חסידי באבוב ענטפערטס מיר
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1435535
איך בין אן מתפלל אין גרויסן ביהמ"ד, און איך וויל האבן תשובות אויף מיינע קשיות,
פארוואס מיז איך פיינט האבן רבינו ז"ל איידימער?
פארוואס טאר איך נישט גיין אהין [45] אויף שמחות?
פארוואס דרייען זיך לעבן רבינו שליט"א- א באנדע באקעס?
פארוואס באפאלט מען יידן פארן זיך דרייען אין 45 ?
פארוואס האבן אינז געלייגט גארדס אויף רמ"ד'ס ישיבה קטנה? [אין סיגעטער האול]
פארוואס מיזן אינז לעבן מיט פחד פין פליישער מיט שטיהל?
פארוואס האבן אינז געמיזט מאכן אן אייגענע הקמת מצבה?
פארוואס 'מיז מען' כסדר דערמאנען לשונות ווי "וואס ס'איז געווען וועט מער נישט זיין" ס'איז געווען לעצטע פאהר יאהר אן שלעכטע הנהגה" "מ'דארף אפרייניגן די שמיץ און שטויב" וכאלה וכאלה?
פארוואס דארפן 'מיר' ווארפן מענטשן?
פארוואס געבן 'אונז' ארויס פאשקעווילן?
פארוואס האב איך אן 'חוב' 30$ מעמדות?
פארוואס האט מען אוועקגענומען מיין זיץ פלאץ ביי שלש סעודות?
פארוואס גייען 'אינז' אין קאורט?
פארוואס קענען אינז זיך נישט נארמאל צוטיילן מיט זיי?
פארוואס דארף איך מיך שעמען מיט מיין קהילה?
די תשובות אויף דעם אלעס ווייס איך גאנץ פיין, משוגע בין איך נאך נישט.
נאר מיין קשיא איז,
ווי איז אינזער שכל???
ווי איז אינזער שכל???
תוקן על ידי - פאפקארן - 24/06/2005 4:27:29
די ענטפער איז פאטעיטא טשיפס
קענסט גיין דאווענען אין טוילעט
הָ קערס ווי די דאוונסט
ד' ירחם אזיין שפראך.
א רחמנות אויף דיינע עלטערן..
ווי איז געווען זייערע שכל 9 חדשים פאר דיין געבורטסטאג?
אין טוילאט
הרב פאפאקארן לויט ווי מזעהט זענט איר א תלמיד מובהק פון די שיעור קללה ווייל איר זענט א פרקריפעלטע מענטש
דא האט איר א תירוץ
איר פרעגט פארוואס מיז איך פיינט האבן רבינו ז"ל איידימער?
און איך פרעג פארוואס מוז מען פיינט האבן דיין רבינ'ס "זוהן"
" "פארוואס טאר איך נישט גיין אהין [45] אויף שמחות?
פארוואס טאר מען נישט אריינטרעטן אויף 48 כאילו ס'איז א קלויסטער נאר דאווענען אויפ'ן גאס און זיין אוכל ככלבים בשוק
"" פארוואס דרייען זיך לעבן רבינו שליט"א- א באנדע באקעס?
פארוואס איז די גאנצע גרופע דארט א באנדע באקעס
"" פארוואס באפאלט מען יידן פארן זיך דרייען אין 45 ?
פארוואס באפאלט מען אידן וואס האבן נישט פיינט דעם זוהן
" " פארוואס האבן אינז געלייגט גארדס אויף רמ"ד'ס ישיבה קטנה? [אין סיגעטער האול]
פארוואס האט ADULF ריינאלד געלייגט גארדס ווען ס'האט אים געשמעקט
" " פארוואס מיזן אינז לעבן מיט פחד פין פליישער מיט שטיהל?
פארוואס מזון אונז לעבן מיט פחד שטראפל און די רויטע
" " פארוואס האבן אינז געמיזט מאכן אן אייגענע הקמת מצבה?
פארוואס שטעלט מען נישט איין גרויסע מצבה פאר די גאנצע גרופע
" " פארוואס 'מיז מען' כסדר דערמאנען לשונות ווי "וואס ס'איז געווען וועט מער נישט זיין" ס'איז געווען לעצטע פאהר יאהר אן שלעכטע הנהגה" "מ'דארף אפרייניגן די שמיץ און שטויב" וכאלה וכאלה?
ווייל עס וועט טאקע מער נישט זיין מיט אזעלכע שונאים מבית ומחוץ
" " פארוואס דארפן 'מיר' ווארפן מענטשן?
פארוואס סטראשעט מען צוקוקערס אויף 45 סטריט זאלן זיך אפטראגן אויב זייערע קרובים זענען נישט פון די שטיצעירס
" " פארוואס געבן 'אונז' ארויס פאשקעווילן?
פארוואס שיקט מען פאשקווילען פון מעמדות פאר באבאווער אידן פון א פרעמדן רבין
" " פארוואס האב איך אן 'חוב' 30$ מעמדות?
פארוואס האסטו נישט געצאהלט די 13 מיליאן דאלער חובות
" " פארוואס האט מען אוועקגענומען מיין זיץ פלאץ ביי שלש
סעודות?
עטס טעהנעט'ס דאך אז ס'איז דא איבעריגע פלאץ און מ'קען דורכפירן א טרעילער אין גרויסן ביהמד
" " פארוואס גייען 'אינז' אין קאורט?
פארוואס גייען זיי אין קוארט
" " פארוואס קענען אינז זיך נישט נארמאל צוטיילן מיט זיי?
פארוואס קענסטו דיך נישט צוטיילן דיין קאפ לאז אויף 45 און דיין פיס ברענג קיין 48
" " פארוואס דארף איך מיך שעמען מיט מיין קהילה?
שעמען מעגסטו דיר טאקע פאר זיין אזא באק
די תשובות אויף דעם אלעס ווייס איך גאנץ פיין, משוגע בין איך נאך נישט.
די ביסט גוט משוגע
אני מתבייש בשביל רב"צ שאלו הם חסידיו (כפישאנגער וחבר מרעיו), ואני מתבייש בשביל האדמו"ר מהר"ש זצ"ל שאלו הם פירותיו.
תאמין לי בהן צדק שאלה הם לא פירותיו של כ"ק אדמו"ר מהור"ש מבאבוב זצ"ל.
כמובן שכמו בכל מקום יש קופה של שרצים גם כאן, והנה הם מצאו את מקומם בראש.
הבעיה היא שאתה לא דובר מהרש ולא חסיד באבוב
והקופה של שרצים הוא כל הכת של אונגאר
אני לא יודע מי זה קופה של שרצים, אבל שאתה שרץ זה בטוח.
וסליחה על הנימה האישית, אבל אתה גורם לי להקיא.
פישינגער
יישר כוח פאר דיינע תשובות, איך שעם מיך טאקע אז דער רב האט אזעלכע חסידים, אבער דאס איז פון די קליינע בושות אונזערע.
דער אמת'א תשובה אויף אלע מיינע קשיות איז,,
אז די ראשי קהילה אונזערע טראכטן פינקטליך אזוי ווי דיר.
לדאבוננו הרב.
תוקן על ידי - פאפקארן - 24/06/2005 16:21:33
איר פרעגט פארוואס מיז איך פיינט האבן רבינו ז"ל איידימער?
און איך פרעג פארוואס מוז מען פיינט האבן דיין רבינ'ס "זוהן"
פאר 10- 15 יאר צוריק האט כמעט קיינער נישט פיינט געהאט אונזער רבינ'ס זוהן (דער יונגערע). מצד שני האט קיינער איהם נישט ליעב געהאט אדער געהאלטען פון איהם, פארקערט, ער איז געוועהן דער butt of many jokes. דאס האט אונז קיינער נישט אריינגעלייגט אין קאפ (brainwashed בלע"ז), מיר האבען איהם פשוט געקענט.
פון דער צייט וואס ער האט אריינגענומען אהרן בן ציון, און מטיל אימה געוועהן על הציבור, האבען איהם מענטשען אנגעהויבען פיינט צו האבען. בפרט ווען מען האט discrimanated אקעגן דער רב ז"ל הכ"מ און זיין משפחה. (לדוגמא אין די לעצטע יאר האבען זיי רבי און סיי דער רב (ר"י) חתונה געמאכט און דער רב ז"ל (מהר"ש) איז נישט ארויסגעקומען, אבער ווען די אייניקלעך פון רעביצען פ. האבען חתונה געמאכט האט אהרן בן ציון יא ארויסדערברענגט דער רב ז"ל, ועוד כהנה וכהנה).
מחמת ההכרח (די שליטה איז געוועהן ביי זיינע מענטשען) האט מען זיך געמוזט בייגען צו ב"צ, אבער אין הארץ איז געוואקסען א שנאה. ווען דער רב ז"ל איז אוועק און רבינו ז"ל הכ"מ האט איבערגענומען האט ב"צ פארלוירען די מאכט, און דער גאנצע כעס וואס איז געוועהן אין הארץ פון פריער איז ארויפגעשוואומען. Payback time.
למעשה, ווען ער איז זיך מכניע צום 'הייליגען ברודער' וואלט די שנאה פארגעסן געווארען. איך געדענק נאך בראשית כהונתו פונעם רב ז"ל הכ"מ פלעגן מענטשען זאגען, 'קוק ווי ב"צ איז זיך מכניע' וכדו'. צו לאנג, אבער, האט עס זיך נישט אנגעהאלטען, און זיינע יוצא משרתיו זענען געוועהן שונאים מפורסמים פונעם רב ז"ל. פארשטייט זיך, אז אפי' ב"צ אליין האט זיך כלאמפיש מכניע געוועהן (און מען האט נישט expected מער) אבער אז זיינע ידידים, און זיין קופקע, פלעגן לאכען פון רב ז"ל איז געוועהן נטפל לעושה עבירה נענש עמהם, און די שנאה וואב מען האט געהאט אויף די מורדים איז איבערגערינען צו איהם. מה עוד, וואס יעדער האט נאך געדענקט ווי ער האט זיך געפירט ווען ער איז געוועהן מושל בכיפה.
תוקן על ידי - אמת_על_בצ - 24/06/2005 18:40:28
why make a name emes lbenzion you wont change shya aushr weisblum anyway let him ask what ever he wants just dont answer him
איך האב נאך אפאהר קשיות וואס לכאורה וועט עס פאר פישינגער נישט געפעלן.
פארוואס האט מען מכתיר געווען רבינו שליט"א ווי אן גנב אויפן בוידעם?
פארוואס האט רבינו שליט"א נישט באגלייט דעם ארון, נאר גענומען מז"ט פין זיינע פריינט?
פארוואס האט רבינו שליט"א צוריק ארויף געקניישט די קריעה כדי מ'זאל נישט זעהן?
פארוואס נאך שבת איז רבינו שליט"א געזיצן שבעה מיט ווייסע זאקן [נישט ווי ער מיטן ברידער אויפן טאטן]?
פארוואס האט מען ביי די לוויה אראפגעריסן דעם רב'ס ז"ל צימער, און שטארק וואנדעלעזירט זיינע פריוואטע חפצים און קוויטל צימער?
פארוואס האט מען געדארפט פירן טיש אינם יום[ 24 שעה] פינם פטירה?
און פארוואס מיט מיוזיק?
און פארוואס האט ר' שלום קעסלער געמוזט גראמען דזאוקס?
און וויאזוי האט רבינו שליט"א געקענט לאכן?
פארוואס האט אברהם אהרן לעזער געזינגען א טאג נאכן פטירה 'די-דא-נא-צאך'?
פארוואס האט דער מונסי געזאגט אויף רבינו שליט"א 'ער דארף נישט קיין ניחום'?
פארוואס האט רבינו שליט"א אוועקגעמאכט אחיו ז"ל, ווען דער נאואמינסקער האט פארציילט און גערעדט פון זיין צוואה?
פארוואס האט רבינו שליט"א 2-3 וואכן נאכן פטירה כסדר דערמאנט רבינו ז"ל ביים טיש, אבער יעצט ווען ס'איז שוין אריבער א שטיקל תקופה, איז כמעט אז מען דערמאנט עם נישט?
תוקן על ידי - פאפקארן - 25/06/2005 0:03:54
פארוואס טאר איך נישט גיין אהין [45] אויף שמחות?
פארוואס טאר מען נישט אריינטרעטן אויף 48 כאילו ס'איז א קלויסטער נאר דאווענען אויפ'ן גאס און זיין אוכל ככלבים בשוק
דו טארסט נישט אהין גיין ווייל ווילאנג דו גייסט נישט אהין קענן מען דיר נאך איינרעדן אז אין באבוב זענען נישט דא מער ווי 20-30 יונגערלייט, אלע צווישען די יארען פון 25-30, מיט נאך אפאר budget boys. טאמער גייסטו אהין וועסטו דאך זעהן אז עס געפונען זי דארט מסלתה ומשמנה פון באבוב. וועסט זעהן וואס באדייט לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה. ווי יודען זענען געגאנגען במסירות נפש כדאי אנצוהאלטען דעם באבוב'ער דרך. וועסט זעהן וויאזוי אן ערליכער יוד פירט זיך, וויאזוי עס פירט זיך א רבי וואס האט נישט אינזין זיין חצוניות. נו, וועסטו דאך באקומען ספיקות אין אמונה...
אונז קענען נישט אריינגיין אין 48 מפני הסכנה. ווייל מיר האבען מורא אז יענקי ש. זאל אונז נישט באפאלען. מיר האבען מורא אז נתן מנחם וועט אונז צוברעכן אלע צעהן פינגער (ווי ער האט געסטראשעט דעם פארגאנגענעם סוכות). מיר האבען מורא אז די דעמביצער'ס לוקחי שוחד וועלן אונז איינזעצן. מיר האבען מורא אז די שווארצע גארדס וועלן אונז געבן קלעפ.
ועל כולם ווילען מיר נישט זיין אונטער איין דאך מיט די (אין אויפען זעלבען מקום) וואס האבען מרים יד געוועהן אויף אונזער רבי און רב. אויף די רב ז"ל הכ"מ'ס איידימער. אם יהרג במקדש ה' כהן ונביא.
פארוואס דרייען זיך לעבן רבינו שליט"א- א באנדע באקעס?
פארוואס איז די גאנצע גרופע דארט א באנדע באקעס
ב"צ דרייט זיך מיט באקעס ווייל ער שפירט זיך היימיש מיט זיי. וד"ל.
שרייט דער כסיל באולתו אז ביי אונז זענען אלע באקעס. נו, נו. איר קענט אריינקומען זעהן. זעהט אויס אז דער כלל פון מילתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשי איז נאר געזאגט ביי אינשי, און נישט ביי חמורים.
פארוואס באפאלט מען יידן פארן זיך דרייען אין 45 ?
פארוואס באפאלט מען אידן וואס האבן נישט פיינט דעם זוהן
מען באפאלט יודען פאר אריינגיין אין 45 ווייל אין הארץ ווייסען זיי דעם אמת, און זיי האבען מורא אז טאמער איינער גייט אריין דארט וועט ער איינזעהן דעם אמת.
דער פאקערטע קשיא איז א פשוט'ע ליגענט. כדרכם.
פארוואס האבן אינז געלייגט גארדס אויף רמ"ד'ס ישיבה קטנה? [אין סיגעטער האול]
פארוואס האט ADULF ריינאלד געלייגט גארדס ווען ס'האט אים געשמעקט
פארוואס האבען ענק געלייגט גארדס אויף רבינו שליט"א'ס ישיבה קטנה?
פארוואס?
וואס א היתר קען דא זיין?
דער קשיא בלייבט שווער.
הרב ר' צבי אריה האט געלייגט גארדס צוליב די טאטעס וואס האבען פארנאכלעסיגט דעם ענין פון שכר לימוד און מיט זייער גלייכגילטיגקייט געוואלט חרוב מאכען די ישיבה. ער איז געוועהן מענעדזשער און אלץ מענעדזשער האט ער געהאט די רעכט אויסצושליסען די וואס האבען נישט געהאלטען ביים באצאלען.
אבער אויף ענק איז ווייטער שווער.
פארוואס האבען ענק געלייגט גארדס אויף רבינו שליט"א'ס ישיבה קטנה?
פארוואס מיזן אינז לעבן מיט פחד פין פליישער מיט שטיהל?
פארוואס מזון אונז לעבן מיט פחד שטראפל און די רויטע
די תורה פארענפערט שוין די קשיא – רק אין יראת אלוקים במקום הזה והרגוני. אין א פלאץ ווי מקום המשפט שמה הרשע און בית וועד יהיה לזנות קען יעדער שייגעץ טוהן ככל העולה על רוחו.
פארקערט, ווייטער א ליגענט פון די יושבי קרנות.
ברצוני להבהיר, פון די עכטע באבוב קומט נישט ארויס קיין טעראר און קיינער לעבט נישט אין קיין פחד. אדרבה, שלום ושלוה יהיה במחנינו ואין שום שנאה במחנינו.
פארוואס האבן אינז געמיזט מאכן אן אייגענע הקמת מצבה?
פארוואס שטעלט מען נישט איין גרויסע מצבה פאר די גאנצע גרופע
אויף אזא קלוגע תשובה האב איך שוין טאקע נישט וואס צוריק צוענטפערן.
פארוואס 'מיז מען' כסדר דערמאנען לשונות ווי "וואס ס'איז געווען וועט מער נישט זיין" ס'איז געווען לעצטע פאהר יאהר אן שלעכטע הנהגה" "מ'דארף אפרייניגן די שמיץ און שטויב" וכאלה וכאלה?
ווייל עס וועט טאקע מער נישט זיין מיט אזעלכע שונאים מבית ומחוץ
והיה כי ישאלך בנך למחר איז ב"צ טאקע געוועהן אזא אויסווארף אז מען האט זיך געמוזט אוועקרייסען? האט ער טאקע גערעדט אויפען ברודער? אפשר איז דאס נאר ליגענט וואס די 'כת אונגאר' האבען פארשפרייט כדאי צו פאר'סמ'ען די מוחות. ואף אתה ווייז איהם וואס ב"צ ועדתו האבען געזאגט ברבים, ובזה תהיה תשובה למינים.
פארוואס דארפן 'מיר' ווארפן מענטשן?
פארוואס סטראשעט מען צוקוקערס אויף 45 סטריט זאלן זיך אפטראגן אויב זייערע קרובים זענען נישט פון די שטיצעירס
איך האב שוין סיי פארענטפערט דיין קשיא און סיי מבהיר געוועהן אז דער בהמה'ס צוריק-פרעג איז פשוט ליגענט.
פארוואס געבן 'אונז' ארויס פאשקעווילן?
פארוואס שיקט מען פאשקווילען פון מעמדות פאר באבאווער אידן פון א פרעמדן רבין?
פארוואס, טאקע, געבן ענק ארויס פאשקעווילען?
אדרבה, פארוואס?
די חכמה פון מעמדות\פאשקעווילען איז ממש נשתומם צו ווערן. וע"ז נאמר גם אויל מחריש חכם יחשב.
פארוואס האב איך אן 'חוב' 30$ מעמדות?
פארוואס האסטו נישט געצאהלט די 13 מיליאן דאלער חובות
יעצט הייבטסטו שוין אינגאנצען צו פארקריכען. טענו לו בחטים והודו לזכר קדשו. כאטש ענטפער ממין השאלה.
פארוואס האט מען אוועקגענומען מיין זיץ פלאץ ביי שלש
סעודות?
עטס טעהנעט'ס דאך אז ס'איז דא איבעריגע פלאץ און מ'קען דורכפירן א טרעילער אין גרויסן ביהמד?
איך שעם זיך פשוט איבערצושרייבען זיינע נארישקייטען. עאכו"כ צו ענטפערן.
פארוואס גייען 'אינז' אין קאורט?
פארוואס גייען זיי אין קוארט
'זיי' (באבוב) גייען אין קאורט להציל העשוק מיד עושקו, כדי די בריונים זאלען נישט קענען צונעמען אלעס און דערנאך שרייען ס'ז מיינס. כדי צו צוואונגען די מסרבי לדין זאלען זיך מוזען שטעלן.
'אונז' (48) גייען אין קאורט ווייל מיר ווילען נישט גיין צו קיין דין תורה. ווייל אונזער גאנצער דרך איז דארך גניבה וגזילה.
פארוואס קענען אינז זיך נישט נארמאל צוטיילן מיט זיי?
פארוואס קענסטו דיך נישט צוטיילן דיין קאפ לאז אויף 45 און דיין פיס ברענג קיין 48
פארוואס דארף איך מיך שעמען מיט מיין קהילה?
שעמען מעגסטו דיר טאקע פאר זיין אזא באק
איין קשיא פארענפערט די צווייטע. אז דו האסט אזעלכע בהמות ביי ענק האסטו מיט וואס זיך צו שעמען. על דא ודאי קא בכינא.