היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ברעיקינג ניוס: עיס פארם ברענט!

ברעיקינג ניוס: עיס פארם ברענט!

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1443545

davka » 29/6/2005 07:39

יעצט אריינגעקומען די נייעס, ארום 12:30 דינסטאג ביינאכט

זשוליאני08 » 29/6/2005 08:47

בעיקערטאון, עיקערס און קאונטי רוט 105 און אלע ארומיגע גאסן זענען געשפארט. עס פלאקערט אז עס גייט א רויעך. די פלאמען ווערן געזען ביז ווייט אוועק.

עס זענען אריינגערופן געווארן פייערלעשער קאמפאניס פון זייער ווייט, אבער ס'איז נישטא קיין וואסער (ס'איז נישטא קיין וואסער פאמפס אויף קאונטי רוט 105) און די פייער לעשערס מוזן פארן ביז אנדערע פלעצער צו נעמען וואסער פון פאמפס.

אבער אפילו אין אזא עת צרה פארגעסן נישט די שכנים זייער שנאה צו קרית יואל און פאר אפאר שעה האבן זיי נישט געוואלט רופן קרית יואל מצילי אש, וואס איז זייער נאנט צו עיס פארם, און האט אויך עקסעס צו זייער אסאך וואסער, וואס די שכנים האבן נישט קיין עקסעס דערצו. ערשט אין די שפעטע שעה'ן ווען זיי האבן געזען אז ס'איז כלו כל הקיצין האבן זיי זיך פארבינדן מיט קרית יואל און געבעטן למען השם מען זאל זיי שוין ברענגען הילף, ווייל זיי האלטן עס מער נישט אויס.

polish » 29/6/2005 15:16

זושליאני, זיי נישט קיין חמור. די גיום שעמען זיך אויך מיט אונזער מצילי אש...

יא איך ווייס אז איצט וועלן זיך אנהיייבן קללות אויף מיין קאפ: וואס וועסטו טון ווען דיין הויז וועט ברענען?; דו ווייסט וויפיל פייערן זיי האבן שוין פארמיטן? א.א.וו.

אבער די גאנצע מצילי אש קאמפאני זענען נאכאלץ אין מיינע אויגן חמורים און קעלבלעך...

you_bet » 29/6/2005 16:19

פולישע חכם

ס'איז אונז א שמחה יעדעס מאל ווען די 'גוטהארציגע' זאלי'ס דערהייבן נישט די מצילי אש

ווייל נישט תורה באדערט ענק, נישט יראת שמים באדערט ענק, נישט השקפה באדערט ענק, נישט די שיטה הק' באדערט ענק

ענק באדערט

אז קרית יואל פון אנהייב ביזן סוף ווערט געפירט דורכ'ן מרא דאתרא

איי פיל יור פעין, ענד איי ענדזשוי איט, טענקס!!!!!

זשוליאני08 » 29/6/2005 16:23

פויליש,
איך שעם מיך צו שטיין מיט אזעלכע מענטשן ווי דיר אין ווארט.

פון דיין שרייבן קוקסטו אויס צו זיין א 14 יעריגער בחור.

יא, דאס איז די שפראך וואס איך פלעג הערן פון מיינע חברים ווען איך בין געווען אין יענע עידזש. (ווי למשל: די בארא פארקער הצלה איז סאך בעסער ווי די קרית יואל'ע הצלה ווייל זייערע וואלונטירס קוקן אויס ווי עכטע פאראמעדיקס, די סטעיט פאליס איז סאך שטערקער ווי די ניו יארק סיטי פאליס, א.א.וו.)

איך גיי דיר נישט ענטפערן די אלע זאכן וואס דו האסט דיך שוין אליינס געענטפערט, ווי וויכטיג מצילי אש איז.

איך גיי נאר צולייגן איין זאך: 2:30 ביינאכט ווען ס'איז שוין געווען כלו כל הקיצין זענען זיי געלאפן רופן מצילי אש, דאס זאגט עפעס!

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 29/06/2005 16:26:30

זשוליאני08 » 29/6/2005 16:29

אגב, איז מיר זייער אינטערסאנט אז די נעכטיגע פייער איז געקומען א וואך נאכדעם וואס די סטעיט פאליס האט פארטריבן א פארדעכטיגטן עראפלאן וואס האט געכאפט בילדער פון עיס פארם.

איז איינס פארבינדן מיטן אנדערן?

טקסטשלךכאן » 29/6/2005 16:40

פון מידאהדסאןנוס:

Two fires rage in Orange County

Two fires this morning in Orange County damaged two buildings.

A four-alarm fire at the Ace Egg Farm in the Town of Woodbury this morning damaged a large commercial building. Initial reports indicate 13 tanker fire trucks were called to the scene to extinguish the blaze which was reported at 12:30 a.m. "They lost most of the barn," said one Woodbury Frie Department firefighter.

Meanwhile, a two-alarm fire was reported shortly after 3 a.m. today on Clifford Court off Route 94 in Warwick. The fire, in an unknown type structure, brought out the Goshen Fast Team. Three additional tanker trucks were called to the scene for additional water supply.

polish » 29/6/2005 16:56

U bet שרייבט: "ענק באדערט אז קרית יואל פון אנהייב ביזן סוף ווערט געפירט דורכ'ן מרא דאתרא"


אין דעם קרית יואל וואו איך וואוין, ווערט "נישט" געפירט דרך א מרא דאתרא...


אפשר קענסטו מיר זאגן וואספארא שווארץ קאַפל פירט דער מרא דאתרא?

ביטע, וואס אין קרית יואל פירט ער?

קען ער מיך אריבעררופן און פרעגן צי איך האב א שיעור, צי וואו אין די וועלט איך דאווען?

ניטאמאל פירט ער זיין קאפ און אפגערעדט פון זיין פארטיי און אוודאי און אוודאי גאנץ קרית יואל...

איין זאך וואס איך מוז יא מודה זיין אז ער פירט, איז – טיש...

you_bet » 29/6/2005 17:15

מבכור היושב על כסא עד בכור השבי

דער ווילידזש איז אונטער זיין קאנטראל

די סקול דיסטריקט איז אונטער זיין קאנטראל

די עזרת חולים איז אונטער זיין קאנטראל

קהל יטב לב איז אונטער זיין קאנטראל

(דעם רבין'ס הויז אין ק"י איז אונטער זיין קאנטראל)

עם על די סי איז אונטער זיין קאנטראל

אזוי אויך די

הצלה
מצילי אש
גמ"ח הצלה
חברים
ביקור חולים
לינת הצדק

איז אונטער זיין קאנטראל

אזוי אויך די
ביזנעס סענטער
ילד שעשועים
סקול דיסטריקט


בנינים וואס מען בויעט איצט איז אונטער זיין קאנטראל

אלע גאסן, סיידוואלקס, גארבעדזש טראקס, מיני באסעס, אלע קהלישע, ציבורישע, שטאטישע בילדינגס, חפצים, ווערד אלעס אלעס איז אונטער זיין קאנטראל

ועל כולם.............. די מולטי מיליאן דאללער וועד הקרי' איז אונטער זיין קאנטראל

און דאס אלעס איז ווען האט ער האט "אונטער 50 פראצענט" - וועס עס שטייט מפורש אין דער איד פרשת שלח - פון די תושבי קרית יואל

און וואס האסטו געפרעגט נאכאמאל

getme » 29/6/2005 17:32

זשוליאני08
וואס איז שייך אז זיי האבן וואסער וואס נאר זיי האבן עקסעס דערצי???

polish » 29/6/2005 17:46

U bet: האסט פארגעסן צו שרייבן אז דיין שכל איז אויך זיינס...

זשוליאני08 » 29/6/2005 17:48

געטמי,

גאנץ קאונטי רוט 105 האט נישט קיין וואסער פאמפס (משוגע ומטורף)

די נאנטסטע וואסער פאמפס זענען אין קרית יואל, און מצילי אש וואלט זיי געברענגט וואסער לרחצה תיכף ביים אנפאנג, אזוי האבן זיי געמוזט פארן ביז צום 32 צו זוכן וואסער, און ערשט שפעט ביינאכט האבן זיי זיך פארבינדן מיט קרית יואל.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 29/06/2005 17:49:45

טקסטשלךכאן » 29/6/2005 18:16

17,000 טשיקנס געשטארבן!!!

גענימען פון רעקארד

17,000 chickens killed in fire

Blackened rubble is all that remained of a wooden barn with corrugated metal that burned to the ground at Ace Farms early this morning in the Town of Woodbury.
Some 17,000 chicks perished in the massive blaze. The seven-week-old chicks were being raised to replace egg-laying hens. The fire wiped out about half of the farm's replacement stock.
Destroyed too in the fire was the farm's store, which sold produce and eggs.
The fire, spotted by a field hand who lives on the property, was reported a little after midnight. Firefighters from 20 companies responded to the scene, as did some 13 tanker trucks.
The store was engulfed when firefighters arrived.
While the cause of the fire is under investigation, the owners believe that an electrical short in a storage area might have sparked the blaze.
The Etzel family that owns the farms said they would continue to operate the business despite the fire.

Read more about this story in tomorrow's Times Herald-Record.

פומבדיתא » 29/6/2005 18:43

די איבערבלייבנישן פון די שטאל ווי 17,000 טשיקנס זענען אומגעקומען עקה"ש
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 29/6/2005 18:44

סארי, יענס איז געווען א אנדערע בילד פון די פייערלעשער. דא איז די איבערבלייבעניש פון די שטאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 29/6/2005 18:45

א טרעקטער נעמט אוועק די בראכווארג, ווייל ס ברענט נאך מעגלעך ערגעץ צווישען די חורבנות
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 29/6/2005 18:47

7:21 צופרי, די פייערלעשערס פאליס אין מידיע איז נאך דארט
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 29/6/2005 18:47

העליקאפטער אין די לופטן. פאליס אדער מידיע
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 29/6/2005 18:49

שפך חמתו על העצים ועל האבנים ועל הטשיקענס
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 29/6/2005 18:50

די שטח ווי סאיז געווען די סטאר און די שטאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

you_bet » 29/6/2005 18:58

אז מען קען נישט ענטפערן אויף וואס מען פרעגט פארדרייט מען דעם שמועס

דער סך הכל איז אז קרית יואלער רב איז מרא דאתרא אין גאנץ קרית יואל, און פולשטענדיגער בעל הבית איבער אלע כלליות'דיגע חלקים, פון קהל, ווילידזש, וועד הקרי' סקול דיסטריקט אאו"ו

און דאס אלעס מיט "אונטער 50 פראצענט"

getme » 29/6/2005 19:08

זשוליאני08 די שרייבסט

גאנץ קאונטי רוט 105 האט נישט קיין וואסער פאמפס (משוגע ומטורף) די נאנטסטע וואסער פאמפס זענען אין קרית יואל, און מצילי אש וואלט זיי געברענגט וואסער לרחצה תיכף ביים אנפאנג, אזוי האבן זיי געמוזט פארן ביז צום 32 צו זוכן וואסער, און ערשט שפעט ביינאכט האבן זיי זיך פארבינדן מיט קרית יואל.

איך פרעג סתם פאר אינטערסאנטקייט
פארוואס זענענן זיי נישט געקימען נעמען די וואסער??
זיי דארפן דען פרעגן רשות??
אז עס ברענט נעמט וואסער ווי עס לאזט זיך,נישט אזוי??



you_bet » 29/6/2005 19:12

איך ווייס נישט פונקטליך ווי אזוי די פייער דעפארטמענט ארבעט

אבער אזויפיל ווייס איך, אז ווען עס איז דא א פייער - אין קרית יואל זיכער - דארף מען אנצינדן שטערקער און מער פאמפס זיכער מאכן אז די וואסער וואס מען גיסט 'בשפע גדול' אויפן פייער זאל נישט אפשוואכן די וואסער אין די מיוניסיפעליטי

ממילא קען דאס זיין די סיבה

אבער פארוואס שפעקעלירן, זשוליאני, ווער אינז געוואור וויאזוי עס ארבעט

Shamos » 29/6/2005 19:49

mutual aid from all surrounding depts, Harriman, MonDroe, Tuxedo, Corwall, washintonville, Lakside, Chester and Salisbury Mills all on the scene.

http://vosizneias.blogspot.com/

Lumber » 29/6/2005 21:27

Times Herald-Record/JEFF GOULDING

A landscaper, Lipa Oppenheim, not knowing about the late night fire broke on Tuesday at Ace Farms in the town of Woodbury goes in search of a farm worker to see if he can still get some supplies.


http://www.recordonline.com/photo/acefire/pages/ejgace6.htm


תוקן על ידי - Lumber - 29/06/2005 21:28:48
[בילד – נישט אפגעהיט]

deapthroat » 30/6/2005 02:17

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

deapthroat » 30/6/2005 02:18

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

deapthroat » 30/6/2005 02:18

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

deapthroat » 30/6/2005 02:19

.
[בילד – נישט אפגעהיט]