היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » וועד ההורים וואס איז דאס?איז עס גיט???

וועד ההורים וואס איז דאס?איז עס גיט???

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1443496

getme » 29/6/2005 02:58

עס איז אנגעקימען די וואך א בריוו אויף די פאסט אינטערגעשריבען פין צוויי חשב'ע אינגעלייט {איך בין א מעריץ פין בעריש פעלדמאן א איד וואס טיט א געוואלד מיט חסד} אז מען גייט עפענענן א וועד ההורים אין מען בעט חתימות

ווייסט איינער מער פרטים וואס דאס איז??

פארוואס מען דארף עס??

איז עס א גיטע זאך??

עס איז מיר אינטערסאנט צי וויסן ווייל אויב עס איז גיט וויל איך עס חתמ'נן האבן א חלק דערין אויב נישט איז נישט


תוקן על ידי - getme - 29/06/2005 3:15:07

קריתיואלער » 29/6/2005 03:30

די איידיע פון א ועד ההורים קוקט אויס צו זיין א גוטע זאך, בעיסקלי איז עס א קאמיטע וואס זאל פארהאנדלען צווישן די עלטערן און די הנהלת המוסדות ווען עס מאכט זיך א פראבלעם.

אבער די צרה מיט א ועד ההורים איז אז זאכן וואס זענען ביז יעצט געווען א סוד און נאר אפאר יחידים האבן געוואוסט דערפון און עס שטיל געהענדלט, וועט פון יעצט ווערן א גאנצע עסק, וואס די ועד ההורים וועט מיטהאלטן און דאס וועט אויטאמאטיש פירן אז אסאך מענטשן זאל וויסן דערפון.

דעריבער שטיץ איך עס נישט, אפילו איך מוז מודה זיין אז די חשוב'ע יונגעלייט וואס פירן עס אן זענען טייערע אידן.

getme » 29/6/2005 03:35

יא אבער פין דזי אנדערע זייט הנהלת המוסדות קענענן לכאורה גרינגער מאכן א טעות

זיי זענענן ביזי בעלי בתים האבן ציפיל אפן קאפ

משא"כ דיע וועלן זיך אפגעבן נאר מיט דאס??

גוטזאגער » 29/6/2005 04:23

איך מיין אז דער שמועס מוז זיך דא אפשטעלן, ווייל עס איז אוממעגליך צו רעדן פון די טעמע אן רעדן פון סאמע יחידישע אנגעלעגנהייטן, און דאס דארף נישט זיין אין אזא פובליק פארום.



פייערדיג » 29/6/2005 04:28

גוטזאגער

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט.

אויב דער אשכול איז ממשיך וועט מען דא מבזה זיין אומצאליגע נעמען און אומצאליגע אידישע שטובער.

איך וואלט געבעטן דעם מנהל ער זאל האלטן דא א אויג, און אפשר אפילו אפשפארן דעם אשכול.

polish » 29/6/2005 15:28

עס זאל קיינער קיין קינד נישט זיין. דער גאנצער וועד ההורים איז א שפיל.

דאס איז אונטערגעשטעלט אנטקעגן ד.ע.

די צוויי נעמען וועלכע זענען אונטערגעשריבן פירן, אן ווי באוואוסט, א מלחמה אנטקעגן ד.ע.

קרית יואל האט גאר א שיינעם צונקונפט, א.ד.ר. וועט פירן דעם וועד הצניעות, און ב.פ. דעם וועד החינוך...

והא ראי' צו מיין זייט, ב.פ. איז געווארן פראמאטעד דורך מ.ה. צום וועד הנהלה פון קרית יואל אינגעל קעמפ...

איז דא איינער צום לאכן?...

getme » 29/6/2005 17:28

מנהל, איך האב גענפענט דעם אשכול
כ'האב נישט געוויסט אז עס קען ציקימען צי הלבנת פנים לשה"ר, בעסעקלי האט נאך דערווייל קיינער נישט געשריבען גארנישט מילא קענסט נאך אויסמעקן דעם אשכול אן קיינעם באליידיגן, זיי מוחל שפאר עס אפ
איך וויל נישט האבן א חלק אין די זאכן וואס קענענן ארויס קימען פיו דא


תוקן על ידי - getme - 29/06/2005 17:28:49