היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ווער איז דער אונטער דעם נאמען?

ווער איז דער אונטער דעם נאמען?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1436139

גאסט » 24/6/2005 15:30


Message to resign
Living in Brooklyn and a member of the Satmar sect, and being involved and monitoring politics and elections in city, state and federal elections for the last 35 years, from a political point of view, this is a great victory for the alliance and Mr. Banda losing by only 498 votes with 86 percent turnout. But the real story here is that it is a clear message for Mr. Wieder to resign. In elections when a deputy, lieutenant or vice (president) gets more votes than the candidate himself, it's high time to hang it up.
In this case, both trustees from Wieder's side got more votes then he did, Mittleman by 64, Landau by 153, which only leads to believe that a total of 217 voters did not vote for Wieder and possibly voted for Banda.
As for your part of the story that Banda never held a public office, neither did Sen. John Corzine, D-N.J., New York Mayor Michael Bloomberg and Abe Wieder when he started.
Isaac Abraham
Brooklyn

http://www.recordonline.com/archive/2005/06/24/24letter.htm

getme » 24/6/2005 18:49

ווער איז דער בריוו שרייבער??

וואס וויל ער אויפטיען מיט דעם בריוו??

פארוואס שרייבט ער עס??

KJAlliance » 24/6/2005 19:04

עס איז פשוט

זיי האבן נאר געוואלט אנציען און נישט געווינען

פארדעם זענען זיי אזוי צופרידן

און פארדעם האלטן זיי אין איין מסביר זיין, פארוואס באמת האבן זיי יא געווינען, און מיר האבן באמת פארלוירן

ווי למשל דער איד די וואך, און דער בריוו

אגב, שמואל אהרן לאנדא, האט פאריגע מאל אויך געהאט מער ווי אברהם ווידער

און ביי די 673 האט מענדל שווימער אויך געהאט מער ווי אברהם ווידער


סאו לאנג, פאור דעם פאליטישאן, וואס פארופט זיך אויף אייזאק אברהאם

נייס טריי, און נאכאמאל מר. בריוו שרייבער, אין רעאליטעט איז אברהם ווידער מעיאר, און די 4 טראסטיס אהרונים.....

קריתיואלער » 24/6/2005 19:30

פנחס יאקאבאוויטש גייט ווייטער מיט זיינע דוירטי טריקס, אבער אויך דא איז ער זייער שנעל געכאפט געווארן.

יצחק אבראהאם זאגט פאר יעדן אז ער האט דעם בריוו נישט געשריבן. און ער זאגט אויך אז ווען ער וואלט יא געוואלט שרייבן א בריוו קעגן אברהם ווידער וואלט ער עס נישט געשריבן מיט זיין אייגן נאמען, און ס'וואלט געווען סאך בעסער געשריבן.

יצחק האט מיר פארציילט אז מיט אפאר וואכן צוריק האט איינער גענוצט זיין נאמען אריינצושיקן א בריוו צו א פוילישע צייטונג אין גרינפאינט (מסתמא דער פאררוקטער יונגערמאן "עקשטיין") און ווען ער האט אנגעקאלט פארלאנגען פונעם רעדאקטאר אז ער זאל אריינלייגן א הכחשה האט אים יענער געזאגט: "דו ביסט נישט דער איינציגסטער אייזעק עברעהעם, עס איז דא נאך אייזעק עברעהעמס"

אגב, דער בריוו איז געשריבן מיט זייער א שלעכטע גרעמער (קוקטס למשל אויף די איינגערינגלטע ווארט וואס די רעקארד האט צוגעלייגט) און ווי יעדער ווייסט איז יצחק אבראהאם א קנאקעדיגער ענגליש רעדנער און שרייבער.

און זאל זיך קיינער נישט וואונדערן ווען מען וועט אין די קומענדיגע פאר וואכן זען א בריוו פון א זאלי ק(נ)אקער אויף פארקערט. פעלשן בריוו קען יעדער נאר אין גאס.

גוטזאגער » 24/6/2005 20:21

דאס איז באנדא'ס ארבעט.

ער איז זייער אנגעווייטאגט אז קיינער רעדט נישט פון עם, קיינער קוק נישט אויף זיין זייט.

ער שרייט ער הייסט נישט על גאור, ער קען זיך נישט לאזן וואקסן די בארד, ער האט שוין א בארד.







תוקן על ידי - גוטזאגער - 24/06/2005 20:23:34

ארגינעלער » 24/6/2005 20:29

די פאר ווערטער זאגן אלעס איבער דעם בריוו שרייבער, מען זעט שטארק וואס פאר יענעם באדערט

As for your part of the story that Banda never held a public office, neither did Sen. John Corzine, D-N.J., New York Mayor Michael Bloomberg and Abe Wieder when he started.


באנדא בארואיג דיך, אין רעקארד ביסטו טאקע נישט מעיאר אבער אין קרית יואל ביסטו יא

פארגעס נישט וואס אלימלך שטערן האט געשריגן: פלניא גזלנא הוא, ע"פ תורה איז אברהם ווידער נישט א מעיאר.

און וואס אברהם יושע פריינד האט געשריגן: אונזער מעיאר זאל זיין געזונט און שטארק, קעגן א גנב קען מען זיך נישט אנטקעגנשטעלן, דאס איז דאך א מציאות אז ער האט געווינען די וואלן.

און וואס יעקב מאיר פערענץ האט געשריגן: אונז האמיר געווינען די וואלן אבער ליידער האבן מיר עס נישט לעגאל געווינען

זיי האבן עס געשריגן אין 01' אבער דו קענסט עס נאך אלץ נוצן.