היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » שפארט הונדערטער דאלער גייט ארויס שטימען!

שפארט הונדערטער דאלער גייט ארויס שטימען!

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1430374

זשוליאני08 » 21/6/2005 05:27

יעדער איינער ווערט געבעטן ארויסצוגיין שטימען היינט דינסטאג, און מען זאל למען השם שטימען No, אז די לייברערי פראיעקט זאל דורכפאלן.

טאון סופערווייזאר סענדי ליאנערד האט געבעטן אז מען זאל שטימען No, ווייל אויב די לייברערי געווינט, וועלן אונזערע טעקסעס שטייגן מיט הונדערטער דאלאר א יאר.

די לייבערי פראיעקט ווערט נישט געשטיצט דורך רוב טאון באורד מעמבערס, וואס זיי זענען נאנטע פריינט מיט קרית יואל.

האט רחמנות אויף אייער און אונזער געלט, גייט ארויס שטימען און שטימט No.

אנזעצער » 21/6/2005 16:27

איך בין יעצט געגאנגען שטימען פאר "ניין" אויפן לייברערי.

יעדעס יאר ליידט מען פון די חברה לייברערי באנדיטן, מען געט זיי א פינגער דארפן זיי א האנט.

גענוג איז גענוג

Lumber » 21/6/2005 17:05

I was just there and I voted "NO"

BTW, Why are all the workers there from the village and not from KJ alliance?

אנזעצער » 21/6/2005 17:32

ווייל עס פעלט זיך היינט נישט אויס קיין קוראדזשפולע פרויען

זשוליאני08 » 21/6/2005 17:33

דאס איז טאון עלעקשאנס, און וועגן דעם ווערט עס אנגעפירט דורך די טאון, און זיי שטעלן די מענטשן וואס זאלן קעיר נעמען.

און פארשטייט זיך אז אנצופירן עלעקשאנס נעמט מען נארמאלע מענטשן.

טקסטשלךכאן » 21/6/2005 18:10

א רשעות פון די אלייענס!

זיי האבן אויפגעהאנגען צעטלעך אין אלע זייערע בתי מדרשים, אין יודיש, כלאמפערשט געשריבען דורך די לייבערי אליינס, אז מען זאל גיין וואוטן YES פאר די לייבערי, ווייל די טעקסעס גייען כמעט נישט ארויף גיין.

סאיז ממש נישט צום גלייבן וואס די אלייענס טוט מיט זייערע קיען, אלעס צוליב דעם תאות הנצחון.

גייטס אלע ארויס וואטן NO!

אטוען » 21/6/2005 21:00

למאי נפקא מינה וואס זיי טיען. תושבי קרית יואל
האבען די תורה פאר א וועג ווייזער און דארפן
זיך נישט פארקוקען אויף אנדערע .

חז"ל זאגען "התורה חסה על ממונם של ישראל"
די תורה שוינט אידיש געלט. ממילא איז דעס
דער דרך התורה און מיר דארפן אויך אזוי טיען.

און נאך מער זאגען חז"ל אז ביי ת"ח איז חביב
עליהם ממונם יותר מגופם ווייל "אינם פושטים
ידיהם בגזל". פארשטייט זיך אליין אז די וואס
שוינען נישט אידיש געלט ווערען אויך נישט
נתפעל פון "גזל"!

אטוען » 21/6/2005 22:40

יא! זייער שיטה איז, "א כפרה אידיש געלט אבי דעס רשעות געלונגט"!

שטעלט זיך אויס אזא מצב, רוב גוים ווילען נישט די נייע לייבערי ווייל ס'איז צו טייער. אבער אז די אלייענס וועט שטימען דערפאר וועלען זיי דאך גורם זיין אז דער גאר טייערער לייבערי באדשעט זאל דורך גיין "אל אפם ואל חמתם" פון די גוים! און צו וואס דעס קען ברענגען זאל
השי"ת שומר און מציל זיין!

און פארוואס איז דעס אלעס כדי? צו ווייזן פאר די גוים וואס פאר א שטארקער כח זיי זענען!

יעצט הער איך אז זיי האבן ארויסגעשטעלט נאך א צעטיל אז זיי גייען נישט נעמען נישט קיין שטעלונג נאר זיי לאזען די החלטה צו די גוים. זיי פארגעסין אז די גוים פארשטייען שוין מיט וועמען זיי האנדלן דא.

די תוצאה פון זייער רשעות וועט זיין אז ס'וועט קאסטן אידיש געלט און די גוים וועלען אויפגרייצט ווערן!

וכל זה שוה להם, כמאמרם יש"ו "רק בדם וכו'...."

Lumber » 22/6/2005 00:14

Latest Update

Just about 400 people have already voted by 5 PM


תוקן על ידי - Lumber - 22/06/2005 0:15:04

זשוליאני08 » 22/6/2005 01:00

נו חברה ס'איז נישט קיין דזשאוק. וואו זענט עטס? גייטס ארויס שטימען

און שטימט No

קריתיואלער » 22/6/2005 03:11

ביז פינף אזייגער זענען געווען 576 שטימען.

אנזעצער » 22/6/2005 03:13

ווי קען מען הערן ריזאלטס היינט נאכט ???

קריתיואלער » 22/6/2005 03:17

אפדעיט:

ביז 8:15 זענען געווען 750.

קוקט אויס דער עולם האט אנגעפאנגען צו גיין נאכ'ן אהיימקומען פון די ארבעט.

קריתיואלער » 22/6/2005 03:20

ווער זאגט אז מען קען עס ערגעץ הערן?

מען קען נישט.

דא אויף היידפארק וועט מען קענען זען די רעזאלטס.

תוקן על ידי - קריתיואלער - 22/06/2005 3:20:49

אנזעצער » 22/6/2005 03:23

א שטאט וואס דארף א 13 מיליאן דאלערדיגע לייברערי האט נישט קיין רעדיא סטעשאן'ס ????

ארגינעלער » 22/6/2005 03:32

יא נעבעך, צוריקגעשטאנען.

Lumber » 22/6/2005 03:40

http://www.monroelibrary.org/

Maybe they will have the results


תוקן על ידי - Lumber - 22/06/2005 3:40:51

קריתיואלער » 22/6/2005 03:41

ס'איז דא א לאקאלע קריסטליכע רעדיא סטעישאן אין מאנרא.

דעטס איט.

קריתיואלער » 22/6/2005 03:43

דער פארום וועט עס האבן פאר יעדן איינעם.

וועט עטס אלע זען.

תוקן על ידי - קריתיואלער - 22/06/2005 4:09:52

געשמאק » 22/6/2005 03:59

איך קום יעצט פון דארט,דער עולם שטראמט און די מאסן, די שאלה איז נאר וואס מען וואוט "יא" אדער "ניין", ביז אפאר מינוט וועט מען אלעס וויסן.

זשוליאני08 » 22/6/2005 04:11

מען האלט שוין טיף אינמיטן ציילן.

מען ציילט יעצט די פינפטע מאשין.

געווינער » 22/6/2005 04:11

כמעט 1000 מענטשן האבן געשטימט

גוטזאגער » 22/6/2005 04:14

איך בין דארט געווען, כ'האב הנאה געהאט אז אידישע פרויען מאכן אפאר דאלאר אין די זייט.