייט נישט זיין'ס טאטע'ס מעלות

45thst » 20/7/2005 19:32

his father meant for real ,but he machs nuch but does not mean it erenst

45thst » 20/7/2005 19:37

also the way he talks and acts, exactly like his father,but with no erenskeit

A_Jew » 22/7/2005 02:54

איך האב יעצט אביסעל מער צייט וועל איך אדרעסירען אפאר פונקטען אחת לאחת.

קודם כל ווער איז דאס 'עטץ\ענק'? איך האב געדעהן פארשידענע באשולדיגונגען אויף 'ענק' - 'ענק' האבען פיינט געהאט, 'ענק' האבען זיך געפרייט ביים פטירת מהר"ש א.א.וו. ע"כ וויל איך וויסען ווער איז דער 'ענק'? איך קען נישט רעדן און זיין אחראי אויף קיין שום אנדערע ווי איך אליין, און ביי מיר וויס איך זענען די אלע זאכען נישט שייך. איך האב קיינמאל נישט פיינט געהאט רב"צ (אדרבה איך פלעג מיט איהם שמועסען). איך האב איהם קיינמאל נישט גערוד'פט וכדו' (פארקערט, איך פלעג אלעמאל מוחה זיין ווען איך האב רעדן אויף איהם). איך האב זיך נישט געפרייט ביי די פטירה פונעם פריערדיגע רב ז"ל זי"ע, און עס האט מיר גענומען גאר א לאנגע צייט זיך צוצוגעוויינען אז 'דער רב' מיינט היינט (דעמאלס) די מהרנ"ץ.

לגבי די אזויגערופענע רדיפות און תאות הכבוד וכדו', זאל מיר איינער מסביר זיין מיט וואס איז די הנהגה פון די איידימער אין די לעצטע 4.5 געוועהן ערגער פון רב"צ'ס געפירעכטץ בשנות תשנ"ז-תש"ס?

פונקט ווי די באבובער היסטאריע האט זיך נישט אנגעהויבען י"ב אדר האט עס זיך אויך נישט אנגעהויבען ר"ח אב תש"ס. איך געדענק נאך גאנץ גוט דער מצב לפני פטירת מהר"ש. ווער עס איז דעמאלס געוועהן שולט בכיפה. וויאזוי מען האט זיך אויפגעפירט צום רב ז"ל הכ"מ וליוצאי חלציו. איך געדענק נאך וויאזוי ר' ב"צ בלום האט באטיטלט רב"צ הושע"ר תשנ"ח ביי די מעשה מיט די שרויפען. איך געדענק נאך וויאזוי די אלע חולירעס, אנשי רב"צ דער רב'ס האבען זיך געדרייט ביים מהר"ש און געטוהן ככל העולה על רוחם. איך געדענק נאך נ. מ.'ס 'איידעלקייט' באותם הימים. איך געדענק נאך מיכל ג.'ס ניבול פה אויפען רב ז"ל (און אויפען מהר"ש) ואין פוצה פה ומצפצף ווייל די שליטה איז געוועהן ביי רב"צ. יעדער האט דעמאלס מורא געהאט פאר איהם און ער האט געטוהן וואס ער האט געוואלט. נו, אז עס איז געקומען א מצב וואס מען האט שוין נישט געדארפט מורא האבען פאר איהם זענען אלע טונה בלב'ס ארויפגעשווימען. בפרט אז זיין אתו עמו האבען ווייטער גערעדט און חוזק געמאכט פונעם רב ז"ל הכ"מ.

נאך א נקודה: די איידימער ווערן ס"ה באשולדיגט מיט שתיקה כהודאה. אז אפאר נערישע בחורימ'לעך האבען אנגעמאכט פארשידענע שפיצלעך אויף דער רב הצעיר האט עס גארנישט מיט די חדב"נים. ס"ה קען מען זאגען אז זיי האבען נישט גענוג מוחה געוועהן ש"מ דניחא ליה. די ליצנות פון די שונאי רבינו זצ"ל, דערגעגן, זענען געקומען פון רב"צ'ס שטוב מענטשען. פון זיין קופקע. פון זיינע ידידים. עס איז נישט קיין שום פארגלייך צו די טעראר וואס פארשידענע אויסווארפען האבען אנגעמאכט. זיי האבען גארנישט געהאט מיט דער רב'ס שטוב, מיט די איידימער און אפי' נישט מיט דער רבש"ע.

הרמןרינהלד » 22/7/2005 07:13

לכבוד א איד
איך האב יעצט פונקט נישט קיין צייט וועל אנרירען זאכען בקצה המזלג יא די איידימער זענען געווען דירעקט פארנומען מיט שפיצלעך קעגען דער רב הצעיר

ווער האט אנגעהויבען א שיעור ליל שישי נאר צו מאכען ס'זאל זיך קאכען אין דער רב הצעיר זאל נישט קענען געבען א שיעור אין מתיבתא

ווער האט גערידערט מיט יעדער סידור קידושין אז דער רב הצעיר זאל נישט האבען

ווער האט געמאכט בריתן אן מנין די טאטעס זאלן נישט קענען מיטהאלטן ווי אויך בני המשפחה אין גערודפט אין אנגעסטעמפלט שונא ווער ס'האט נישט געמאכט דארט א ברית אלץ כדי מענטשען זאלען נישט קענען מכבד זיין דער רב הצעיר

ווער האט אנגעריפען יוסף דניאל נישט אריינצולאזען דער רב הצעיר ר"ח אין כרם שלמה קעמפ נאכדעם ווי ער האט עם שוין געלאדנט

ווער האט אנגעריפען יוסף דניאל אז משה ליב הלפרין טאר נישט קומען אין קעמפ כרם שלמה ווייל זיין זון וועט נישט אזוי גוט קענען פארסאמען יונגע מוחות אויב וועט משה ליב דארט זיין

ווער האט געזאגט משה מאיר אז דודי רוט טאר נישט עולה זיין אין ביהמ"ד

איך האב איין תירוץ אויף אלע קשיות די צוויי איידימער

אין טאמער יונגע בחורים אין גרויסע יונגעלייט זעהן אזא התנהגות ווייסען זיי נישט אליין וואס דער צו השעה איז

זיי פארשטייען אז די איידימער וועלען נישט גיין שטעכען רעדער אלא מאי דאס בלייבט פאר זיי צו טון

די אנדערע נקודות וועל איך ענטפערען שפעטער ועוד חזון

מייזלס » 22/7/2005 07:33

עס איז א שאד זיך מתווכח צו זיין מיט דיינע שקרים.

איין שאלה וויל איך דער פרעגען.

וויפיל רעדער האבען ענק געשטאכען פון באבובער חסידים 45 נאר אין די לעצטע צוויי חדשים.

ענק שעמען זיך נישט?

רוב פון ענקער מעשיות זענען שקר,

דערווייל שרייב איך מיט אונזערע אנדערע גולשים קיין ווארט נישט וועגען ענקערע שגץ שטיק, אבער פרוביר נאך אביסל שקרים אין ענקער קופה של שרצים וועט ארויפקומען אויף היידפארק.

i am sure ready

הרמןרינהלד » 22/7/2005 08:54

איי עם רעדי עז וועל

זאג נעמען וועמען אונז האבען געשטאכען די רעדער חוץ דער בלוני מיט צבי ארי'

אפשר רעד וועגען יוסף שלמה גערמאן'ס רעדער וואס בצג האט די וואך געשטאכען אדער וועגען די רעדער וואס מען האט געשטאכען ביי די אויבער דארמאנטער מעשה ווען די איידימער האבען נישט געלאזט דער רב הצעיר קומען קיין כרם שלמה קעמפ אין ער איז יא געקומען האט מען געשטאכען די רעדער
פון נפתלי חיים הלברשטאם צום הונדערטס'טן מאל
פון יוסף דניאל
פון מוטי גיפס וכו'


ווער זאל זיך שעמען

הרמןרינהלד » 22/7/2005 10:11

דאס איז א חלק פונעם הסתה אפאראט וואס האט זיך שוין אנגעהויבען דעמאלס סוף ימי מהרש וואס האט דער דעמאלסדיגער בן ציון דער רבס געטון צו מהרנצס אייניקלעך איך וויס פון גארנישט אדרבה בא נלך אחד אחד וועלען מיר זעהן ואס איז אמת אין וואס איז לייבל האמערס הסתה אפאראט


און דאס וואס די זאגסט "נישט מיר" זאג איך אז איך בין יא געווען צובראכען און יא געוויינט

מען רעדט דא וועגען א כלל איך קען דיר נישט ענטפערעןוואס די האסט געטון אדער נישט געטון וויל איך וויסט נישט ווער די ביסט

מענדלציט » 22/7/2005 16:56

הרמן,

דו רעדסט וועגען שטעכען רעדער? אה - שטעכען רעדער איז שגץ שטיק אבער טראסקען פון ביהמ"ד איז OK. פארשיקען יודען פון JOBS וואס זיי האבען שוין 20 יאר איז פיין. אהיים שיקען 4-יעריגע קינדער איז איידעל.

אין 6 יאר אין סאטמאר האט מען נישט ארויסגעווארפען אזוי פיל יודען פון ביהמ"ד ווי אין 4 חדשים אין באבוב. ביי וויפול האלט מען שוין? 20? 30? 40?

אז עטס זענט אזוי צופרידען פון דער עולם וואס איז געבליבען אין 48 אזוי ווי דו שרייבסט אין אן אנדערע אשכול - "חסידישע יונגעלייט, ערענסטע יונגעלייט, בעלי בתישע יונגעלייט, גבירישע יונגעלייט, אלע זקנים תלמידי מהרבץ הראשון, אין נישט א גאנצע סעט ביטש באוס מחללי שבת וכו'", פארוואס דען פלאצט עטס אזוי וועגען די פאר פארביטערטע יודען וואס זענען געגאנגען קיין 45?

A_Jew » 22/7/2005 17:05

איך האב נישט מיטגעהאלטען יעדער מעשה (איך האב שוין געשריבען אז עס א נפק"מ פון 'רדיפות און שמוץ' וואס געשעט אונטערן טיש ביז מרידות וואס פאסירען ברבים), ע"כ קען איך נישט ענטפערן אויף יעדער זאך בפרטיות. איין זאך אבער, אפי' לשיטתך אז די אלע זאכען וואס דו האסט אויסגערעכנט זענען טאקע פונקט אזוי געשעהן, זענען זיי נישט קיין טעראר. ס"ה האט מען נישט געוואלט אז דער רב הצעיר זאל גרויס ווערן. צי דאס איז בצדק אדער נישט איז אנ'אנדערע שמועס, אבער עס הייסט נאך נישט קיין טעראר. לדעתי איז נישט אריינלאזען אל הקודש פנימה צום מהר"ש אסאך ערגער ווי מונע זיין פארשידענע כיבודים.

ווייטער מוזטו געדענקען אז ביי דער רב הצעיר און רבינו זצ"ל הכ"מ איז געוועהן א בחינה פון כשזה קם זה נופל. ווי מער ער האט זיך געבויעט האבען זיינע מענטשען מער געהויבען זייער קאפ און בועט געוועהן אינעם רב ז"ל. אפי' אויב וועסטו זאגען אז דער רב הצעיר'ס כונה איז געוועהן בלויז זיין אייגענע כבוד און נישט מגרע צו זיין פונעם 'הייליגע ברודער', איז אבער די כונה פון זיינע יוצא משרתיו זיכער געוועהן מורד צו זיין.

לגבי דעם וואס דו שרייבסט אז דו ביזט יא געוועהן צובראכען: איך האב נישט כולל געוועהן און געזאגט אז אלע 48 מענטשען האבען זיך געפרייט, אבער די וואס זענען געוועהן ביים הכתרה (און מ' קען דאס זעהן אויפען ווידיאו) זענען נישט געוועהן צובראכען.

MDU » 22/7/2005 17:25

ווער פלאצט? רמד'ס חסידים פלאצען

איהר האט געמיינט אז מען וועט ארויסגיין וועט יעדער נאכלויפען אבער בח"ג און צא"ר מיט די חדבן'ס האבען געמאכט א מיאוס'ן חשבון.

מען האט ענק נאכדעם געוואלט איינרעדען אז מען וועט האבען די בנינים נו, וואס זאל מען טוהן די ערכאות האט דערווייל אנדערש פארשטאנען רב"צ זאל דערווייל האלטען די בנינים,

נאכדעם האט מען ענק איינגערעדט אז די קעמפס זענען אונזערס, די רעגיסטראציע גייט אהן און פולען שוואונק האט ער געקרייעט אויף קול באבוב. בי"ד האט אבער דערווייל אנדערש פארשטאנען

אדרבה זאג וועמען מען האט ארויס געווארפען פון באבוב, אפאר טראבעלמעקערס? זיי זענען נאר געבליבען און באבוב די לעצטע 4 יאהר ווייל זיי האבען געדינט דעם REGIME

מיר זענען נישט בייז ווייל אפאר נערנים און דער גאנצע מיסט זענען ארויס, אדרבה זאלען זיי אלע גיין מיטנעמען ווער עס איז נאך געבליבען און דארט מצליח זיין

מיר זענען יא בייז ווייל איר רופט צו ערכאות און מסר'ט וכו' לאזט אונז לעבען און מיר וועלען אייך לאזען לעבען

MDU » 22/7/2005 18:00

פארוואס זאל מען וויינען? מען האט זיך געפרייט אויף צווי זאכען

איינס, אז ב"ה צדיק מצרותיו נחלץ און ער גייט שוין צו זיין לעכטיגען גן עדן און דארף שוין נישט אפליידען אויף דער וועלט פון די וואס האבען אויסגענוצט זיין מצב פאר זייערע אייגענע אינטערעסען

צוויי, אז מען איז פטור געווארען פון דעם REGIME איך מוז דיך זאגען אז אסאך פון די יודען אויפען ווידיאו זענען געווען זעהר נאנט צום מהרנ"צ ז"ל לאנג פאר בח"ג, שפ"ש, גפ"א, צא"ר אויך האבען זיי געהאנדעלט מיט עם טאג טעגליך און זיינע ענינים.

געוויינט האט מען כ"א אד תשס"ד ווען רבינו ז"ל איז ל"ע צוזאמענגעפאלען וואס יעדער האט נעבעך פארשטאנען אז דאס איז עס, מען האט דעם צדיק'ס געזונט פארנאכלעסיגט און זיין הייליג הארץ האט עס מער נישט געקענט פארנעמען

איך גיי נישט מער אריין און קיין פרטים נאר אזויפיל וועל איך יא זאגען אז איך בין געווען א פייערדיגע חסיד פון רב ז"ל און איך האב געהאט די זכי' עם כמה פעמים משמש זיין נאך אסאך יאר פאר ער איז געווארען א רבי נאר איך האב געזען די התנהגות פון די לעצטע 5 יאר האב איך מחליט געווען אז דאס איז נישט פאר מיר

AJEW שרייבט

ווייטער מוזטו געדענקען אז ביי דער רב הצעיר און רבינו זצ"ל הכ"מ איז געוועהן א בחינה פון כשזה קם זה נופל

דאס האט נישט געמוזט אזוי זיין, דאס איז נאר אזוי געווארען סוף תשנ"ז-תשנ"ח ווען דער העץ קאמפיין האט זיך אהנגעהויבען, פאר דעם האט קיינעם נישט געשטערט צו דער זאגט א שיעור צו יענער, צו דער רעדט מיט דעם צו מיט יענעם צו מיט ביידע צו מיט קיין איינעם.

די ביסט נאך צו יונג צו געדענקען ווייל די ביסט שוין אויפגעוואקסען אז דער דברי חיים שיעור איז אסור.

פארוואס איז דער יורה דעה שיעור נישט געווען אסור? ווייל דעמאלסט איז דער העץ קאמפיין נאך נישט עקסזיסטירט ער האט דעמאלסט געמאכט אסאך חסידים און קיינעם האט עס נישט געשטערט

מענדלציט » 22/7/2005 18:17

MDU

ווער פלאצט? נישט גיין אויף שמחות צו ברודערס, שוואגערס, און אייגענע קינדער מיינט נישט געפלאצט? געסטראשעט קינדער און ארבייטער מיינט נישט געפלאצט?

ר' י"ר, ברודער פון צא"ר איז א "טראבעלמעקער", יא? ווער לאזט וועמען נישט לעבען?

איך ווייס נישט ווי אלט דו ביזט אבער איך געדענק גוט דעם יורה דעה שיעור. ס'איז קיינער נישט געווארע קיין חסיד פון דעם יורה דעה שיעור! רעד אן אנדערע איין מעשות.

הרמןרינהלד » 22/7/2005 19:01

יא די באבובער חסידים שטערט אז איטשע ריינהולד שיקט זיי פאשקיווילען אין די פאסט עטס האט געמאכט יושע פאר אבדק באבוב האט דאס נישט צו טין מיט מענטשען וואס טרעטען נישט אריין אין 45 וואס שיקט מען זיי אין די פאסט

ב' עס איז א חוצפה צו אונזער רבי זיך צו ריפען אבדק באבוב אז איטשע ריינולד פארשטייט אז יושע רובין איז אבדק באבוב בסדר זאל ער דאס האלטן אין 45 וואס דארף ער אריינקומען אין אונזער ביהמד ביז ער האט דאס געטון האט עם קיינער גארנישט געזאגט
דאס וואס מען גייט נישט אויף שמחות איז זייער פשוט אונזער א יונגערמאן וויל נישט שטיצען מסירה הליכה בערכעות אויסרייסען באבוב וכו'
שפיל נישט תם די פארשטייסט דאס זייער גוט שפיל נישט רחמנות מ'לאזט ענק נישט נעבעך יעדער קען אריינקומען שטער נישט א גרויסער מחוצף באלאנגט נישט אין ביהמ"ד סאיז בה דא ווי צו גיין אין 45

מלמדים פון דזאבס האט נאר געשייקט דער וואס איז געווען א אויסגעשפראכענער שונא וידער אמאל דער מלמד האט ווי צו גיין שפיל נישט רחמנות אונזער רב דארף זיך נישט פארחובען אויסצוהאלטען זיינע שונאים אין מלמדים וואס וועלען מסית זיין די קינדער

ווידער קינדער האט מען קיינעם נישט ארויס געווארפן נאר דער וואס האט נישט געפילט פאר וויכטיג צו רעגיסטרירן זיינע קינדער האט מעו זיי נישט אריינגעלאזט

אגב אינעם פסק בי"ד זעהט מען אז זיי האבען אויך פארשטאנען אז אונז האבען רעכט על קבלת ילדים און אויך אויף די דזאבס
אין יעדער בר דעת פארשטייט אז קינדער וואס רידערן ארום אנטי אונזער רב דארף נישט האבען א מקום אין אונזער ת"ת אונזערע קידער האבען געניג דורגעמאכט די רדיפות די לעצטע פינף יאר

איך האב געלערנט ביי מנדל גראס פלעגט ער זאגען סוף שיעור "והיא פשוט"
בלאט: 1 2