היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » נייע גרויסע דירות אויף בארג פון חברון

נייע גרויסע דירות אויף בארג פון חברון

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1445214

ארענדאר » 30/6/2005 02:58

יעקב סופר האט אנגעהויבן צו פארקויפן ריזיגע אריסטאקראטישע 8 רומעדיגע דירות פון 24,000 סקווער פוס, אויפן שרעקעדיגער הויכער בארג אויף מאונטען רד. - אויף די נייע חברון גאס, קעגנאיבער עצי תמרים.

מיין חבר פלאנט דארט צו קויפן א דירה, ער זאגט מיר אז די פרייזען זענען אזוי:

325,000 פאר א וואלק אין

350,000 פאר א מיטעלע פלאר

375,000 פאר א טאפ פלאר


ארגינעל האט געהייסן אז ער גייט דארט בויען עפארדעבל דירות, אבער איך הער אז ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, ווייל דער שטח איז זייער פראבלאמאטיש און עס זענען צוגעקומען ריזיגע הוצאות די קענען דעוועלאפען דעם שטח.

מ'האט דארט נישט געקענט בויען פאר צוויי יאר וועגן די קאונטי האט געמאכט פראבלעמען, און די דירות איז אויף א שרעקליכען בארג, און מען בויעט ריזיגע "ריטעינינג וואלס (ווענט)" פאר מיליאנען דאלערס, אז די בילדינגס זאלן זיך נישט אראפגליטשען (פשוטו כמשמעו), אויף מאונטען רד.
דערפאר האט מען געמוזט אויפגעבן אויף די עפארדעבל דירות, און מען בויעט גרויסע דירות, פאר טייערע פרייזן.

איך האב אויך געהערט אז ער גייט בקרוב אנהייבן צו בויען אויפן זעלבן שטח, בערך הונדערט קלענערע דירות פאר בערך 200,000$.

ווער עס האט מער פרטים זאל מעלדן


תוקן על ידי - ארענדאר - 30/06/2005 3:02:51

פומבדיתא » 30/6/2005 03:02

משוגע זאל ער זיין צו פארקויפן די דירות עפארדעבל.

איך האב מיך אלעמאל געווינדערט אז מען בויט דארט עפארדעבעל דירות, ווייל די פלאץ האט א הערליכע view אין געווענלעך באזעצען זיך אויף בערג מיט אזעלכע שיינע views, עשירים אין נישט ארעמע לייט.

קרית_יואל » 30/6/2005 05:14

עס איז דא גרויסע נייעס איבער סופר'ס דירות.
ווארטס אביסל און איר וועט אלעס געוואויר ווערן.

מקוה_איד » 30/6/2005 05:39

דו מיינסט 2,400 סקווער-פיס

געשמאק » 30/6/2005 12:58

שוין ווייטער קומט דער מוחזק שקרן אן מיט זיינע נביאות'ער.

KJAlliance » 30/6/2005 20:58

לאמיר טרייען צוצוטרעפן

אז מען בויעט עס שוין אין גרויסן

עס גייט פארטיג זיין בקרוב

אז עס גייט זיין נאך 128 פינף רומיגע 'עפארדעבל דירות'

אז עס גייט זיין דארט 90 אכט רומיגע דירות פאר די העכערע פריייזן ווי 'ארענדאר' האט געמאלדן

נו, ווער איך אייך זאלן די זאלי'ס נישט זיין 'בשמחה' דערפאר

און נאכדערצו אז קיין "איינס" פון די 128 וועט נישט גיין פאר די זאלי'ס

אאפס, כדאי קרית יואל זאל נישט מיינען אז ער ווייסט עפעס וואס מיר ווייסן נישט, אז דא עטליכע אישוס וואס גייען אן אונטער די קוליסן, ווי למשל דער צווייטער ראוד וואס דארף אריינגיין צו 'חברון' איז די פלאן נאך נישט פערטיג, מען גייט ברייטער מאכן קאונטי רד 44, און נאך עטליכע

אבער

זיסער שקרן, דער 'פאקט' איז אז מען בויעט און מען בויעט אין גרויסן, און די אפגעריסענער אין זיבן פאלעס טרייסט זיך מיט חלשות, אז מען גייט, ווארט נאר ווארט, און נאך שיין קלינגעדיגע חלומות

איר האט טאקע די הערליכע, ביליגע, ערליכע "חלומות", און מיר באגנוגען זיך מיט פשוטע און פלעינע "פאקטן"

געזעגענען » 1/7/2005 22:56

KJAlliance » 3/7/2005 22:05

געזעגענען

אדרבה

דאס איז פון די ערשטע שריט פון ענקערע 40 פראצענט

דעם שבת האט איך געהערט א 'טייער' ווארט

אז פארדעם האבן זיי 40 פראצענט ווייל זיי גייען באצאלן 40 ריבית אויף זייער 'וואוט'

און וועגן ריבית, האט ער געזאגט, אז פאר צדקה - די מוסדות - איז דא א היתר

הערסטו געזעגענען 40 פראצענט אז איר וועט באצאלען זאלט איר זיין צופרידן

ווייל יתכן אז איר וועט באצאלן 60 פראצענט, און דעמאלטס וועט איר קענען שרייען אז איר זענט "די זעכציג פראצענט"

און דאס איז נאר די התחלה

קרית_יואל » 4/7/2005 02:08

אן אהרונישער טיפשל.
ער זאגט נאך אזוי ערליך וואס ער הערט אין מקוה און אין ווייסן שוהל.
קענסט זיין זיכער אז די ווילידזש טאטעס וועלן נאך האבן א סאך צו הערן פון די "40 פראצענט" (כלשונך) אין די קומענדיגע 4 יאר.
ווילאנג מעיאר ווידער און זיינע שווענצלעך פירן דעם ווילידזש מוז ער קענען דערהייבן "היעט", און ער זאל זיין גרייט דערצו, ווייל אז נישט וועט ער מוזן בלייבן אינדערהיים...

KJAlliance » 4/7/2005 03:22

קיינער זאגט נישט אז פנחס אלץ געטרייער ממשיך דרך, פון די הייליגטום.... וועט מסר'ן און מסר'ן און מסר'ן און.... מסר'ן

נאר

"לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי", די הבטחה פון רבינו שליט"א מיטן זכות פונעם מייסד רבינו הקדוש והטהור זי"ע, איז שטערקער און שטערקער און שטערקער און.... שטערקער, ווי זייערע רשעות

אקוראט ווי מען זעהט באשיינפערלעך יעדן טאג, ווי דער כח הקדושה וואקסט און בליהט, און די שנאה וואקסט טאקע און בליהט מיט, נאר, איצט ווען עס מער נישט זיין בחנם

אלץ א געטרייער הונטעלע פון די מטורפת פראדעלע'ס געלונגענער זוהן'דעלע מיינסטו נאך אלץ אז די ווערטער "יעצט וועלן מיר ווייזן" מיינט עפעס,

סאיז דערנאך, סאיז א אויסגעשאסענע קויל, איר טוט "סייוואו" וויפיל רשעות איר קענט און נאך מער, און יעצט וועלן מיר ווייזן, איז הוילע לופט, איר ווייזט און איר ווייזט, אז איר די אלע מחאות, מלחמות, קעגן שונאי הדת אלע יארן איז נישט געווען די קנאת ה' צבאות וואס האט געברענט אין רבינו זי"ע, ער איז טאקע געווען דאס, אבער איר להבדיל זענט פאלנע רשעים, והא ראי' קרית יואל רב איז די זעלבע שגץ ווי בעלזער רבי, קלויזענבורגער, ליבאביטשער און אפילו הערצל ימ"ש

אלא מאי, קנאות אין כאן, מלחמת ה' אין כאן, אבל יש כאן רשעות, שנאה, קנאה, וכולי וכולי

און אדרבה גייט ווייטער אן, ווייל זה כנגד זה עשה אלקים

נאר אזוי וועלן מיר שלאפן רואיג, אז דער צד הקדושה און דער זכות פון רבינו שליט"א און איבער אלעם די זכות פונעם מייסד הקרי' וועט איבערשטייגן אלע רשעות

המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד

קרית_יואל » 4/7/2005 17:36

דער "ולא ירעו ולא ישחיתו" מיינט טאקע אהרן ט"ב.
רוח הקודש הופיע בבית מדרשו של רבינו שליט"א.
מען זעט עס טאקע וויאזוי עס האבן אויפגעבליט פרישע קהילות און מוסדות התורה אין קרית יואל אין די לעצטע יארן, און עס האלט אין איין שטייגן.
ילכו מחיל אל חיל!

KJAlliance » 4/7/2005 19:08

קרית יואל

100 פראצענט גערעכט

אזא שיין און טייער ווארט לכבוד דעם חגא פון יולי דעם פערדן

אההה, ווי תורא דארט חכמא

קרית_יואל » 4/7/2005 19:45

אלייענס
כ'האב מורא אז באלד וועט מען הערן א ביטערע נייעס אז די הצלה איז עמוירדזשענסי אפגעפלויגן צו אלייענס צוליב א מח ערשיטערונג.
עס קוקט עפעס אויס אז דו ביזט נעבעך זייער צורודערט לעצטענס אז דו רעדסט פשוט נישט צוד ער זאך.
א רפואה שלימה במהרה!

KJAlliance » 4/7/2005 21:16

קרית יואל

קודם אז די רעדסט צו מיר, וויל איך דיר צוריקקומען צו מיין אנבאט, וועגן י.ל. ווער ער איז, וואס ער איז, וואס האט ער גע'עפענט, זיין באציאונג מיט בן פראדל, וואס דו האסט אנגעהויבן, און האסט נישט געענטפערט אויף מיין אנבאט צו באהאנדלן די אישו פון אלע זייטן, איז עס שתיקה כהודאה, אדער ביזטו נישט גרייט אים צו באהאנדלן

און נאכדעם לאמיר דיר קלאר שטעלן, די געוואלדיגע חכמה וואס ליגט אין געוואלדיגן סטעיטמענט פון "הצלה לויפט יענעם באהאנדלן" אדער "מען האט יענעם אריינגעפירט אין שפיטאל פאר עמערדזשענסי באהאנדלונגען" אדער די אנדערע ענליכע דברי פי חכם חן, פון איחוד/געזעגענען/קריתיואל/חורינער ועל ראשם יוסעלע, האב איך אויסגעוואקסן ערגעץ וואו אין כיתה ז'/ח'/ט' ממילא קען איך בעטן מיין קליינער ברודער/נעפיו ער זאל איבערנעמען דעם שמועס

און צוריק בנוגע די אישו פון הייזער, זעה איך נאכנישט פארוואס איך שפרונג, איז זעה נאר ווי דער באריכט/זיגי/פראדלזאהן גרופע שפרינגען, מיט די אויפטרייסעלנדע באריכט פון וואס "יעדער" אין קרית יואל ווייסט אז "אלע" דירות "אויסער" די עפארדעבל קאסט "קרוב צו פיר הונדערט טויזענט דאלער" שוין נישט פון מארגן אדער היינט, חיים נחום ווערצבערגער און מאיר יעקב אינדיג האבן שוין דעם פרייז פאר קרוב צו דריי יאר,

נאר וואס דען, עס איז דא אפרדעבל דירות, און אפאדעבל דירות גייט ווייטער זיין, איין טויש יא, אז "אינוועסטארס" און אויך "זאלי/בני יואל" גייען נישט באקומען סיי וואס מען גייט פארקויפן און אויך די אלע וואס האבן שוין געגעגבן דיפאזיטס פאר 'הקרי' פעיז טו' גייען צוריק באקומען די דיפאזיט

ואם על זה קא בכית, יש לך על מה לבכות

די 40 פראצענט וואס איר גייט באצאלן פראצענט פאר אייערע שטימען קלינגט טאקע גוט, אבער עס וועט פיל בעסער קלינגן ווען עס וועט ווערן אויסגעפירט טאג נאך טאג

איי, וועסטו אנהייבן מיט דיינע דמיונות און סטראשונונגן, איז אויף דעם דער תירוץ, "טיים וויל טעל"

מיר וועלן צוריק קומען צו די אישו, אין דריי יאר, און מאכן א סך הכל וואס מען האט יא און נישט געטאן צו באצאלן 40 פראצענט פאר די 40 פראצענט

און ביז דעמאלטס זיי מיר געזונט, און שיק שוין מיין קליינער ברודער/נעפיו/קאזין צו ענטפערן אויף די חכמה פון 'הצלה לויפט ראטעווען'