היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » שוידערליך! נידערמאן הייסט אויסטאן קאפל

שוידערליך! נידערמאן הייסט אויסטאן קאפל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1436666

ארענדאר » 24/6/2005 20:47

א שרעקליכע מעשה קומט פאר אין ניו יארק. א איד זיצט אין תפיסה, עסקנים קעמפן ביי די רעגירונג אז מען זאל אים ערלויבן אנצוטאן דעם קאפל, גייט משה דוד נידערמאן און זאגט פאר די רעגירונג אז ס'איז נישטא קיין שום פראבלעם מיט'ן גיין אן א קאפל.

ווי שעמט זיך נישט א איד וואס האלט זיך נאך פאר אן עסקן צו גיין אפטאן אזא רשעות און זאגן אז א איד דארף נישט גיין מיט א קאפל?

ליינטס דעם שוידערליכן בריוו
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 24/6/2005 20:47

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 24/6/2005 20:50

אויסשווארץ שרייבט אין חדשות אנש:

א שרעקליכע געמיינע זאך האט מ. ד. נידערמאן אפגעטאן, וואס דארף אויפרודערן די גאנצע וועלט מסוף העולם ועד סופו!!!

מ. ד. נידערמאן וויל ווערן די איינציגסטע בעל הבית אין די תפיתות, און וועגן דעם פארבירט ער אונטער צו ברענגן יעדן איד וואס טוט פאר די תפיסות, צו דאס הייסט מן המיצר א..ד.ג. יעדער וואס טוט עפעס ברענגט ער אונטער.

און אזוי ווי ער וויל מיט זיי גוט לעבן און נאר ער זאל זיין אין די תפיסות טוט ער אפ כסדר געמיינע שטיק און רשעות אלעס נאר צו געפעלן די גוים.

די לויערס פון ר' נפתלי שלעזינגער האבן געבעטן די תפיסה אז מען זאל אים לאזן גיין מיט א קאפל, אזוי ווי מען לזאט אים נשיט גיין מיט א קאפל זייט מען האט אים אריינגעזעצט, אלע עסקנים האבן איינגעלייגט וועלן צו פויעלן אז מען זאל קענען גיין מיט א קאפל, אבער מ. ד. נידערמאן האט געזאגט אז ניין בלא מען דארף אים נישט אנטאן קיין קאפל!!!


עס איז שרעקליך!!!

יעדער איד דארף מוחה זיין דעראויף!!!

און שרייען

מ. ד. נידערמאן פארטערעט נישט קיין אידן!!!

ער איז א פאררעטער!!!