היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אדמיניסטראטאר ויואל משה קר"י רעזיגנירט

אדמיניסטראטאר ויואל משה קר"י רעזיגנירט

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1457910

ווייסעקיטל » 8/7/2005 17:05

ווייסט איינער פרטים פ"וו ער האט אפגעזאגט? צו האט ער טאקע אפגעזאגט? אדער טאקע רעזיגנירט? ווי האלט עס מיט די מוסדות?

Lumber » 8/7/2005 17:58

זאגסט דאך נישט קיין נאמען.

ווער איז דער אדמיניסטראטאר?

KJAlliance » 8/7/2005 18:07

דער אדמיניסטראטאר איז האברך החשוב ר' יקותיאל מאיר גראס ני"ו זון פון ר' משה אלי' און איידעם פון הגה"ח רבי עמרם ווייס ע"ה

אבער ווער זאגט אז ער האט רעזעגנירט דאס ווייס איך נישט, הגם לא ראיתי אינו ראי'

אגב, דאס יא, טשעקס פון די זאלי מוסדות אין ק"י, זענען לעצטענס זיין פעסט געווען, זיי האבן געהאלטן אין איין קומען און צוריק קומען

זאליweaky » 8/7/2005 18:27

שא"ד זאגט כסדר אז זיינע טשעק'ס זענען זייער שטארק.

זיי קענען באונסן עטליכע מאל, און עס וועט פארט גארנישט פאסירן דערמיט.

תוקן על ידי - allnewspic - 08/07/2005 20:36:07

KJAlliance » 8/7/2005 18:34

וועקי אט דאס מיין איך

ממילא גלייב איך אז עפעס גייט פאר, אבער האט איינער א גוטן מקור

ווייל ער איז א געלונגענער אינגערמאן, הגם נישט דער גרעסטער בר מזל, אבער קלוג און געריבן איז ער

איחודמעמבר » 8/7/2005 20:27

נעבעך!
א פריע נחמה פאר די אהרונים דא!
הרב גראס איז אריין אין די נארוואס אויסגעברייטערטע הנהלה וואס ארבעט מיט מער אימפעט פאר די הצלחה פון די הייליגע מוסדות.
מען רישט זיך אי"ה צו עפענען די איבריגע כיתות אויפ'ן קומענדיגן זמן.
דער פרישער אדמיניסטראטאר איז ר' יחזקאל יאקאבאוויטש וועלכער איז ביז איצט געווען דער הויפט געהילף פון הרב גראס.
און יעצטו הייבטס אן צו בילן...

ווארהייט » 8/7/2005 20:31

הרב גראס איז אזוי ווי די טשעקס פון סאסמאן מוסדות

זיי גייען און קומען...
"משלחת וחוזרת"...
און דאס איז ביי דיר אזא סוקסעס?

איחודמעמבר » 10/7/2005 18:11

כ'בין געווען דעם שבת אין ק"י און גערעדט צו מלמדים פון ביידע מוסדות.
דערווייל שטעלט זיך ארויס דאס בילד אז די מלמדים אין די אהרונישע מוסדות זענען זייער אפסעט אז מען באצאלט זיי שפעט און דערצו א גרויס חלק מיט קיופאנס. אויב רעדט זיך איינער אפ אדער ער בעט א רעיס (וואס מען האט שוין נישט באקומען די לעצטע פאר יאר) נעמט מען אים רודפ'ן און אויסרעכענען יעדע קלייניגקייט וואס ער האט יא אדער נישט געטאן.
אין די סאטמארער מוסדות ויואל משה זענען די מלמדים אויסערגעווענליך צופרידן וויאזוי די הנהלה באהאנדעלט זיי. דארט צאלט מען נישט מיט קיין קיופאנס נאר מיט געלט וואס איז עובר לסוחר און יעדע קאמפלעין ווערט אויפגענומען און באהאנדעלט בכובד ראש דורך די הנהלה.

מקוה_איד » 10/7/2005 18:36

כ'הער אז די מלמדים פון בעטלאן זענען אויך העכסט צופרידן!

איחודמעמבר » 10/7/2005 20:13

וואו איז מען נישט צופרידן?
אויסער אין די אהרונישע ק"י מוסדות!
איבעראל פירט מען זיך אויף ווי מענטשן צו די איינגעשטעלטע אויסער אין די אהרונישע ק"י מוסדות!

מקוה_איד » 10/7/2005 20:19

מיינסט מ'קען עפעס טאן דערוועגן?

getme » 10/7/2005 20:25

מקווה איד, ניין מען קען גארנישט טיען
פינאציעל שטיין די מוסדות אין קר"י די ערגעסטע פין אלע סאטמערע מוסדות
נישט דא וואס צי טיען

דער כעלעמער הירש פירט עס אין באד אריין

תוקן על ידי - getme - 10/07/2005 20:25:14
[בילד – נישט אפגעהיט]

מקוה_איד » 10/7/2005 20:35

אַהאַ
[בילד – נישט אפגעהיט]