אבד"ק באבוב האט נעכטן צום ערשט ארום גערעדט די הלכות וואס איז ספעציעל נוגע פאר די זימער תקופה אין די 'קאנטרי'ס'
א.
הל' תפילת הדרך, אוסרעכנדיג אלע וועגן, ווי מ'דארף יא זאגן תפילת הדרך און ווי נישט. און ווי מיט שם ומלכות און ווי נישט,
און אזוי אויכעט אינ'ם וויכטיגקייט פון אנטוהן אן סיט-בעלט [חגורת בטיחות].
ב.
הל' צניעות, [אינדערהיים און ביי שווימען]
ג.
נחיצות הלבוש החסידי אויכעט אין קאנטרי אין די הייסע זימער טעג.
ד.
הל' שבת הנוגעים דווקא בקאנטרי
ה.
הל' עירובין, אין קאנטרי.
ו.
הל' חינוך [שבקאנטרי יש יותר זמן לזה].
ז.
הל' קרי"ש ותפילה בזמנה.
ח.
ובתוך דבריו האט ער זיך אויסגעדריקט מיר האבן געהאט א גרויסן זיידן וואס ער האט אינז גילערנט אז מ'דארף לעבן בשלום ושלווה מיט איעדן איינעם, איז אוודאי אינז אויכעט גיי מיר בדרכיו אין מ'איז מקרב איעדן יוד וואס איז א שומר תורה ומצוות, אין אוודאי אוודאי אז א משפחה מיטגליד מאכט אן שמחה דארף מען זיך משתתף זיין, ווייל דאס אז אינזער דרך, מקרב צו זיין יעדן יוד שותו"מ!
אבד"ק שליט"א האט זעהר שיין גערעדט פאר איבער אן שעה.
נאכדעם האט כ"ק אדמו"ר שליט"א אויפגעטרויגען מיט ווארעמע ווערטער- איך וועל שרייבן ביז מיין האנט וועט וויי טוהן [ווייל ר"ש האט גערעדט אשעה מיט אהאלבן...]
מתוך דבריו:
"ליידער לעבט מען אין אן הפקרדיגע מדינה, א וועלט אהן קיין גרעניצן און די גאסן זענען נעבעך פיהל מיט נסיונות, אין א יונגערמאן וואס גייט ארויס , אין דער אייבערשטער האט דאך ביישאפן דאס מענטש מיט חמימות, איז וואספארא עצה קען מען טוהן קעגן די נסיונות?"
האט ר"ש [=רבינו שליט"א] אויסגעשריגן "רבותינו לערנען אונז - בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין כנגדה- נאר איין זאך קען אונז ראטעווען, "לערנען תורה"!! די 'אש התורה' טוט פארברענען די 'אש היצר הרע', נישט דא אזיין מעגליכקייט אז א יונגערמאן זאל נישט לערנען א עמוד גמרא דורכן טאג, איעדע יונגערמאן וואס וויל בלייבן אן ערליכע יוד, 'מיז' לערנען א יעדן טאג א בלאט גמרא.
ר"ש האט דערציילט ווי עס קלינגן עם נאך אין די אויערן ווי דער זיידע זי"ע פלעגט שרייען צו די יונגעלייט פאר פארן צום קאנטרי "טייערע יינגעלייט רייסט ענק נישט אפ פין די קדושה!!"
וכן אמר בשמו [בהזדמנות כשישב לידו במטוס בטיסה] "ישועת ד' כהרף עין" ,ישועת ד', אז מען וויל זוכה זיין צו ישועות, אז דער אייבערדשטר זאל אינז געבן ישועות, איז 'כהרף עין' דאס ווענד זיך ווי שנעל די פארמאכסט דיינע אויגן ביים זעהן אן דבר אסור.
אזוי אויכעט האט ר"ש גערעדט פין דעם אז די ימי תמוז אין אב זענען אן הכנה צו די ימים נוראים , טייטשענדיג, דעם פסוק 'ובנוחה יאמר שובה ד'' - ובנוחה- ווען מען פאהרט זיך אפרוהען, דעמאלס איז דער צייט צו 'שובה ד'' זיך צו מחזק זיין מיט תורה אין גמילות חסדים אלס אן צוגרייטונג צו די ימי הנוראים.
אזוי אויכעט האט ר"ש מאריך געווען אינם וויכטיגקייט פין לערנען אינדערהיים זאגנדיג אז ווען א יינגל זאגט 3 מאהל אן טאג א-לקי אברהם כו' א-לקי אבי, וואס טראכט דער יינגל?? אויב זעהט ער א טאטן וואס אין דער זימער ווערט ער נישט הפקר איןדאווענט א יעדן טאג 3 מאהל מיט מנין, איןלערנט גמרא,נו, דעמאלס ווען ער זאגט א-לקי אבי, ווייסט ער אז, יא! מיין טאטע האט א גאט, אבער אז א טאטע לערנט נישט און שפילט זיך ארום, איז וואס דארף דאס קינד טראכטן ביי א-לקי אבי? אז, האט דען מיין טאטע א גאט?, ס'זעהט עם נישט אויס אזוי!! אין ר"ש האט אויסגעשריגן מורי ורבותי, האבסט רחמנות אוף די קינדער, א יעדע יונגערמאן דארף זעהן אז זיינע קינדער זאלן וויסן אז "א-לקי אבי" אז מיין טאטע האט יא א גאט".
און אזוי האט ר"ש זעהר שטארק מעורר געווען דעם ריזן עולם וואס האט אים אויסגעהערט מיט געפלעפטע אוין און אפענע מיילער, פאר איבער א שעה מיט אן האלבן, דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, אין דער עולם איז זיך אהיים מיט א לויב צום רבש"ע אז ברוך השם אז ער האט אינז איבערגעלאזט אזעלכע טייערע מנהיגים וואס באורם נלך עד ביא"ג בב"א.