היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » באדארפען א גמרא מיט נקידות

באדארפען א גמרא מיט נקידות

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1451822

rotzer » 5/7/2005 01:47

אין די פארלאפענע פארגאנגענהייט האט זיך דאנענט געפונען אן אשכול אז עס איז פארהאן א גמרא מיט נקידות און וואנענט מען קאָן עס געפונען און קויפען, נאָר איצטעט אז עס איז אסאך צייט פארביי און מיר קאנען ניט מער געפונען דעם דאזיגען אשכול ווילען מיר בעטען ביי אייך אלע טייערע מיטגלידער פונעם פורום אז ווער פון אייך עס קאָן בייהילפוג זיין און האט א וויסענשאפט און דעם ענין אדער גאר ארויף שטעלען א "לינק" צו דעם אויבעןדערמאנטער אשכול זאל אים דער גאט פון הימעל בענטשען מיט אלעמען גוטען.

jid_613 » 5/7/2005 02:36


שטייןזאלץ

חוצמזה, ווען די רעדטס סתם אזוי צו א חבר, רעדטס די אויך מיט די נקודות....?

rotzer » 5/7/2005 03:24




געלויבט זאלט איר זיין JID אבער ניט דאס האבען מיר געמיינט, זיכער וויסען מיר פון אבן ישראל און מיר קאנען אים פערזענדליך.
נאר דאס וואס מיר זיכען איז א גמרא מיטען אריגענעלער ווילנער צורת הדף נאר צוגעשטעלט די פינטעלאך.

טובעין » 5/7/2005 08:07

עס איז דא אזא נייע גמרא, וואס האט קאלירען, אבער עס איז נאך נישט דא אין גאנצע מסכתות נאר אין קונטרסים לדוגמא.

שופר_שופר » 5/7/2005 16:17

עס איז דא א נייע גמרא וואס עס קומט ארויס לויט'ן סדר פון דף ....
דורך TUVIAS פון מאנסי
421 Route 59 -Wald Pavilion

1845-426-0824

אלעס איז געפינטעלט אפילו די תוספות

לויט די צורת הדף פון ווילנא

שויתי ה'' לנגדי תמיד

rotzer » 6/7/2005 03:39


תקע "בשופר" גדול:

א דאנק פאר אייך, און דער זכות פון די תורה ווערטער וועלכע וועלען געלערעט ווערן דורוך אייער הילף זאלט איר נאר וויסען פון גיטס און מיר אלע זאלען זוכה זיין צום יחי אדונינו מורנו ורבנו מלך המשיח לעלום ועד.

תוקן על ידי - rotzer - 06/07/2005 3:57:53