וויאזוי איז מען מחנך די בחורים אין 48 ?
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1449971
א. ר' נחום מאיר גערמאן
ב. ר' חיים ב"צ רוזנבערג
ג. ר' אליעזר שטערנבוך
ד. ר' יעקב ישראל מייזליש
יא, די אויבן דערמאנטע געוועזענע חשובי באבוב פארשטייען אז ווען מען איז מחנך בחורימ'לעך, גייט עס נאר מיט פוסטע און ווילדע רייץ רייד, ביי זיי מיינט 'חבורות', אז מען זיצט און מען לאכט אפ בלשונות בזויים און אויף אןנידעריגע וועג פין יידן תלמודי חכמים, דאס אללעס ווייל זיי בוקן זיך נישט צו זייערע פורים-רב ,
אין אלע דורות האבן זיך ערליכע יידן אפגעטיילט און געגאנגען צו ווי זייערע שורש נשמה צוט און צו ווי זיי האבן געפילט סיפוק הנפש, דער יוד הקדוש האט זיך דען נישט אפגעטיילט פינם חוזה?
פשוט אין באבוב האט מען ביז י"ד אדר געהאט ערליכע רבי'ס, אזוי אז מ'האט זיך נישט געדארפט אפטיילן, ביז......
ענק האבן טענות אקעגן אונז ? קומסט אין בי"ד!!
חבורות דאס איז בי"ד?
די עלטערן זענען געווען זעהר שאקירט פין וואס זיי האבן נאכגעהערט!!!
'אהנרייצן' יינגע בחורים אפיציעל ביי חבורות?
דאס איז די וואס רופן זיך באבוב?
מיט וואסארא חוצפה און דברי בלע זיי האבן גערעדט אז פשוט אומבאשרייבאר, ווייל ס'איז געווען זייער מיאוס,
איך קען נישט שרייבן קיין נעמען אבער איך ווייס פון עטליכע חשובע בחורים וואס האבן נאכן הערן די דברי בלע ביי די חבורות, ביישלאסן אז 48 איז נישט זייער פלאץ.
כאשר תענו כן ירבה וכן יפרוץ
קוקסט אהן מה בין בני לבין חמי
קוקסט וויאזוי יעדער צד רעדט
קוקסט און זעהסט ווער איז באבוב
די שעמסט זיך פון איינעם???
פארוואס שרייבסטו נישט ארויס קלאר וואס זיי האבן געזאג
י"י האט געזאגט אז מען זאאל נישט גיין צו שמחות אויף 45 (ולא לשכוח שאנחנו מי שמחלקים משפחות!!!)
חב"צ האט געזאג אז קורח האט אויך געהאט מיט זיך 250 מענטשען טון ער איז געווען לקח לעצמו די רביסטווע, און ער מיט אלע 250 זענען אריין און דער ערד
עפרא לפומי' אויב דאס זענען די היינטיגע מחנכים
אבער בעצם האבן זיי זיך נישט צופיל צו שעמען, ווייל זייער מנהיג האט זיך נישט אויפגעפירט צופיל אנדערש
זייהאבען דאך זעהר גוט געזאגט, חב"צ פארענטפערט י"י.
לויט ווי יך זעה ווי חסידי רמ"ד שרייבען אויף זייער רבי, למה לא פארוואס זאלען זיי נישט צוריק שיסען.
אנטשולדיגט אברעהמל,
אויב איינער שרייבט אויף רב"צ אין הייד פארק, דאס איז אן תירוץ פאר זייערע מחנכים אזוי אהנצורייצן?,
זעהט זיך אויס אז די האסט נישט דורך געליינט די דרשה פון רמ"ד ביי פירות טיש, ווי צוויי באבוב שרייבט אויבן, קוק וויאזוי ער רעדט צו זיינע יינגעלייט,
ועוד יותר, רב"צ הנמצא בבימ"ד הגדול, שיש לו כרגע כל מוסדות באבוב, הרי דווקא ממנו מצפים [=דערווארט מען פין עם] להתנהג כדרך אביו זצ"ל כי מה יש לו להפסיד? עוד הי' אומרים תראו איזה אציל נפש..[=איידעלע ייד]
אבל אם רמ"ד שנזרק ביום פטירת רבינו ז"ל, אם הי' מדבר כרב"צ הייתי מבין אותו, כי יש לו סיבות לכעוס.
אבל היות שיש כאן היפוך היוצרות,[צודרייטע יוצרות] שהמנצח כרגע 'הוא' המלבה [מאכט גרעסער] את האש, והצד שכרגע מפסיד 'הוא' זה שמרגיע ומנסה לכבות [פארלעשט] את האש.
הרי זה אומר דרשנו!!!
וזה רק 'דוגמא' על כל העניין.
וכמו ש'העולם' אומר רב"צ 'מחקה'['מאכט' עם נאך] את המהר"ש טוב.
ורמ"ד 'מתנהג'[פיהרט זיך אויף] כמוהו.
וזה ברור.
תוקן על ידי - the_mouse - 04/07/2005 14:23:40
קודם כל קיינער האט נישט געווארפן רמ"ד, ער איז זיך געגאנגען מרצונו הטוב!
צווייטענס וויל איך דא אויפרישן די זכרון פון די ערשטע פסק פון בח"ג, ווי ער האט געפאסקענט אז מען זאל נישט פאלגען די עלטערן.
דאס איז מסתמא לדעתכם גורם קירוב הלבבות, אדער אפשר איז דאס ענקערע שלום פראסעס, אדער איז דאס א פסק פון ענקערע "תלמודי חכמים" וואס האבן פארגעסען א שטיקל "עשרת הדברות". אין יעדע ישיבה איז מען מחנך בחורים זיך נישט צו דרייען מיט שלעכטע חברים וואס כידוע האט א שלעכטע השפעה אויף א מענטש, וואס האסטו געוואלט? אז מען זאל לאזן אונזערע בחורים זיך דרייען נאנט מיט א באנדע יונגאטשען וואס רופען אויס בקול רם: מיר פאלגען נישט די תורה! כבד את אביך ואת אמך, איז מען ביי אונז נישט גורס!
ווער האט צוטיילט משפחות? ווער לייגט תפלין פאר בחורים אן זייערע טאטעס? דאס אלס איז ענקער רבי מדריך, דאס איז מסתמא געווען זיין שווער'ס דרך, אדער זיין זיידע'ס רצון? אפשר דיין קאפ פארשטייט עס אבער א נארמאלע מענטש פארשטייט אביסעלע ענדערש.
אויף לשון קודש רופט זיך אזאן סארט גרופע "מומר לדבר אחד" מען דארף נאך דן זיין צו עס איז לתיאבון אדער גאר להכעיס, אבער איך בין מלמד זכות אז עס איז נאר לתיאבון.
ענק האבן א רבי א מנהיג? אוודאי ער וועט ענק נאך אריינפירן אין שאול תחתית אריין!!!!!
רבי מרדכי דוד האט נאר געלייגט תפילין פאר א בר מצוה בחור'ל וואס איז קעגן רצון פון זיין אייגענעם טאטן געלאפן צו אים לייגן תפילין, און רמ"ד האט נאך דערצן געשיקט א מזל טוב דורך דעם בחור'ל צום אנגעווייטאגטן פאטער!
נערווען קריכער
נעכטן ביסטו נאך נישט געווןע קיין באבובער, היינט שטינקסטו שוין אין אלע באבובער מיסט.
לגופו של ענין איך בין געזיצען ביי א שמחה אין דער טאטע איז צוגעקומען, אין מען האט אים געפרעגט האט ער געזאגט אז ער האט געלאזט דעם בחור גיין לייגען תפילין ביי זיין רבי ווייל עס איז נישט קיין סתירה, אין ער האט אפילו געקלונגען קיין באבוב אז זיין זון קומט, ער זיין טאטע האט אים אויך געלייגט תפילין.
בכל אופן זיין טאטע לעבט נאך יעדער קען אים פרעגען,
דער טאטע האט נאך מער א חזקת כשרות ווי דער נערווען קריכער וואס האט שוין א חזקה דא פאר א כזבן
איך זעי אז די לייקנסט נישט די פאקט אז מען האט ביי ענק אויסגעמעקט א מצות עשה מן התורה? דאס איז דיין בן תורא.
ווידער די אלע מעשה'לעך וואס די פארקויפסט דא, דאס איז "לא קרה" (עס האט קיינמאל נישט פאסירט). ו"לא שנה" פארדריי נישט די יוצרות.
קרעימער,
צריכין לבדוק אחריך ווייל פון דיינע ווערטער איז נודף א ריח מינות. וויאזוי קענסטו זאגען מומר לדבר אחד אויף איינער וואס האט ברבים פארגעלערנט א סעיף אין שו"ע. עס איז א קלארע הלכה אז מען מוז נישט פאלגען דעם טאטען ווען עס קומט צו זוכען א רבי אדער ישיבה וואס דער זון האלט אז ער וועט דארט האבען א גרעסערע הצלחה.
איי דיינע הרגשים זאגען דיר אז דאס הייסט היפך כיבוד אב, אויף דעם איז דא א תורה ואין לנו נאר דברי התורה הזאת. און אויב דער תורה זאגט מותר (און אפשר מחויב) איז זיכער אז אזוי איז דער אמת.
קרעימער,
צריכין לבדוק אחריך ווייל פון דיינע ווערטער איז נודף א ריח מינות. וויאזוי קענסטו זאגען מומר לדבר אחד אויף איינער וואס האט ברבים פארגעלערנט א סעיף אין שו"ע. עס איז א קלארע הלכה אז מען מוז נישט פאלגען דעם טאטען ווען עס קומט צו זוכען א רבי אדער ישיבה וואס דער זון האלט אז ער וועט דארט האבען א גרעסערע הצלחה.
איי דיינע הרגשים זאגען דיר אז דאס הייסט היפך כיבוד אב, אויף דעם איז דא א תורה ואין לנו נאר דברי התורה הזאת. און אויב דער תורה זאגט מותר (און אפשר מחויב) איז זיכער אז אזוי איז דער אמת.
ממש נישט צו פארשטיין
קוק נאר צי וויאזוי איך האב םיינע קינדער אויפגיצויגען איינס ביי איינס. מיינע בחורים בלי עין הרע
איך בין נישט געווען און איך בין נישט ווייטער קיין באבוב'ער חסיד. איך רעספעקטיר ביידע רביים, אבער איך קען נישט סובל זיין די פרעכהייט פון חסידי כ"ק אדמו"ר רבי מרדכי דוד שליט"א וועלכע האבן איין ציל, צו באשמוצן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
און די מעשה מיט יענעם בר מצוה וואס איז נישט אמת. דער פאטער האט נישט מסכים געווען בשו"א, נאר דער בחור'ל איז געלאפן אן רשות פון זיין טאטן.
און בנוגע כיבוד אב, איז נישטא אזא הלכה! ווען עס רעדט זיך למשל פון א בחור וואס זיין טאטע איז ח"ו אראפ פון וועג אדער וויל אים נישט געבן קיין תורה'דיגן חינוך איז נאך צו רעדן.
אבער בלויז פאר דעם ווייל ער איז אונטערגעהעצט געווארן פון אנשי דלא מעלי מיינט נאכנישט אז ער מוז נישט ]פאלגן זיין טאטן. צי האט א 13 יעריג בחור'ל בכלל אן אייגענעם מיינונג?
עס איז נישט אויסגעהאלטן נישט לפי דיני תורה און נישט לפי חוקי דמלכותא!
whom are you fooling here ?you are a liar ,the way you talk, you are a follower of the actor and fony on 48th st
נרווןקרכר
איך מיין אז דיינע נערוון זענן שוין אויסגעקרעכן, טויש עס אויף אן אנדערע נאמען,אזוי ווי חנוך סגל צו מוטיאונגער און דישיגעטער צו 48STREET וואס די אלע איז 1 מיכל גרנפעלד,
טאקע מיט דעם וועג וויאזוי די חסידי כ"ק אדמו"ר מהרמ"ד שליט"א רעדן, טוען זיי פארעקלען יעדן רעכטדענקער פון שטיצן זייער חסידות!
איך בין נישט קיין באבוב'ער חסיד (אדרבה מען קען טשעקן מיינע אלטע תגובות) אבער איך האב געשעצט ביידע זייטן אין באבוב. אבער דער וועג וויאזוי די חסידי כ"ק אדמו"ר מהרמ"ד שליט"א רעדן אויף כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, ברענגט מיר שטארקע סימפאטיע צום באבוב'ער רבי'ן שליט"א.
צוויי חדשים האבן אנשי רב"צ [גאהר גאהר נאנטע] געטוהן און געשריבן דא אויף הייד פארק דאס ערגסטע און דאס מואסטע, איך בין דא אויף פארום באבוב איינער פין די מערסטע שרייבערס, אין איך באשרייב אינזער צד זייער שיין, קענסטו מיך זאגן און געבן צו פארשטיין וואס אונז באשמוצן רב"צ? מיטן באשרייבן אז 50% באבוב ווילן עם נישט האבן, דאס מיינט באשמוצן? ביי מיר מיינט באשמוצן אז מען לייגט אן בילד פין הרבנית אשת המהרנ"ץ מיט אן העד-ליין 'רצחה את בעלה", ביי מיר מיינט באשמיצן ווען מען עפענט אוי אן אשכול פין אלע דברי ליצנות אויף רמ"ד,
ווער האט געלייגט די ערשטע, אן בילד פין רמ"ד שארט שניי נאקעדיגערהייט? און די האסט צו 'אונז' טענות? די ביסט אפשר צודרייט? אדער צוחשט? אפשר די , אבער רוב ליינער'ס זענען דא נארמאלע מענטשען, און טריי נישט צו פארדרייען דעם קאפ.
אונז ווייסן מיר אז ס'ליגט אוועקגעלייגט אן קונטרוס 'ימי הבחרות' אויף רב"צ, האבן מיר דאס דען ארויפגעלייגט אויף הייד פארק ? ווען מיר וועלן דאס ארויפלייגן, דעמאלס וועסטו זיין גערעכט.
הער נאר צו מייזעלע, איך סייד איך בין א מנהל-משנה האב איך קיינעם נישט אויסמעקן, אין איך בין דיר שוין מודיע אז זאלסט נישט אפי' טראכטן פין אזוינס צו טוהן, ווייל איך וועל עס ממילא אויסמעקן.
און די נערווןקריכר, לויט די וועג מיט די אינפארמאציע, ווי די שרייבסט, ביסטו נישט נאר אגאהר היימישער באבובער, נאר אפי' פין די גאהר נאנטע פריינד פין רב"צ, נאר ענק אעשרייבן...איך בין א פרעמדע....איך קען עס נישט צוקוקן..בלה בלה בלה
דאס ווייזט נאר, אז מכתחילה ביסטו געקומען שרייבן ליגענדס און שקרים, SO GET OUT FROM HERE
נישט נאר אז איך בין נישט קיין באבוב'ער חסיד און אודאי נישט קיין גאר נאענטער מענטשן צו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שלךיט"א.
איך בין אפילו נאכנישט געווען ביי קיין טיש אין באבוב, נישט ביים איצטיגן רבי'ן שליט"א, נישט ביים פריערדיגן רבי'ן זצוק"ל און נישט ביי זייער פאטער מרן הגה"ק מבאבוב זצוק"ל!
you are the same liar as your actor on 48th st ,he also keeps on saying that he dosent know whats going on
און וואס הערט זיך מיטן עקטער פון 45?
he is not , and he does not have a shtkela and the nice bakeshas ,like your actor has ,and he does not mimmick his father like the the puppet and monkey .also he does not dance like a meshigener , and krazling his payes in front of the mirror every day
bobov stop fihting all day
איך ווייס נישט צו נרוון קריכער איז א באבובער צו נישט, עס אינטערסירט מיך אפילו נישט.
א ביליגער שקרן איז ער זיכער.
בקיצור אויב ער וואלט געווען א באבובער וואלט ער זיכער באלאנגט מיט די אנשי רב"צ. מיט די הצלות אין שומרים, אין נישט מיט די תלמידי חכמים און יראי ה'
יצא עיניך!
EIENECHOO HATHORIM ?
נערוון-קראנקער,
דו ביזט א פשוט'ע ע"ה. עס איז א בפירוש'ן מחבר (יו"ד סי' ר"מ סעי' האחרון) אז ווען איינער פילט אז ער וועט האבען א גערעסערן תועלת בלימודו אין א געוויסען מקום מעג ער דארט אהין גיין אפי' זיין פאטער איז דערגעגן. דער פתחי תשובה לייגט צו אז דאס זעלבע איז אויך ביי א ביהמ"ד בנוגע מער כונה גיים דאווענען עיי"ש.
דו שוטה (און מעגליך אויך אן עם הארץ)...
דאס אינגל גייט דען אהין ווייל ער וויל שטייגן אין לערנען און ער קען דאס נישט אין באבוב?
דאס אינגל איז איינס צווישן אזויפיל אנגעהעצטע קינדער!
ער איז סך הכל א 13 יעריג בחור'ל וואס ווייסט נאכנישט וואס ער וויל, אויסער וואס ער דארף מעגליך דעם עטענטשן צו זיין אנדערש ווי זיין משפחה!
עס איז א בושה אפילו דאס צו פארענטפערן!
לאמיר זען אויב א קינד פון חסידי כ"ק אדמו"ר מהרמ"ד שליט"א וועט גיין צו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אויב דעמאלסט וועסטו אויך אזוי רעדן?
(איך האלט אז אפילו אויף דעם פאל איז עס נישט אויסגעהאלטן).
ולסיום, דארפט איהר שרייבען
"נכתב לזכר נשמות רבוה"ק"
און לאזט אויס מיט די תפילה
"זכותם יגן עלינו"
תוקן על ידי - antibunnyi - 08/07/2005 4:04:35