היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שבע ברכות אצל הרה"צ מויזניץ ב"ב

שבע ברכות אצל הרה"צ מויזניץ ב"ב

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1440970

SIM89 » 27/6/2005 17:58

ס'איז פארגעקומען לעצטע וואך אגרויסע מסיבה פון שבע ברכות לכבוד הרה"צ ר' ישראל הגר שליט"א מויזניץ בנו הגדול של כ"ק מרן הרה"ק מויזניץ שליט"א החונה בב"ב, אין בארא פארק. וואס האט געמאכט חתונה אן אייניקל ביי זיין איידעם הרב יצחק טווערסקי בן האדמו"ר מסקווער שליט"א חדב"נ מרן הרה"ק שליט"א.
לויט ווי איך האב געהערט איז דאס געווען זייער אגעלונגענע מסיבה.
קען אפשר איינער איבער געבן פרטים?

tzvibp28 » 27/6/2005 18:09

אתה בכל הענינים SIM
פאניעוויזש
באבוב
ויז'ניץ

SIM89 » 27/6/2005 18:24

מה רע? העיקר שבביצה הסאטמעראית אינני מדשדש.
חוץ מזה, פרטים בבקשה.

ליכטיג » 28/6/2005 08:34

אויב די ביסט א באבובער מיינסטו מסתמא צו פארציילען אז כ"ק אדמו"ר מהרמ"ד פון באבוב האט דארט געהאט גרויס כבוד.

SIM89 » 28/6/2005 18:29

אמת!
אזוי האב איך געהערט, אבער איך וויל עס הערן פון איינער דא אויפן פארק.

SIM89 » 28/6/2005 18:47

שוב שמעתי שהיה זה בויליאמסבורג.
אין טאקע אדמו"ר רמ"ד האט זיך באטייליגט אין הרה"צ ר' ישראל האט אים שטארק מכבד געווען, ער האט באקומען אויך די זעקס ברכות.

ליכטיג » 29/6/2005 08:10

יא דער גרויסער שבע ברכות איז פארגעקומען אין וויזניצער בית מדרש אין וויליאמסבורג בהשתתפות פון א ריזן ציבור.

הרה"צ ר' ישראל מיטן סקווערער רבי שליט"א האבען אויפגענמען דעם רבין מיט גרויס כבוד.

כ"ק אדמו"ר מהרמ"ד מבאבוב איז מכובד געווארן מיט בענטשען, דער סקווערער רבי האט געהאט די זעקס ברכות אין הרה"צ ר' ישראל ברכה אחריתא.

כ"ק אדמו"ר מהרב"צ מבאבוב האט זיך באטייליגט אין א שבע ברכות וואס איז געמאכט געווארן פון מחותן הרב יהושע כ"ץ אב"ד מאגרוב אין פלעטבוש אין ער האט אים מכבד געווען מיטן בענטשען.