איך בלייב אין שטאט פאר מיין מאן!!!!
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1443538
פארוואס זאגט מען אז מען פארט אין קאנטרי צוליב די קינדער
איך זאג אז איך בלייב אין שטאט צוליב מיין מאן
מיסיס בן גאלד, ביזט אזױ זיכער אז דײן מאן װיל זאלסט דא בלײבן?
.
תוקן על ידי - yingatchbp - 29/06/2005 20:58:52
זי בלייבט אין שטוט פארן מאן, צי ער ויל יא צי ער ויל נישט
וואס מען טוט - טוט מען פאר זיך
אונז זעמער אהיים געקומען מיט פרישע כוחות
שוין זעקס יאר חתונה געהאט צום גיטען, דריי קליינע שעפעלעך, גאנץ א כמעשה דירה'לע דא אין וויליאמסבורג, קוים אדורך דעם פסח בשעטו"צ, איך זיץ אין דער ארבייט איבער א געהויפען פאפירען און די רבנית הצדיקת איז ווידער אויפען טעלעפון איך זאל היינט אהיים קומען ווי פריער זי וויל עפעס אדורך-שמועסען. עס ווערט מיר טונקעל אין די אויגען, נישט מער און נישט ווייניגער איך האב איר צוגעזאגט אוועק צוטראגען די פסח געשיר א טאג נאך פסח זיכער ווארט מיר אפ א שבע ברכות אינדערהיים, איך קום אהיים אביסעל פריער גרייט צו מקבל פסק זיין, אבערוואז די טעמע זעהט אויס צו זיין גאר געשפאנט, עפעס איז זי אנגעצויגען, זי מאכט נישט קיין לאנגע הקדמות נאר זאגט מיר ברחל בתך דאס יאר זאל איך נישט קרימען מיט די נאז ווייל היי יאר גייט מען אין קאנטרי און טאקע אויף א גאנץ זימער, די זעהסט דאך מיר פעהלט דאס אין אמת'ן אריין נישט אזוי אויס אבער די קינדער, ווי קען מען זיי לאזען דא אין די היצען אליין אין די שטאט?
וויפיל איך האב פרובירט צו טעהנ'ן און איינבעטען, כ'האב שווער צו צאהלען דעם רענט צייטליך, ס'איז מיר נישט אנגענעם צו פארען און קומען, ס'איז מיר נישט באטעמ'ט צו זיין אנוועזענד פון דער פאמיליע 5 טאג א וואך, איך האב נישט ליעב צו דרייווען, פשוט איך האב נישט דערפון קיין פארגענוגען, עס העלפט נישט קיין געוויין און געבעט. דער טעלעפון צוקלינגט זיך און מיינע אויערען כאפען נאר אויף "נו גיט סיז געבליבען מיר וועלען נעמען דריי באנגעלויס די אין איך און גיטל... און שוין....מיט יאנקעל איז אלעס ארלעדיגט.
זייט יענעם טאג דארף איך מער נישט אוועק פאקען די פסח'יגע געשיר, מען רעדט שוין אויך נישט אין שטיב פון גיין מאכען בילדער מיט די קינדער אלעס דרייט זיך ארום די קאנטרי,הימעל און ערד און די קאנטרי. גענוי ווי אלץ קינד אין דע צייט זענען מיר געווען פארנומען וואכען און חדשים איינצוטייילען בעטען מען האט זיך געקריגט און געגאנגען צום רבי'ן ער זאל מאכען שלום, ווער שלאפט ביים ווינדוי ווער שלאפט לעבען טיהר, מען האט זיך געקאלט ביינאכט איינער דעם צווייטען טרי וועי די האלבע חדר, אזא אטמאספער הערשט יעצט ביי אונז אין שטוב, סוי איך וועל זיין באנגעלוי 9 און די קענסט נעמען 10, נייו נישט גיט באנגעלוי 10 האט נישט א בוים. אזוי זענען אנגעאנגען די שמועסען א יעדע נאכט דעם טשעק פון צוויי מיט א האלב טויזענט דאללאר דעפאזיט האט שוין דער קאנטרי אייגענטומער לאנג געקעשט און מיר האבען נאך אפילו נישט געזעהן די באנגעלוי איך ווייס ניטאמאל אויף וועלכען עקזיט אויפען 17 אזויפיל ווייס איך אז די קומענדיגע וואך זינטאג גיי איך נישט אריין אין ארבייט ווייל עס גייט זיין א באשוי צווישען אונז מיט די באנגעלוי/'יס דערנאך וועלען מיר זעהן צו מיר האבען געמאכט א גיטען אויסוואל מיט'ן נעמען באנגעלוי 18 וואס איז טאקע קליין אבער עס איז ממש לעבען מיסיס יענטא בויבעריק וואס איז א גיטע אינעטרטעינערע'ן מיט איר קען מען לאכען ביזען האלבען נאכט אריין, אויך איז עס אראונד דעי קארנער פון די גראסערי.
פארזעצונג קומט אי"ה
נאטורליך. קודם כל ברוכים הבאים.
דריי נקודות האב איך מוסיף צו זיין אויף דיינע ווערטער...
יא, די אויבנדערמאנטע דריי פינטעלעך אויך. אבער נאך דריי:
1. ממילא אפוועזענד פון די פאמיליע איז אומאיינגענעם, עס איז אומעטיג, און מען ברויך נישט צופיל מסביר זיין די צרה דערפון. אבער דיין פעדער האט בשגגה ארויסגעגליטשט אז דו ביסט אויך אומבאקוועם צו זיין "אנוועזענד" ביי די פאמיליע. איז דאס א פליטת פה? אדער איז דאס א בחינה פון ניבא ולא ידע מה ניבא?
2. ווילאנג דו האסט דיין באנגעלוי נעבן די יענטאאש פאמיליע שטייסטו גוט. מיט א קל וחומר, מאדאך יענטאאש אליין קען און טוט אינטערטעינען דעם עולם דא טאג און נאכט, איהו בקרי ואיתתיה בבוציני, איז דאך כל שכן וק"ו בן בנו של ק"ו אז די מרת יענטאאש איז אודאי נישט אוועקצומאכן.
3. די דריטע נקודה האב איך שוין פארגעסן.
מסתם איז דאס געווען דער עיקר וואס דו האסט געוואלט זאגן...
נמחק על ידי ההנהלה.
גישמאקעקר: 'דאס' איז די לעצטע ווארענונג.
תוקן על ידי - יענטאאש - 02/08/2005 15:23:57
מיר פארען ארויס זונטאג דריי וואכען נאך פסח צו באקיקען דעם קאנטרי, איך האב עפעס געפילט א שטייגער ווי מיין שוואגער דער משגיח וואס פארט קיין טשיקאגוי אין די פרעצעל פעקטארי. אויף מיר און די רבנית האבען א האלב מנין פרויען ארויף געלייגט די שווערע אויפגאבען צו זיין א מבין אויף די באנגעלוי, און נישט סתם א מבין נאר איעדע'ס פארפאלק וואס וויל קומען אין דער קאנטרי האט געקאלט און געגעבען א גאנצער טוץ מיט פארלאנגען וואס מען זאל באקוקען ביי זיי באנגעלוי. איין בת של קדושים האט געשיקט צו מיר אהיים סם פאר מייז, מיר זאלען עס אויסלייגען אין איר צוקונטפדיגע באנגעלוי אז טאמער עס וועט זיך מערצעשעם אויסארבייטען די באנגעלוי וויל זי וויסען אז עס איז ריין פון מייז. אזא אחריות. א צווייטע האט נאר געוואלט וויסען אויב עס איז דא א טעלעפון דזשעק אין נומער 13. א דריטע האט געקאלט מוצאי שבת אים 1:00 אזייגער, האלוי מיסטער... אנטשולדיגט פאר'ן באדערען אזוי שפעט, איך האף איך האב קיינעם נישט אויפגעוועקט. טוען זע מיר א גרויסע טובה און שמעקט באנגעלוי 11 איך בין זייער עמפינדלעך צו א שלעכטע גערוך וואס טייל באנגעלויס האבען, נו גיט איר עט נישט פארגעסען. איך האב זיך דערמאנט די ווערטער וואב מען האט געשריגען פאר א חודש פריער צו פעטער מנחם מאניש אין קבר פארגעס דער נישט דיין נאמען.
א גאנצען וועג דעבאטירט מען אויפען טעלעפון אז אויב ח"ו עס וועט זיך ארויס שטעלען אז נומער 18 איז גאר א קליינע באנגעלוי דעמאלס מיז מען יא צוריק טוישען צו נומער 9 העכסטענ'ס וועלען מיר זיין דערנעבען די יאנטשי מרס פישערהויפער.
אהיים קומענדיג פון דעם ערשטען באזיך זענען מיר געווען מער צומישט ווי קומענדיג. איך האב געוואלט מאכען א סטאפ ביים דיין אפשר וועט ער קענען ארויס העלפען אינעם ענין וואס זאל איך טוען עס איז שוין געווען האלב נאך 12 אזייגער אויף דערנאכט. אזויפיל האב איך געוויסט אז ערגעץ צווישען די גרויסע אומגעשניטענע גראז דריי מיט א האלב מייל אריין פונעם 17 האב איך אנגעזייעט 2,500 טויזענט דוללאר אויפען חשבון אז די קינדער גייען דארט האבען אזא לעבען אז א גאנץ יאר וועט מען זיין אויגערוהט דערפון.
ביז א טאג צוויי האב איך געהערט די גיטע בשורה אז אלעס איז ב"ה אויסגעגליכען, מיר האבען ב"ה באקומען די בעסטע באנגעלוי דערפאר וואס מיר זענען ארויס געגאנגען ווי די מרגלים צו זעהן וויפיל ביימער עס זענענן פארהאן ביי איעדער באנגעלוי און ווי ווייט איז אפגעריקט איינע פון די אנדערע אא"ו.
דיע וועס האט געשיקט סם פאר די מייז האט שוין 4 מאל געקאלט און נאר געוואלט וויסען אויב מיר האבען געגאסען אויך אונטער די פריזשדער.
געמיינט האב איך אז איך קען פריי אפאטעמען כאטש ביז נאך שבועות, א בוידעם. קוים וואס איך בין אהיים געקומען עש"ק האט זיך עס אנגעהויבען, הרבנית תליט"א געט מיר א ליסט פון דאהי ביז קאנארסי וואס מען דארף אלץ האבען (איינקויפען) פאר די קאנטרי, וואס א שורה אראפצוה ווער איך מער בלייך, איך וועל אייך נאר פארלייענען שורה נומער 12 איז נייע פידזאמעס פאר אלע קינדער, וואס איז שלעכט מיט די איצטיגע? עםם עס איז נישט ארויסצוגיין דערמיט, אבער ווער זעהט דאס דען? עעעם די קינדער גייען דאך ארויס אויפען פארטש א שכן קען נאך זעהן, נו וואס פארשטייט א מאן צו די זאכען? שורה נומער 23 איז א 4 ראלל'ס קאנטעק פעפער, א שערל מיט טאם טעקס, 55 איז א נייע קעמארע אין אזוי ווייטער מען האט געקויפט שמעקערס פאר די באנגעלוי, פליגען כאפערס, אייז שטעקעלעך, 2 נייע בייקס, כל ערליי שווים זאכען. שרייבענדיג די שורות קויפט מען נאך אלץ.
וואס א וואך נענטער צו דעם יום הגדול וואס רופט זיך "מע פארט שוין" איז געווארען מער אנגעצויגען דער מצב אין שטוב, מען האט אנגעהויבען קויפען סאפערס זייער אפט, די קרעדיט קארד סטעיטמענט'ס האבען געהאט אלע נעמען פון די באקאנטע היימישע סטאר'ס אויף ליע עוועניא, איעדער נאכט האט מען זיך געדינגען וויפיל גויטע'ס זאלען גיין קלינען די באנגעלוי, א טייל גיטע פריינט האבען געזאגט אז לכה"פ צוויי גויטע'ס אזוי וועט מען קענען אין אין טאג אויפרוימען די גרויסע באנגעלוי און אנגקומען צו א פרישע שמעקעדיגע באנגעלוי. לאנג זאל לעבען איין גיטע פריינד, זי האט ענדגילטיג געפסקנ'ט אז איין גויטע איז גענוג בשעת הדחק און אזוי איז געבליבען, זונטאג שלח האב איך צום צווייטען מאל גענומען א טאג אףף פון דער ארבייט איין געפאקט אלע כלי קודש וואס מען ניצט ערב פסח, אויגעפיקט די גויטע פון איר הויז אין גרין-פוינט, קאלאמוטנע אויפען הארץ זענען מיר ווידער אויפען וועג ארויס ווען דער גאנצער קאר איבעלט פון די גערויך וואס הייסט קלינינג לעדי, יא איידער איך פארגעס, מען מיז איר געבען פרישטאג, לאנטש און סאפער, א שעה לאנטש. דאס איז א שפיל פון הינדערט און פיפציג דאללאר און מזומנים.
אויפגעקלינט, אויסגעשטויבט, ארויסגעווארפען די חפצים, די פאריעריגע האבען איבער געלאזט א הויפען שמאטעס, געגעסען געטרינקען, זיך ארום געקוקט אויף דעם קליינעם נעבאכדיגע כאטקע וואס מיין סוכה אין שטאט איז גרעסער פון אים אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער.
נאטורלך
זייער גיט שרייב ווייטער כ'האב שטארק הנאה
פארזעצונג קומט אי"ה, איך ווארט די רבנית זאל עס זעהן זי וויל עס צענזורורען. זאל איך איר לאזען?
קענסט איר לאזן, אבער צייכן אן וואו זי האט צענזורירט.
פארוואס צענזורירן?
זאל די נאטורליכע רעבעצין עפענען אן אייגענעם ניק און זאל זי זיך טענה'ן מיט דיר דא אויפן פארום... וועלן מיר זעהן ווער איז מער נאטורליך גערעכט.
א גאנצער וועג אהיים האט מען פלאנירט, געטראכט הויעך, געשריבען נאטיצען. קודם דארף מען צוריק טראגען די שאויער קוירטענ'ס עס מעטשט נישט מיט'ן ביה"כ, אויך דארף מען א נייעם לאמפ אין שלאף צימער, א בעסערען מאטראץ וכו', א קליינעם פירהאנג פאר די שויבען. לכה"פ נאך פינעף שמעקער'ס. און נאך אפאר שאר ירקות. נאכען דזשארש וואשינגטען ברידזש האט שוין די ליסטע געהאט קנאפע 16 נייע "קלייניקייטען" , ווי למשל עס לוינט זיך צו אינוועסטירען אין א גיטען וואש מאשין אויך א דרייער מען קויפט עס איינמאל און מען האט עס ביז משיח קומט און דאס איז אלעס אויסער די עכטע קלייניקייטען ווי למשל נייע ביליגע טעפ נאר פאר זימער נאר פאר פליישיג נאר פאר שלוש סעודות. אויך מיז מען האבען זימערדיגע טישטיכער "ענד די ליסט גויעס אן ענד אן".
עס טוט זיך עס לעבט זיך, די קינדער שפירען די מאמע איז אויפגעלייגט. מען גייט איעדע נאכט שלאפען אין צוואנציג אזייגער. דאס הויז איז פיל מיט באקסעס קליינע מיט גרויסע. אלעס פארט אויף רעדער, מיט א גרויסען שהחיינו קלייבט מען זיך צו גיין אין קאנטרי פון היינט איבער אכט טאג. איי עס איז נאך דא א גאנצער וואך? ווי קען מען שוין איינפאקען די געשיר, די שלאף זאכען? די שב"ק זאכען? נו סעט שוין גיט זיין אזוי די קומענדיגע טעג אבי מען זאל גארנישט פארגעסען דא.
דאס הארץ צאפעלט. עס ווערט נענטער צום יום הגדול, איך דערמאן זיך אין די האני-מאאן ווען מיר זענען געפארען קיין לאנדאן צום זיידען עס איז געווען דאס ערשטע מאל אויף א פליגער. מען האט געפלאנט ענדלאזע נעכט. גענוי אזוי פיהלען מיר אין די טעג. הייטער און האפענדיג אויף די מינוט ווען מיר וועלען זוכה זיין צו זיצען אינטערען באנגעלוי ביים עק וואלד אינטער דעם גערויש פון די קריקעט'ס אויף דעם גרויסען בענקעל וואס נאר אין די קאנטרי איז מותר אויף איר צו זיצען איש ואשתו אין רשות הרבים. א טייל זענען אפילו מקיל צו עסען אייז קריעם אזוי בפני כל עם ועדה. מיר האבען געקויפט איין גרויסע נאגיאד וואס מען קען אויסצוען אלל דע וועי און איינס א געהעריג צוזאם-לייג בענקעל. זי זאגט אז שבת וועל איך קענען נעמען דאס גרויסע. א שיינעם דאנק פון פאראויס.
א רחמנות אויף אונזער ווען דרייווער מען האט אים שוין באשטעלט פאר דריי וואכען צוריק אבער מען קאלט אים יעדע צוויי טאג צו מאכען זיכער אז ער האט נישט פארגעסען אונזער אדרעסס און קיינער כאפט אים חלילה נישט צו, און אז ער זאל זיין פאר'ן הויז אים דאנערשטאג קרח דריי אזייגער נאכמיטאג פונקטליך. וואס עפעס אזוי פרי? פארוואס נישט? ווען דען זאל מען פארען? זעקס אזייגער אין טראפיק? אנקומען מיעד? עסט אהיים קומען איינמאל אביסעלע פריער אין זאל זיך עס אנהייבען מיטען רעכטען פיס.
אלע פעקלעך זענען שוין גרייט 9 אזייגער צופרי די קינדער גייען היינט לעבעדיג אין חדר ווייל מע פארט היינט אין קאנטרי, משה'לע קומט אהיים פארציילענדיג אז נאר 15 אינגלעך פון די גאנצע חדר בלייבען אין שטאט, נעבעך, די איבעריג 10 גייען יא ב"ה אין קאנטרי זענען מיר נישט לאקי?
דער דרייווער ווערט נערוועז האלב פון די פעקלעך זענען נישט פארמאכט ווייל טאמער מען האט עפעס פארגעסען אין די לעצטע מוניט, ער ווינדערט זיך פארוואס מען דארף מיטשלעפען אלע 3 עיר קאנדישע'ן האט איר דען דריי צימערען אין דע קאנטרי? דער ווען דרייווער שטעלט אלע פראגעס וואס ליגט מיר אויפען צינג, זעהנדיג מיט וועם ער האט צוטוען איז ער געגאנגען אנפילען מיט געז און געפרעגט מיט א ציניש שמייכעל, קען איך צוריקומען אין א שעה? גיט רופט מעך ווען איר זענט איינגעפאקט כעל צוריק קומען.
מיט א רחמנות'דיגע בליק אויף די אינטער געבליבענע אין שטאט זעצען מיר זיך אריין אין די קאר בשעה טובה ומוצלחת, איין מינוט, וואס איז? מען כאפט נאך אריין צו קאלען נאך אפאר גיטע פארבליבענע פריינד, זיך צו געזעגענען פאר מע פארט אוועק אויף אזוי ווייט, אלע געפעק איז אין דער ווען, נאך איין מוניט, איעדער זאל שוין ארויס גיין אין ביה"כ, אקעי יעצט קען מען פארען. מיר פארען ארויס אין דער זעלבע צייט ווי די פעקלעך, די קינדער אנגעטון חתונה'דיג איינגעפאקט סענדוויטש מיט דרינק'ס, געימ'ס און מוזיק טעיפס וואס מען האט ספעציעל געקויפט פאר די רייזע. עס איז נאך זיבען אין אווענט ווען איך דערזעה מיך אויפען 17 מיט נאך אנדערע לאקי קאנטרי רייזענדע. אהה זעהסט דאס איז דאך די גרינפעלד'ס פון דיין מאמע'ס בלאק ער איז א כולל אינגערמאן און זיי האבען נאר צוויי קינדער און גייען אויך אין קאנטרי, וואס האב איך דיר געזאגט מען קען נישט אנדערש.
די קליינע זינגען אין וויינען, נודזשען און טאנצען, שוין אויפגעגעסען אלע נאש מיט דרינק'ס. שלאפט דאס גאנצער געזינדעל ווי ביי די נסיעה קיין קאנאדא פאראיאר. שוין אפגעשטלעט צו כאפען א מנחה, גענומען געז און כזקן ורגיל געקויפט דארט עפעס ניסלעך מיט א קאפי. מיר זענען שוין אין קאנטרי.
נאכע'ן זיך אויס פאקען, איך האב אליין נישט געגלייבט וואסארא גרויס פארמעגען עס פיט אריין אין א 16 פעסענדזשער ווען, עס איז געווען פיל מיט באקסעס, עיר קאנדישען'ס, אלע שפיעלצייג און וואס נישט. דער ווען דרייוער האט מיט א זויער פנים אריין געטראגן די פאר בעג'ס דאכענעס און מיך מכבד געווען אריין צו שלעפען אלע באקסעס זאגענדיג ער גייט כאפען א ציגרעטעל, א שעה דערויף קומט ער צוריק פארציילענדיג אז ער איז געגאנגען כאפען א שווים מיט נאך אפאר זריזין מקדימין אינגעלייט. נישט וויסענדיג אז מען מיז אנצייכענען איעדען באקס וואס עס ליגט אינעווייניג, האט זיך ערשט אנגעהויבען א געזיכעניש די ערשטע האט מען פארשטייט זיך געדארפט די פידזשאמעס זאלען די קינדער גיין שלאפען, איי עס איז נאך נישט אזוי שפעט? זיי ווילען זיך אומקוקען. אבער וואס טיט מען נישט פאר די קינדער? די גאנצער קאנטרי איז נאר פאר זיי.
נאטורליך;
איך האב הערשט יעצט דורכגעליינט דיין לעצטע פארזעצונג, איך מוז דיר זאגען אז איך הייב ערנסט אן ציטערן פון קאמפעטישן... דו ביסט א מעכטיגער שרייבער, דיינע ווערטער ליינען זיך געשמאק און ארגינעל, מען שפירט ווי מען איז ממש דארט!
געבט אונז נאך פון די געשמאקע ארטיקלן! ווי וואנט מאר!
קאמפעטישען איז גיט פאר אלעמען. די שרייבסט זייער פיין קרעמער. זאלען אלע שרייבערלעך קומען אהער און זיך לאזען הערען.
קרעמער איך האף אז די וועסט נישט ווערן מער "אנגעזעצט" פון נאטורליך
אפשר נעמסטו אים אריין און די ק.נ.א.?
פארזעצונג פון פריער. (נאטיצען פון מיין טאג ביך אין מיין קאנטרי)
פון עש"ק 8:00 אינדערפרי, ביז 15 מינוט פאר'ן זמן ש"ק בין איך געווען 3 ביי וואל מארט, 1 מאל אין געז סטעשיאן, 2 מאל אין דער שכינות'דיגער קעמפ אין מקוה. דארט זאגען די מבינים איז די שויער'ס גאר געשמאק, צו דער זעלבע צייט האב איך זיך אנגעהערט אזויפיל לשון הרע'ס די והותר פאר א גאנץ זימער. פארשטייט איר אליין איך בין גארנישט מקבל. נאך אזאך בין איך געוואור געווארען דארט אין מקוה אז מיין שוואגער האט די לענגסטע בארד אין גאנץ וויליאמסבורג. אויך איז ער מיר מסביר זיינעדיג אין בור אז דער גאנצער טעם פארוואס ער שיקט די העמדער צום דריי קלינער'ס איז כדי ער זאל האבען א פאפען-דעקעל אויף ווי צו לייגען זיינע נאסע פיס אין מקוה.
6 מאל בין איך פרייטאג געגאנגען אין גראסערי, 1 מאל אין פיצא סטאר, 1 מאל אין פארמאסי,1 מאל אין בעקערי (30 מינוט געשטאנען אין דער לייען צו קויפען חלות) ווען נישט עס קומט דער שבת ביז אייניגע סעקונדעס בין איך נאכאמאל ביי וואל מארט קויפען א קראק-פאט וואס מען האט אויך פארגעסען אין שטאט. ליכט האט מען געבארגט פונעם שכן. די געז רענטש וועט האפענטליך ארבייטען קומענדיגע וואך, האט מען געטראגען דעם טשאלענט צי די שוועסטער וואס האט נאר פלאץ ביים עק פינעם בלעך ווייל די געז רענטש איז גאר קליין. אהה די קאנטרי איז א מחי'ה.
די שאוער דויערט פאר די רבנית הצדיקת א דריי פערטעל שעה צוליב די שוואכע פלוס פון וואסער און אויך ווערט עס קאלט איעדע 15 סעקונעדעס און גלייך דערנאך בריעדיג הייס און צוריק קאלט אן קיין שום ווארענונג. וואס וועט שוין זיין די קומענדיגע וואך ווען אלע קאנטרי איינוואוינער וועלען שוין זיין דא און דער באנוץ וועט זיין גרעסער? די וואך רעגענט אזוי, מיט אזעלכע רעגענעס מיין איך לוינט זיך ליבערשט צו וואשען אין די גאס.
מען דארף גיין אין שוהל די קינדער זענען נאך נישט צוריק אין באנגעלוי, עס רעגענט ווי קענען זיי יעצט זיין? עס איז האמיד, עס איז הייס, ס'גיסט אלעס איז מאראסטיג אלעס קלעבט, די קינדער גייען אין ווינטער שטיוועל עס איז אבער אלעס כדאי, מען קומט דאך נאר פאר זיי, איך קען אפילו נישט עסען דעם טועמי' אין פארטש ווייל עס רעגענט אריין פון אלע זייטען אין איך האב עס מורא צו זאגען הויעך אבער עס דוכט זיך מיר אז די בינען האבען אויך אזוי ליעב דייקא מיין באנגעלוי, פונקט ווי די עקרת הבית. והשלישית האב איך מורא אז די קיגעל וועט זיך צו קלעבען צו איינע פון די 7 פליגען כאפער'ס.
א אויפגעלייגטער שכן האט זיך מיט מיר געווערטעלט אז ווען איך וויל איינעם אנצייגען וועלכע באנגעלוי איז מיין זאל איך נאר זאגען "די פארטש מיט די מערסטע פליגען כאפער'ס".
איך קום אריין און שוהל, א יעדער אן אויסנאם גיט מיר א האסטיגען שלום עליכם איך דערמאן זיך פון מיין שבת באווארפען אלעס ברימט זיך אינטער ווער איס דעס? מיט וועם איז ער געקומען? און ווער ווייסט וואס נאך זיי רעדע. איך ענטפער יעדען רואיג און געלאסען איך האב איבער גענומען ניסענצווייג'ס באנגעלוי. אזוי? וואס האט פאסירט אז זיי קומען שוין נישט? איך ווייס נישט! אקעי וועלקאם, וועסט הנאה האבען, שכויעך, הודו לד' כי טוב....וידבר איך זעץ מיך אראף, איך דרימעל, איך חלום אז איך בין געבליבען אין שטאט אויף מיין באקוועמע בענקעל, עס איז פיין קיהל, איך בלעטער מיינע ספרים. כ'האב מורא זי חלומ'ט דאס זעלבע...
אינמיטען לכה דודי רוקט אן א קליינער פעשליכער און פרייליכער אינגערמאן, רויטע בעקעלעך, קוקט אויס שטארק אויסגעשלאפען און גוטמוטיג. די נשמה יתירה ליגט אים ערגעץ צווישען די ירושלים קיגעל און די פיינע דרימעל וואס ער האט קוים פארענדיגט. ער געט מיר א ברייטען שלום עליכם זיינע קליינע הענטאלעך פארען אריין טיף אין מיין בעקיטשע. הע? האסט דיך באזעצט אויף מיין פלאץ? שאקעלט נאך אלץ מיט די הענט און לאזט נישט נאך.
אהה אנטשולדיגט איך האב נישט...
ניין סי גיט כעל מיר גיין זיצען ערגעץ אנדערש, נאא בלאב זיצען איך וועל שוין טרעפען.
איך גיי צום נעקסען טיש און ער לאכט ווי א זיבעלע, מורמעלט אינטער, אינגערמאן! קום צוריק...... אךךך פעלט נישט אויס. נאכען דאווענען זאגט ער מיר כאף דע האסטעך נישט באליידיגט, ווייסטאך יעדער האט ליעב זיין מקום קבוע. איך פרעג אים צו אויפען טרעין איעדען אינדערפרי האט ער אויך א מקום קבוע? ער זאגט מיר, ביזט א אויבער חכם הא? וועמעס באנגעלוי האסטו דא איבערגענומען? ביזטע געווען אין מקוה דא? ניין אין שכינות, אך א שאד, מיין ווייב מאכט די קוגעל דארט קום נעקסטע וואך וועסט קענען קויפען אויווער-נייט קיגעל, 4 דאללאר א סלייס. גיט שאבעס.
פארזעצונג קומט אי"ה (פונעם לעפ טאפ אין קאנטרי אויב אלעס וועט גיין כשורה)
איך האב אן אלטן טאגבוך פון מיין ערשטן יאר אין קאנטרי, אבער ליידער האב איך נישט קיין צייט (?) דאס איבערצוטייפן דא, עס ליגט נאך אויף פאפיר, מיט פעדער געשריבן (ווער געדענקט די אלטע צייטן).
אבער איך מוז ענק זאגען אז אזא ארטיקל ווי "נאטורליך" לייגט דא אראפ, אזוי נאטורליך, האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזען! איך האלט באמת אז איר וואלט דאס געדארפט ארויסגעבן קומענדיגע יאר איידערן זומער פאר די לאקאלע צייטונגען, אזוי ארום וועלן מאנכע קלערן צוויי מאל פארן ארויספארן.
און איך וועל האבן מער קאמפאני דא אין שטאט... (יעדער מיינט זיך און איך מיין מיך).
קרעמער, סקען אריין דיינע פאפירען דער עולם וויל עס זעהן.
איין זאך האט הרבנית צענזורירט איך וועל מגלה זיין טפח. וויאזוי עס האט אויסגעזעהן אין קאנטרי יענע וואך דינסטאג נאכט ווען איך ריק אן אין קאנטרי וועלענדיג קיינער זאל נישט באמערקען, דערווייל זענען אלע גיטע פריינט געווען אין מיין פארטש. די בושות איז געווען אין לשער. שבת אין שוהל האב באקומען מער גיטע קלעפ און רוקען ווי געווענליך.
נאטורליך; איך האב אז דאס זענען געווען די גוטע פריינט פון די רבנית און נישט "דיינע" גוטע פריינט...
וואס א שאלה?
מורי ורבותי.
דער טאג בוך דא איז אזוי גוט אז איך האב באשלאסן דאס ארויסצונעמען פון דעם פורום און אריינלייגן אין א נייעם אשכול.
האט געדולד. געט מיר אפאר מינוט.
פון יעצט און ווייטער, לאזט 'נאטורליך' שרייבן אין דעם ניי געגרינדעטען אשכול "נאטורליך'ס טאגבוך פון די קאנטרי".
אלע הגהות, קאמפלימענטס און קריטיק צוגלייך, לייגט אריין דא אין דעם אשכול.
איך מיין די טובה פון די חשוב'ע ליינער, מען זאל קענען ליינען זיינע באשרייבונגען מיט איין אטעם.
יישר כח
תוקן על ידי - hutkh - 05/08/2005 18:39:11
אז מען רעדט שוין יא, ווער עס דארף א רייד קיין וואל-מארט איך פאר ארויס 12:00 שארף. חוץ אויב מען וועט נישט טרעפען וואס עס "פעלט אויס" צו קויפע היינט.
איך האב פלאץ פאר צוויי אידען
געשמאקער שרייבט:
שכוייח רעב הוטקה שכוייח!
איך האב מיך געמיטשעט עס ארויסצופרינטן פריער, איך האב עס געגעבן פאר מיין ווייב צו ליינען זי האט זיך היבט אונטערגעלאכט... אביסלע פארשעמט אויכעט...
והעיקר שכחתי, קריינא דאיגרתא הרב נאטורליך, די מעשה נורא איז מוראדיג געשריבן שוין לאנג נישט אזוינס געזען, באקומסט דריי גרינע קענדיס
טענק יו קיפ איט אפ!
ווי גייט נאר דער ניגון, ווי וואנט מאר ווי וואנט מאר...
gishmoker שרייבט
שכוייח רעב הוטקה שכוייח!
איך האב מיך געמיטשעט עס ארויסצופרינטן פריער, איך האב עס געגעבן פאר מיין ווייב צו ליינען זי האט זיך היבט אונטערגעלאכט... אביסלע פארשעמט אויכעט...
והעיקר שכחתי, קריינא דאיגרתא הרב נאטורליך, די מעשה נורא איז מוראדיג געשריבן שוין לאנג נישט אזוינס געזען, באקומסט דריי גרינע קענדיס
טענק יו קיפ איט אפ!
ווי גייט נאר דער ניגון, ווי וואנט מאר ווי וואנט מאר...
אמרו רבנן בכפילא..
קדירה דבי שותפי לא קרירי ולא חמימי
א גוטן ר' נאטורליך, דא רעדט יענטאאש איך ווייס נישט קען זיין אז דו קענסט מיך נאכנישט, איך בין דער אויסגעיאגטער יענטאאש וואס האט געהאט די מעשה מיט די האר פון די בארד און די דזשויק וואס מען זאגט ביי די שבע ברכות.... ווייסעך מיין???... נו בקיצור..... איך מיין אז כ'האב געקענט דיין ברודער פון ישיבה.... נישט נחמן זרח איז דיין ברודער??.. ניין???.... אה גרשון צדוק???.... אויך נישט ער קוקט דאך אויס פונקט ווי דו..... ניין??.... ביזט זיכער ער איז נישט דיין ברודער????.... עניוועי איך וויל דיר נאר זאגן 'דו שרייבסט מורא'דיג גוט און זיס', טעיק איט פראם מי, דער עולם דא וועט דיר שוין זאגן אז א קאמפלימענט פון מיר איז א חפצא... בלייב מיר געזונט.... האלט דיך פריש אין קאנטרי..... דו ווייסט וואסערע קריעם מען ניצט פאר א בי-בייט יא?????.... מען קען ניצן דו זעלבע אויך פאר א מעסקיטא בייט..... שיק א גריס פאר דיין ווייב.... עה איך מיין עס נישט ערנסט....זיי געזונט.
ניין איך קען דיך גראדע נישט יענטאשש, א שיינעם דאנק פאר דיינע נאכנאנדע שרייבונגען אין דעם פורום.
מיין ווייב שיקט צוריק א הילכיגען גריס, די קענסט עס מיינען ערענסט "דיס איז דע קלויסעסט יא וויל געט עניוועי"
איך גיי יעצט שווימען בעפאר די ליידיס ווילען צוריק דעם סווימינג פוהל.
גיטשאבעס
שוין לאמיר נישט רעדן דערוועגן נעטוראל-בוי....
כאפ א גוטן שווים, אבער גיב אכטונג דו זאלסט נישט שלינגען צופיל פון די וואסער דארט עס קען זייער מעגליך זיין פארפעסטעט מיט מענטשליכע אפפאל.... איבערהויפט פון די קליינע קינדער, אבער נאטורליך 'וואס טוט מען נישט פאר די קינדער' הא??....
גוט שאבעס.
אה!.... ביי דע וועי אויפן וועג צוריק פון סווימינג פול גיי אריין אין ביהמ"ד און רעזערוויר זיך עפעס א פלאץ, דו ווילסט דאך נישט בלייבן נאכאמאל סטאק מיט דעם רויטן דיקליכן דארט וואס לויט ווי די משל'סט אים מיין איך גראדע אז ער איז איינע פון די פעטערס וואס זאגן דעם ראפשיצער רב'ס וויץ ביי די שבע ברכות'ער....
האלאו נאטורליך! ביסט נאך דארטן?!...
דא האסטו פיר דאלאר קויף מיר אויך א שטיקל קוגל...!!
איך ווייס די אונגערישע מאכן גוט...
כ'האב געקויפט די קיגעל 2 וואכען צוריק, גלייב מיר די ווילסט עס נישט.
אזוי ווי מיר האבן אפגעשמועסט, וועט מען דא ארויפלייגן די הערות והארות אויף "נאטורליכ'ס טאגבוך".
בין איך דער איינציגער וואס ווערט נבהל ונשתומם פון זיין הערליכע באשרייבונג???
נאטורליך;
דיין באשרייבונג איז איבער אלע באשרייבונגען וואס האבן אמאל געזען דעם ליכט פון טאג ביי אונז אויפן פורום!
כה לחי!
[אגב, מיין טאגבוך פון עטליכע יאר צוריק האב איך שוין ארויסגענומען פון די ארכיוון, דעם פארגאנגענעם שבת קודש האב איך דאס אדורכגעליינט, יא; אלע 52 זייטלעך דערפון!
אבער עס פארמאגט אין זיך אזויפיל פריוואטע פרטים אז עס וועט מיר נעמען זייער לאנג אויסצוקלויבן די אנדערע חלקים וואס איך קען דא ארויפלייגן, אויך ציטער איך אז מען וועט דערקענען וועלכע סארט קאנטרי אדער אטמאספערע איך האב פארוויילט, און בכלל האב איך נישט געדולד אדער נערוון איבערצוטייפן אן אלטן טאג בוך פון כך וכך יאר צוריק.
וואס זאגט איר, וואס זאל איך טאן?].
קאסמא
איך מיז אויך אסאך שניידען צוליב פריוואטע חששות. אויך וויל איך איבער שרייבען א חלק מיט נאך אפאר X קרישקאלעך. (רעטעד ווערזשיען) אי"ה נאך די הייליגע טעג. יא?
נאטורליך דיין באשרייבונג איז איבערנאטורליך אויסערגעווענטליך ממש א נחת צו קוקן וויאזוי מען קען אזוי אמתדיג ארויסברענגען די אלע אנגעווייטאגטע זאכן וואס וואלטן שוין לאנג געדארפט באשריבען צו ווערן
נאטורליך;
האטקע איננו, פון וועמען שעמסטו זיך? לייג ארויס אלע מעשיות...
[געב אבער אכטונג, ווייל מיין בני בית ליינט דאס! און זי איז זייער סענסיטיוו צו די נושא].
Natruel you r writing is GEVALDING, it deserves to be published
as one who stayed in the city, for my wife, i loved how you made me fill as if i am in country
oh those overcrowded mikvahs right before the zman, what a nachas to hear the conversations there
i loved your shirt cleaners point, i loved how you described that fat guy who pushed you a way, just because he likes his steady place cant stand those
Natrual you are great, keep it up
abot those x peices you could send it in ishi so kids wont get hold of it, after all doesnt almost every yenta conversation evolve around some x things, and isnt the country the time that everyone has a peek in the neighbors x life
nebach שרייבט
very very good keep up the good work
איך גלויב נישט די ווילסט וויסען וואס עס האט זיך אפגעטון ביי מיין שכן דעם מוצאי שבת. ווארט צו מען וועט אנקומען אויך צו דעם אי"ה
נ.ב. מיין שכן איז דער איד וואס לאזט זיך ארויס די גאנצע בארד שבת, מיין טאכטער האט מיר געזאגט אז שבת קומט א נייע טאטע אין יענע באנגעלוי.
וואס קאמפעטישען קען אלץ אויפטאן...
איך גיי יעצט אנהייבן מיט די קרעמער טאגבוך סעריע.
איך פארענטפער זיך פון פאראויס: עס וועט נישט זיין האלב אזוי גוט און אינטערסאנט ווי נאטורליך (מיינע מבינים האבן מיר געזאגט איך זאל עס קודם אראפשפילן\"דאונפלעיען" אזוי ארום וועלן מענטשן מיר זאגען אז עס איז יא גוט...).
ליינט און האט הנאה.
אלע קאמענטארן, קריטיק און קאמפלימענטארן צוגלייך, קענט איר ווייטער שרייבן דא אין דעם אשכול. שרייבט נאר אויבן צו "קרעמער", מען זאל וויסן וועמען איר קאמפלימענטירט...
נאטורליך, דיין לעצטע תגובה אין טאגבוך האט געמאכט מיין טאג!!!!
און אפאר אזוינע
מיט איין סטראבערי
איך סטאפ נישט לאכן, מיין געשמאקער'טע מיינט איך האב באקומען אן אטאקע...
נאטורליך;
איך האב אזוי געלאכט פון דיין דריטע פארזעצונג (די זכר בונדלעך...) אז איך נויטיג זיך אין א נייע מילץ!
שרייב נאך! ווי וואנט מאר!
נאטורליך; דו ביסט געוואלדיג דו ווערסט בעסער פון פארזעצונג צו פארזעצונג 'קיפ אפ די גוד ווארק'
מילץ, מה זה??
רבותי לאמיר אלע קויפן א מתנה פארן רעבן א נייע מילץ...
יעצט כאפ איך וואס דיין פראבלעם איז פון אייביג אן... דו ווייסט אפילו נישט וואס עס מיינט א מילץ!
א מילץ זאגט מען אויף לשון הקודש: טחול.
דאס איז די אבר וואס מאכט לאכען. פארשטאנען?
אגב, וויאזוי זאגט מען דאס אויף ענגליש? העלפט מיר ארויס.
קרעמער נאטורליך
איך האב עכט מיטלייד מיט ענק
קרעמער
איך קוק שוין נאך איינעם א לאנגע צייט און איך האב שוין געממינט אז איך ווייס ווער די ביסט איך האב געמיינט אז די וואינסט אויףAVENUE…. יעצט זעה איך אז די שרייבסט "אין א מזל'דיגע שעה זענען מיר אויסגעשטיגען פון די דירה'לע אויף ... סטריט" ווער איך אינגאנצן צומישט
not2bz;
קענסט נאך אלץ טראכטן אז 'איך' בין 'יענער' ווייל בשעת די טאגבוך איז געשריבן געווארן - שיינע פאר יאר צוריק - האב איך טאקע געוואוינט אויף ... סטריט, אבער איך האב זיך שוין לאנג אוועקגעצויגן פון דארטן...
go figure
all5in1 שרייבט פאר נאטורליך:
[א דערמאנונג, דא אין דעם אשכול שרייבט מען אריין אלע קאמפלימענטס און קריטיק (ח"ו), יענע אשכול איז געווידמעט פאר נאטורליך אליין, עס איז אייער טובה און די טובה פון אלע באזוכער צו קענען ליינען די מעשה רואיג אומגעשטערט].
אנטשולדיגט ר' נאטורליך, אבער איך האב דאס געטארפן, איך מיין ס'איז אייך אראפגעפאלן אפאר פון אייערע פארגעשריבענע צעטלעך, לויט ווי ס'קוקט אויס איז דאס אייערס, אויב נישט איז דאס מסתמא... וועמענ'ס דען נישט יעדער איז דאך בערך און זעלבן פעקל...
בעפאר איך שרייב דאס אפ (אנשטאט איר זאלט דאס טאן) וויל איך אייך באדאנקען און אפלאדירן בשם כל הקהל הקודש, סיי פון אונזער קהלה און סיי פון דרויסנדיגע, פאר אייער אויסערגעווענדליכע טאג בוך וואס איר טיילט אונז דא מיט.
אייער רעטינג איז 100
**
שוין, ס'איז זונטאג צופרי "שיוואסערבעטאמעז" (רעבע קרעמער ס'גוט אויסגעלייגט לויט די יודישע כללים? אויב נישט פאררעכט מיר) איך פרוביר מיך מסדר צו זיין דעם לאנגן תענית טאג. כ'על גיין דאווענען, דאס דאווענען נעמט דאך אביסל לענגער היינט מ'זאגט קינות, מ'לייענט, נאכן דאווענען וועל איך אזוי אויסציען ביז איינס האלב צוויי, דערנאך כאפן א גיטן דרימל ביז זעקסע זיבענע און אזוי וועט דער לאנגער תענית אריבער גיין אביסל גרינגער. אומר ועושה, געזאגט און געטון, ס'איז צען אזייגער איך פאר דאווענען.
ב"ה ס'איז אלעס אזוי ווי געפלאנט. איך קום צוריק אין באנגעלא צען נאך איינס, איך וויל זיך גרייטן צום שינת היום, זאגט מיר די רבנית תחי' הער: די קינדער זענען שוין אהיים פון חדר [כ'מיין מ'פאסט דאך, און מיין ווייב לכאורה האט דאך מער כח ווי דער שתי שערות מלמד...], זיי טאנצן מיר שוין ארום דא אויפן קאפ, לאמיר ציפארן דא אין טאון צי די בעקעריי איינקויפן עפעס גוטס אויף אויסצופאסטן. איר ווייסט דאך די סוגיא פון 'אין ברירה', נישטא קיין צוויי וועגן, מ'פעקלט אריין דאס געזונדל אין די קאר אין מ'פארט. אין בעקעריי איז געגאנגען א רויעך פאר א נחת פון די פרישע ראלאשעס און קופעלעך, אך א מחיה, מ'דרייט זיך צווישן די פילע געבעקסן קעיקס, קופעלעך, קאקיס, און מען פילט זיך אן א ברייטן וואגן פון כל טוב וכל טוב. מיין קליינער שרייט, אָ טאטי איך דארף דעי קאקי, און מיין צווייטער שרייט איך אויך, מיין רבנית זאגט - אויף מיין חשבון - נא דא האסטע שעפעלע מאך שיין הויעך א ברכה. שוין ענדלעך מ'גייט צום רעכענען און איך געב אזא פרעג מיין ווייב: אייגנטלעך וואס דארף מען אזויפיל צום אויספאסטן? כ'על דאך סייווי נאך די מזונות עסן עפעס א געהעריגן סאפער?, זאג זי מיר: " איך מיין אז מ'קויפט שוין... ווייסטעך... קויפט מען שוין אזוי אז 'ס'זאל זיין' ", שוין מסכים 'ס'זאל זיין', פארוועם?, בקיצור ענדלעך מ'רעכנט און ווי באקאנט אז א ארדער אויפן הונגעריגן מאגן קאסט צוויי, אויב נישט דריי, מאל אזויפיל, און וכך הוה, ס'האט ארויפגעצויגן אן אפותקי אזוי אזש ביז היינט האב איך נאך פון דעם 'ס'זאל זיין'.
האלב פיר ענדליך צוריק אין די קאלעני, איך חלום שוין פון מיין מיטאג שלאף, איך בעט די קינדער זאלן ארויסגיין שפילן אינדרויסן מיט אלע קינדער איך זאל קענען אביסל שלאפן. איך ליג שוין אזוי אין בעט קומט אריין צו לויפן דער קליינער מוישי, טאטי עפעס א טאטע איז דא אינדרויסן ער וויל עפעס רעדן מיט דיר, זאג אים אז דיין טאטע האט זיך אראפגעלייגט יעצט און ער קען נישט ציקומען, ער גייט ארויס און איך הער ווי ער זאגט "מיין טאטע זאגט... איך זאל זאגן... אז ער האט זיך יעצט אראפגעלייגט. איך לאך אזוי צי מיר, יענער וועט נאך מיינען איך בין עפעס ווייסעך וואס א שקרן. בלית ברירה, איך שלעפ זיך ארויס פון בעט, שטופ אריין מיינע פוס אין די שיך, איך לויף ארויס מיט איין אטעם, יא יא ווער איז? וואס ווילט איר?, א אאאנטשולדיגט דו האסט זיך אראפגעלייגט, שוין ס'נישט אזוי וויכטיג - זאגט מיר מיין נייער חבר... דער קליינע דיקער (איר קענט אים שוין...) – נא נא... זאג שוין וואס דו ווילסט?, נאַ כאדער נאָר געוואלט זאגן אז מיין ווייב האט צוגעגרייט פיינע גוטע קעיקס אויף צום אויספאסטן, ווייסטעך שוין מיין ווייב איז א גוטע קעכערין, ס'נישט טייער, ס'לוינט זעך, דארפסט עס נאר איינמאל קאסטן וועסטו שוין אליין זאגן, אזוי ווי ביי דע קיגל. אוי באשעפער, כ'קום דאך יעצט פון בעקערי וואס דארף איך נאך מזונות?, שוין, אז "ס'זאל זיין... זאל שוין טאקע זיין"..., לאמיך עפעס נעמען פון אים און לאז ער שוין גיין, איך וויל דאך דרימלען אביסל. נא וויפיל קאסט ער?, נישט קיין סאך, קום אריבער צו מיר אין באנגעלא כ'על דער ווייזן, ס'דא אסאך מינע קעיקס, קוקיס, קום איך זאג דער ס'לוינטסעך, העסט נישט חרטה האבן. ס'ווערט מיר גוט פאר די אויגן, וואס טוט מען דא, נא א יוד גיט זיך אלעמאל א עצה. איך זאג אים, דא האסטו א צוואנציגער און ברענג אריבער פאר צוואנציג דאלער סחורה נישט קיין חילוק פון וואס.
דער זייגער איז שוין ענדלעך ניינע, מ'גייט שוין אין שול צו מנחה-מעריב, מיין נייער חבר ווארט מיר שוין אפ, "נא האסט געזען וואס כאדער ציגעשטעלט?". יא יא שעקויעך, זאג איך אים. צווישן מנחה-מעריב גיט ער מיר א קלאפ און זאגט מיר "הא, אויסגעשלאפן ביסטעך, סאָ נאכן אויספאסטן עמער אביסל ארויסגיין כאפן א שפאציר אויפן ראוד, כאב שוין אפגערעדט מיט כעסקלע'ן אויך. איך זאג אים, גוט מ'וועט זען, יעצט ווייס איך נאכנישט. אנדערש ווי שבת איז דער נייער חבר מיינער דאסמאל אליין צו געגאנגען צום עמוד פאר מעריב, ער האט קיינעם נישט געטרויעט, ער האט אליין געוואלט מאכן דעם דזשאב, איך טראכט אזוי צי מיר, אבי נישט שבת, שטעל זיך פאר ווען ער וויל ווען שבת ציגיין צום עמוד...
נאך מעריב געט ער מיר אזוי א זאג: "שוין אקעי, בערך עלעווע צייט וועל איך דיך קומען אויפפיקן פון דיין באנגעלא, וועסט שוין זיין גרייט דעמאלט? זאג איך אים, איך ווייס נאך נישט לאמיך קודם עפעס טועם זיין, אויספאסטן, דערנאך וועט מען זען.
הלואי יעצט זאל מיין ווייב וועלן גיין קיין וואל מארט, איך בין שוין מסכים צי דעם אויך, ווי איידער דער שפאציר וואס ווארט מיך אפ. לאז זיין אזוי, ראה עניי ועמלי. מיין יודענע זאגט מיר נאכן אויספארסטן, זי האט נישט קיין כח זי גייט זיך שוין לייגן פאר עי טשעידזש, פונקט היינט...
פינעף נאך עלעף, דער קליינער נייער חבר מיינער איז א פונקטליכער, ער שרייט שוין אריין: נא ווי האלטסטע?... קומסט? כעסקל קומט שוין אויך אויך...
**
ר' נאטורלעך וויאזוי דער שפאציר איז אריבער געגאנגען לאז איך שוין פאר דיר, טייל אונז מיט... ווייל דעם אנדערן צעטל האב איך אויך פארלוירן...