איך הער אז עס קומט פאר היינט נאכט א דרשה אין קרית יואל'ע ביהמ"ד, איז עס אמת?
אויב יא, פאר וועם איז דאס? מענער? פרויען?
וויפיל אזייגער?
ס'איז געווען א געפאקטע בית המדרש, אויך די צפון זייט איז געווען אפן, און די ווייבער שוהל איז געווען אפן פאר די פרויען.
דער רב האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה וואס מענטשן האבן שוין יארן נישט געהערט פון אים. ער האט דערקלערט וואספארא שרעקליכע מצב ס'הערשט, די ערנסטקייט וואס איז געווען אויסגעגאסן אויפ'ן ציבור איז נישט צום באשרייבן.
די ווערטער האבן עושה רושם געווען, און האפנטליך האבן די טאטעס געלערנט א לעקציע צו זיין זייער זייער פארזיכטיג מיט זייערע קינדער, און אכטונג געבן אויף דעם פקדון וואס השם יתברך האט זיי געגעבן ווי אויפ'ן שווארץ אפל פונעם אויג.
דער רב שליט"א ביי זיין פייערדיגן דרשה
[בילד – נישט אפגעהיט]
טייל פון די ריזיגע ציבור בליעה"ר פון ערנסטע יודן תושבי קרית יואל
תוקן על ידי - פומבדיתא - 06/07/2005 21:32:53
[בילד – נישט אפגעהיט]
פון אלעס האט ער גערעדט נאר נישט פון מסירה מיט ערכאות, וואס זיין ציבור איז מקיל זייער שטארק דערין.
יוסעלע
גוט, שטארק, צו דער זאך, איז דיין תגובה
נ.ב. מען מיינט נישט דיך, מען רעדט פון די אמעריקאנע .....
יוסף90
ער האט גערעדט פון דעם וואס ער האט ליב.
ער האט גערעדט מורא'דיג JUICY.
שוין לאנג האט מען נישט געהערט אזא סמעטענע דרשה.
די ליצים זאגן אז ער האט סופלייט פרישע אדרעסן פאר די שמוציאנען!
קרית יואל
אדרבה לאמיר רעדן פון אדרעסן פון די שמוציאנען, ווי געהערן זיי
און וויאזוי האבן זיי געוואוט די לעצטע עלעקשאן, און פארוואס האט י. מ. ט. באקומען 10,000 פון זיגי ארויסצוברענגן זיינע שקצים
אגב, בקרוב גייט קרית יואל רב שליט"א'ס ווילידזש נעמען לעגאלע שריט איינצוצוימען די שקצים
אדרבה, אבער ביטע, ווען דו וועסט זיין איינע פון זיי, ביטע נישט זיך באליידיגן
תוקן על ידי - davka - 08/07/2005 3:59:32