צו וואס דארף מען זיך שלאגן
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1465816
למעשה האבן ביידע רבי'ס היינט די זעלבע גיט'ס א קוק דא
[בילד – נישט אפגעהיט]
זעהט איר די עולם פון ר' מרדכי דוד
קוקט דא זעהט איר די עולם פון ר' בן ציון
[בילד – נישט אפגעהיט]
למעשה איז דאס זייער עולם די איבעריגע וואס דרייען זיך אין 48 וואלט למעשה נישט אנגעגאנגען ווער עס זיצט ביים עמוד צו ר' בן ציון צו ר' מרדכי דוד
ביידע האבן די זעלבע און מ'קען זיך צוטיילן מיט די ירושה צו וואס העלפן די אלע טענות ווער עס האט זיך מער געשלאגן ווער עס האט מער גערודפט למעשה זענען אלע גאליציאנער פארביטערטע און קיינער פארגינט נישט איינער דעם צווייטן
איז וואס טוט מען אויף מיט זיך שלאגן ווי אין קינדערגארטן
איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש, אין איך מיין נישט ח"ו קיינעם צי באליידיגען מיטען עס פרעגן
וואלט נישט געווען א גרעסערע נחת רוח פאר כ"ק ר' נפתלשי זצ"ל ווען ר'מרדכי דוד געט ווען אויף למען השלום אין באבוב בלייבט איינס??
וועט דען נישט זיין מער תורה ווייניגער מחלוקה אויף דער וועלט??
לאמיר זיך נישט פאפן ווער האט דען פארדינט פין די גאנצע מחלוקה?? דער ערשטער =דער שטן,א מחלוקה צווישן אידן צווייטער רמ"ד ער איז א רבי דריטער די פאר שווענץ די גבאים
ני פאר דעם לוינט זיך אזויפיל מחלוקת, שברון לב,שנאת חנם, ביטול תורה,???
לאמיר זיך נישט פאפן אינז זען מיר געווען א שיינע קהלה א גאנצע קהלה ?
וואס איז יעצט געווארן פין אינז??
דאס איז אמאל זיכער אז דער צוטיילען באבוב איז א בזיון נורא און א פגיעה אין רבותינו הק' נ"ע זי"ע. די שאלה איז נאר ווען באבוב האט זיך צוטיילט.
לדעתי האט זיך באבוב צוטיילט שבת בראשית. אמת די שנאה און מח' איז שוין געוועהן פון פריער אבער שבת בראשית איז געווארען צוויי אפגעטיילטע מחנות. ביז שבת בראשית איז געוועהן שייך צו זאגען 'איך בין נישט אינטרעסירט אין די אלע לשה"ר'ס און שמוצעריי'. אבער שבת בראשית האט מען געדארפט מחליט זיין אם לה' אם לבעל.
קומט אויס אז רב"צ איז דער וואס האט געריסען קריעה אין באבוב און צוטיילט מלכות שלמה לגזרים. א"כ קען קיינער נישט האבען קיין טענות אויף רבינו שליט"א, וואס זיינע מעשים זענען א דירעקטע תוצאה פון דעמאלס.
איי וועלן קומען מאנכע און טענה'ען אז ער האט געמעגט פירען טיש מכח זיין טיטל רב הצעיר - אולי. אפשר קען מען נאך פארענטפערן די 'רבינו בחיי'. אבער טאמער וועט פון זי מעשה ארויסקומען א צוטיילונג אין באבוב, איז אלץ דעם אליין האט ער עס נישט געטארט טוהן. און דאז אליין ווייזט אז ער איז נישט באבוב.
all5in1,
דו זאגסט דאך אזוי גוט און אזוי זיס. איך מיין אז ביי יעדע מחלוקה צווישען צויי מענטשען אדער צויי גרופעס פון מענטשען וואלט זייער גרינג געקענט זיין שלום - ווען איינע פון זיי וואלט נאר מוותר געווען. דאס וואס דו זאגסט וועגען רמ"ד קענסטו פונקט אזוי זאגען וועגען רב"צ.
איך ווייס נישט צו דו האסט נאך א טאטע און צו ער האט א הויז, אבער איך בין זיכער אז ווען דיין פעטער וואלט געקומען מיט גארדס און זיך באזעצט אין דיין טאטע'ס הויז לאחר מאה ועשרים, וואלסטו למען השלום זיך אפעזאגט דערפון. אמת?
אלא מאי דו האלטסט אז ס'קומט זיי נישט בירושה? לאמיר זען וואס דער ב"ד וועט זאגען. און רעד דיר נישט איין אז רמ"ד האט צוטיילט באבוב. מ'האט קיינעם נישט געצווינגען צו גיין - נאר פארקערט האט מען געצווינגען.
איך פארשטיי נישט עפעס אנדערש, אין איך מיין נישט ח"ו קיינעם צי באליידיגען מיטען עס פרעגן
וואלט נישט געווען א גרעסערע נחת רוח פאר כ"ק ר' מהר"ש זצוק"ל ווען ר' בן ציון שליט"א געט ווען אויף למען השלום אין באבוב בלייבט איינס??
וועט דען נישט זיין מער תורה ווייניגער מחלוקה אויף דער וועלט??
לאמיר זיך נישט פאפן ווער האט דען פארדינט פין די גאנצע מחלוקה?? דער ערשטער =דער שטן,א מחלוקה צווישן אידן צווייטער רב"צ ער איז א רבי דריטער די פאר שווענץ די גבאים
ני פאר דעם לוינט זיך אזויפיל מחלוקת, שברון לב,שנאת חנם, ביטול תורה,???
לאמיר זיך נישט פאפן אינז זען מיר געווען א שיינע קהלה א גאנצע קהלה ?
וואס איז יעצט געווארן פין אינז??
בשלמא רב"צ איז דאך "לשיטתכם" אן עם הארץ און א כבוד זיכער און א שייגעץ, גנב, נואף, רשע וכדו', וואס ווילסטו, אז אזא נידריגע בריאה זאל אפטרעטען פאר שלום?
אבער אונגער, וואס איז דאך אזא מין ירא שמים וואס דער דברי חיים קען זיך פאר עם פארשטעקען, און וואס זייט כ"ק מהר"ש הראשון האט נאך באבוב נישט געהערט א זעלכע שיעורי קללה וואס פון דער גאנצער וועלט רופט מען חיים אלישע'ס אל-דזעזירע נעטווארק, צו הערען די געוואלדיגע לומדות'ן, און בפרט אז " תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם", וואלט דאך געפאסט אז יעקב איטשע'ס זוהן זאל אפטרעטען, און זיך פירען אין זיין שווער'ס דרכים
אלא מאי... פיר אליין אויס!
דאס קומען מיט שבת בראשית איז אזוי ווי די פאלעסטינער
וואס מיין איך מיט דעם
ווייל צו זאגן וועגן איין שבת דארף מען מאכן אזא מחלוקת איז נאריש
יעצט ווער עס געדענקט האט עראפת געטעהנט אז די גאנצע אינטיפאדא האט זיך אנגעהויבן נאר ווייל שרון איז ארויף אין הר הבית
אבער יעדע בר שכל פארשטייט אז דאס איז נאר א תירוץ
להבדיל איז די זעלבע זאך דא
יעדע ווייסט אז ר' מרדכי דוד וואלט געמאכט א רביסטעווע דאס איז נאר א גוטע תירוץ
שבת בראשית
די האסט אלעמאהל צוטוהן מיט דעם שבת בראשית האסט נישט עפעס בעסערס פון דעם עס כאפט אן עקל
no one said that bentzion is a shaigets and all the shmitziga verter you saying,also he is not a vilda briah ,so stop that nonsense
פאקשאוויץ
ס'איז ליידער גארנישט קיין להבדיל
ביידע האבען געשפילט מיט יונגע מוחות, און ביידע זיכען תריצים אויף זיך צו שלאגען, און ביידע האבען געארבייט מיט טעראריזם
45
i forgot, he's also an actor
but not a shaigets and all other misa verter
אבער לשיטתכם אז מען האט רבינו שליט"א נישט ארויסגעווארפען נאר ער איז אליינס געגאנגען, האט ער דאך יא אויפגעגעבן,!!!
דאס אז מ'איז עם נאכגעלאפן, און געדונגען א זאל אויף צו דאווענען, דאס טאר ער אויכעט נישט?
נאר טאמער ער וועט קערן שטיבער וועסטו זאגן 'יא' יעצט אז ער א מוותר?
און רופן רב"צ און די"ת טאר ער אויכעט נישט? ס'איז אפשר נישט אויסגעהאלטן? רב"צ איז גאט?
אז הונדערטער בחורים און בעה"ב ווילן עם אלס רבי, דארף ער זיי צוריק שיקן פון וואנעט זיי זענען אנטלאפן?
די ביסט אזוי ווי יענער וואס זאגט
וואס דארפן מיר זיך קריגן? זאל שוין זיין ווי איך זאג, און געענדיגט!!!
וואס איך זאג אז, אז ענק אלע קענען דא פלאצן, ווייל רמ"ד איז געווארן א גרויסע רבי מיט זעהר אסאך חסידים, און אוידערווייל ביזן פסק האט ער אהער געשטעלט אללעס וואס מ'דארף, אין 2 וואכן אן הערליכע קעמפ, א מתיבתא ווי מען זיצט און מ'לערנט בהתמדה גדולה, די ווארעמע טישן, און קליגע געדאנקען ביי די תורות, בדרך אגב געבט ער יעדע! וואך א שיעור כללי [אין קצות נישט אין דברי חיים] אין תורה יעדע ליל שבת, יעדע קידוש, יעדע פירות טיש, פירט יעדע וואך מלוה מלכות,אזוי אז ווי נישט ווי האט ער געמאכט אן 'הערליכע דזאב' וואס אין ענקער וויסטע חלום האבן ענק נישט געחלומט, SO ענקערע קאפ פארדרייעניש
וועט שוין נישט משנה זיין
תוקן על ידי - the_mouse - 14/07/2005 1:15:35
45
דיינע אייגענע ווערטער
[בילד – נישט אפגעהיט]
ממ"נ
איז ער א שגץ, טאר מען נישט אפטרעטען פאר אים?
איז ער נישט, פארוואס טרעט ער נישט אפ?
i did not say he is a rusha or a noif an acter he is but not the others
With all due respect, the
pictures you put are very misleading. The
top picture from R' M"D is from his actual followers
in Boro Park. Whereas the bottom picture, from
R' B"Z is from Camp Mesivta where only bochurim
and staff members are present. And this is not withstanding
what you wrote that both have the same crowd... 1
I would like to clearly understand why people keep on saying that Shabbos Bereishis is what actually created the split What was it on that shabos I have heard that RBZ lead a peiris tish separate from the eidimes Is that what it is
r.b.z showed no respect for his brother ,every one knows that.and also why pepole left him
ניין מען רעדט וועגען פרייטיג צו נאכטס באטע אין מהרבצ האט געםירט אין גרויסע ביהמד אין די עדים זוממין האבין זיך אפגעטיילט אין געמאכט א ספליט אין באבאוו אין האבען געפירט און אלטען ביהמד אין משה קליין איז אריינגעקומען טאנצען אין גרויס ביהמד מיט אלע מלאכי חבלה וואס האבען זיך נישט געשעמט צו טאנצען מיט משה קליין וואס האט אזוי שטארק בארעדט דער מהרנצ
why are they eidem zommemem??
א' פארוואס נישט
ב' וויל זיי האבען פינף יאר געבריווט ארויסצו ווארפען מהרבצ םון ביהמד ועשית לו כאשר זמם לעשות לאחיו של מהרנצ און מען האט זיי ארוסגעווארפן
ביטע נאר ענטפערן צו דער זאך
bobov i see you writeing in bobov besefarto you wasteing your time ,that is a dead forum .no one is going to answer you there ,why waste your energy ???
א' איך זעה אז די ביסט דארט געווען אפאר מינוט נאך איך האב עס געשריבען אין באבוב בתפארתה
ב' ענטפער אויף וואס איך פרעג הייב נישט אן יעדער מינוט א נייער דיסקאשען
.if i know an answer i will i,y,h if not i will let some one else answer you .now what is the question ??
וואס איז געווען דער היתר מכשיל זיין אגאנצער עולם מיט שופר בלאזען
רחמנא אמר תקעו ומרדכי דוד אמר איך פייף אויפען באשעפער וויל איך בין א יראת שמים
what are you talking about ,what shoifer bluzing?
אין באבאוו תשס"ה ר"ה
what happened ,refresh my memory please
Somebody mentioned that RBZ showed not respect for his brother In what way do you mean Is it the peiros tish on Shabos Bereishis
Someone else mentioned that on Shabos Breishis the other oilem came into besi medrash dancing Was that in the new beis medrash Was that still while RBZ was at his tish Were the two eidimes there also or just some wild people
not only shabos breishes .its through out the whole years that he was rebbe every one knows that its a known fact
OK
סטאקפיק
וויבאלד איך זע פון דיין שאלות אז די באמת נישט קיין באבובער, אין די האסט נישט קיין אהונונג וואס איז געווען שבת בראשית, פיל איך זיך נישט מחויב פאר דיר צו פארעטפערן.
גיי באד זיך אין דיין אייגענע שמוץ
דער אייציגער הסבר צו זאגען אז סטאק פיק איז יא א באבובער איז אז ער איז פון אויסלאנד, פון לאנדאן למשל.
תוקן על ידי - ajbwisc - 14/07/2005 21:30:03
We've heard that before 'it is a known fact everyone knows' I have heard that for years from bucherim then yingeleit but it appears that what may be started a rumor by someone who may have a goal in mind quickly becomes a known fact
After all this time an discussions we have still yet to hear concrete proff of all of the allegations
bais din will proof it
ביז ש"ב האבען ביידע צדדים געשריגען אז דער אנדערער טוט עולות. רב"צ ועדתו זענען מחוצפים...בית רבינו רודפ'ן...וכו'. דאס איז אלעס אבער געוועהן זאכען וואס מען האט געזאגט, דהיינו כדאי מיטצוהאלטען מיט א צד האט מען געדארפט אויסהערן לשה"ר ורכילות און זיך אריינטוהן דערין.
מיט דעם טיש (אין גרויס ביהמ"ד מיט פארענטשעס - טישען אויף בענק - הייסט נישט קיין באטע נאר א טיש) ש"ב איז געווארען צויי מחנות און א ריזיגער עולם האט דאן מחליט געוועהן 'איך וועל ביי רב"צ שוין נישט קענען זיין'.
דאס איז געוועהן די 'מעשה בראשית'.
In other words you build up a hatred towards someone and especially towards your own rebbes ZTL son on things that you don't really know if they are true but only being spread as a known fact
I'm sure that there are some people who have personal issues but I'm sure that this is the exception
you 100%right i agree ,the main problem or the makeh bepatish was that hachtoorah
איך פארשטיי נישט יעדער איז דא מודה אז ווען נישט שבת בראשית וואלט יעדער אויפגענימען רב"צ אלץ רבי ווייל אים איז זיך עס געקימען
יעצט ווי האבן די חסידי רמ"ד די חוצפה צי טענענן אז זיי זענענן באבוב?? ביזסט ברויגז וועגן שבת בראשית זייער פיין, אין גיי געזינטערהייט רב"צ ווערט נאך נישט דערמיט אויס ממשיך????!!!!
ווי אזוי האט רמ"ד געוואלט איבער נעמען דעם שווער פלאטץ בשעך ווען זיינע אייגענענ חסידים זענענן מודה אז זיי גייען נאר אוועק וועגן ש"ב צי ענליכע שטותים אבער באמת געהערט עס יא פאר רב"צ????????
פאר וואס ווערט עס אויס רב"צ ווייל אפאר מענטשן געפעלן נישט וואס ער האט געטיען בחייוו פין זיין ברידער???
לדעתי האבן חסידי רמ"ד פין דעם אשכול מודה געווען אז באמת געהערט אלעס פאר רב"צ
אין הלוואי זיי זאלן טענענן די זעלבע טענות ווי דא ביי דין תורה{וואס פין פסק זמני קיקט אויס אז דאס טיען זיי טאקע}
אויב רב"צ וואלט זיך 'נארמאל' אויפגעיהרט, וואלט קיינער נישט אוועק, אין די באבובער רבי און באבובער רב, וואלטן נישט גענוצט זייערע גערעכטע טענות עפ"י תורה, כדי נישט צו סתם שטערען.
אבער אזוי ווי ער האט זיך נישט נארמאל אויפגעפירט און באבוב אז צוטיילט, פארלאנגען זיי וואס ס'קומט זיי.
ובדרך אגב
מ'האט ענק עפעס באגאנבעט?
רב"צ טאר מען נישט רופן אין די"ת?
אבער ער מעג ווארפן?
וואס איז? אין בי"ד טאר מען שוין אויכעט נישט גיין?
וואס איז? זיי מסביר?
יא יא אבער קודם האט רמ"ד געוואלט אלעס
פארגעס נישט ער האט זיך געשטעלט אויפן שווער'ס פלאטץ
יעטץ ביזסטע שוין מודה אז ער דארף נאר עפעס{וואס ער גייט אויך נישט באקימען}
ביסט א פראסטער ליגנער
איך בין דארטן געווען אין איך האב קלאהר געזעהן ווי זיי האבן אוועק געללייגט א קליין טישל אקייגן די קוויטל צימער און 'דארט' געשטאנען, און מיט דעם אלעם האבן זיי געכאפט קלעפ!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
מיר וועסטו קיין לאקשן נישט פארקויפן
פארשטאנען ליגנער?????
I'll tell you all one thing It is totaly absurd as an outsider to accept that some story of shabos berieshis (as presented), is what caused this split.
unless we are dealing with a bunch of children
This hatered had got to have been brewing into the youth for years. By whom, I don't know
the_mouse אינטערסאנט אז פין מיר ווילסטע נישט קויפן קיין לאקשן
אבער אלעס וואס די שווענץ פין 45 פארקויפן דיר קויפסטע אפ פאר גיט געלט???
{נישט אלע אין 45 זענענן שווענץ ח"ו נאר דא איז דא היבש פין די סארט}
איז מיינס עפעס אזוי שלעכט??
נישט קיין חילוק וואס זיי זאגען.
רב"צ איז ממילא רבי ווייל ער איז א האלבערשטאם אין א זון פון מייסד, אפילו זייער טענות זאלען זיין ריכטיג קען נישט קיין אונגער מיט א רובין זיין באבובער רבי.
הלכות ירושה קומט דא בכלל נישט אריין, אפילו בית דין וואלט גווען אויף זייער זייט וואלט עס גארנישט געטויזט דעם פשוטער פאקט.
halberstam ---- wait we are going to find out .but why did benzion sign shtrun beireren if there is no shalah
ס'וועט ענק גאהרנישט העלפן רמ"ד איז רבי, אין באבובער רבי, אן איידעם פין ר' נפתלי צבי האלבערשטאם זצ"ל , און וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין בנים, איז ער דער פולער יורש.
רב"צ איז "נישט" רבי ווייל ער הייסט ה"ש, נאר ווייל ער איז אין גרויסע בימ"ד, און אז די וועסט שטעלען ANY אדם במקומו, וועט ער אויכעט זיין רבי, אבער נעם רב"צ אין לייג עם אין בית יעקב, וועט ער אויכעט זיין רבי? קוים אן מנין!!
ממילא קא משמע לן דלא כהאלבערשטאם שכיוון שנקרא ה"ש הוא רבי כי כמה ה"ש איכא בשוקא, אלא קמ"ל דרב"צ רבי, לא מפני שמו ה"ש, אלא מפני שהוא תפס את הבימ"ד הגדול קא משמע לן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
און נאכמער, לשיטתך זאל חיים הרשלה ווערן רב?
תוקן על ידי - the_mouse - 15/07/2005 1:29:53
כ'זעה אז די קענסט נישט הסטורי' חיים הרשלה האט אמאל געהייסן רובין ער האט געטוישט צו הלברשטאם דאס איז דאך דער שמועס אז 45 רבנים זאלן זיך טוישען צו הלברשטאם
הרבה האלבערשטאם איכא בשוקא
יעקב יוסל'ה ואחיו לדוגמא
ווי אזוי קען זיך איינער רופן באבאווער רבי און זיך פאררופן על מהר"ש הראשון זצ"ל וואס האט נישט געוואלט זיין סנדק ביי א ברית ווי די מוטער איז געגאנגען ביי האר
און זיין מאמע איז אלע יאהרן געגאנגען ביי האר ועד בכלל שטאמענדיג פון פוילן
פארדעם אליין האט ער זיך געדארפט אזאגן פון זיך צו רופן באבוב
תוקן על ידי - FICHEUNGER - 15/07/2005 3:29:07
וואס א שטות איז דאס, ב"צ איז רבי ווייל ער הייסט האלברשטאם? אויב איז ער ממשיך מסורת אבותיו, און בפרט די מדות מיט וואס באבוב האט זיך אויסגעצייכענט, איז ער א ממשיך, און אויב נישט איז נישט. ער קען זיין בן אחר בן פון רבי'ס ביז אדם הראשון, אויב איז ער נישט ממשיך אין די זעלבע וועג רייסט ער זיך אוועק פון זיי.
צי ער איז יא ממשיך מיט די באבוב'ער דרך צי נישט איז אנ'אנדערע שמועס, אבער לו יהא אז ער פירט זיך נישט אין זיין טאטנ'ס דרכים איז בכלל נישט קיין נפק"מ וועמענס זוהן ער איז.
די גמרא (יומא) פארציילט אז אמאל ווען שמעיה ואבטליון זענען ארויסגעקומען מוצאי יום הקדוש איז די גאנצע עולם וואס האט באגלייט דער כה"ג אוועק פון איהם און געגאנגען צו שמעיה ואבטליון. דער כה"ג האט דאס ווייגעטוהן האט ער זיך אנגערופען בלשון זלזול ייתון בני עממא לשלם, דהיינו פרידען פאר די קינדער פון די פעלקער (שמעיה ואבטליון האבען געשטאמט פון גרים).
דערציילט די גמרא אז זיי האבען איהם גענטפערט ייתון בני אהרון לשלם דעבדא עובדא דאהרן ואל ייתו בני אהרן לשלם דלא עבדא עובדא דאהרן. ד.מ. זאל זיין פרידען פאר די בני אהרן וואס גיין אין אהרן'ס דרכים פון אוהב שלום ורודף שלום אבער נישט פאר די בני אהרן וואס גיין נישט אין זיינע דרכים. איך מיין אז דער גמרא שטימט זייער גוט לענינינו.
(די גמרא האב איך געשריבען פון אויסענווייניג ע"כ איז מעגליך אז די לשון איז עטוואס אנדערש. דער תמצית הדברים איז אבער ריכטיג.)