אזוי ווי היינטיגע צייטען גייט דער גאנצער עולם אויף דייעט, וואלט איך געוואלט הערען א מיינונג וועגען פארשידינע דייעט'ס.
וועלעכע איז בעסער,?
וועלעכע פאלט מען שנעלער אפ?
וועלעכע איז געזונטער?
ועל כולם וועלכע האלט זיך?
ביטע פאסטען אייער מיינונג, און אלעס וואס איהר ווייסט וועגען דייעט'ס
די בעסטע דיעטע איז באוואוסט מיטן צונאמען באקאנטן צונאמען FDH
פאר ווער עס ווייסט נאך נישט, FDH איז די ראשי תיבות פון: פרעס די העלפט...
תוקן על ידי - משוגענער - 20/06/2005 21:21:57
בדוק ומנוסה.
יעדע נאכט איידער מ'לייגט זיך שלאפן זאל מען איינעמען 2 פילע גלעזלעך "דייעט פעפסי".
seefood diet דהע בעסט אוו אלל.
עטקין'ס איז שוין לאנג ארויס פון סטייל.
די וויייבער האבען זיך אפגעשאקלט און געטראפן בעסערע סחורה.
עסן וויפיהל עס גייט איז די בעסטע, מען פארדייט דאך די עסן.
עסן ווי מער 'דייעט פוד' וועט מען שנעלער אפפאלן !
ולפוינט, גוט צעקייען עסן איז א געוואלדיגע זאך פאר דיקע חברה, אבער הונדערט פראצענט צוקייעט נישט אראפשלינגען פאר דעם.!
און גארנישט קומט נישט צו צו מאכן גוטע איבונגען, עס איז כדאי צו גיין רעגלמעסיג צו א כשרן זשים דערפאר.
BTW איבונגען דאארף מען וויסן וויזוי צו מאכן ריכטיג, סתם מאכן איז ממש גארניש ווערט.
ובשורה טובה תדשן עצם ויאכלו ענוים וישבעו
איבונגען דארף יעדע מענטש מאכען אפילו דארע מענטשען.
דיעטע איז בעיקר פאר נארמאלע מענטשען וואס זענען נישט ספעציעל איבערוואגיג.
איינער דארף פארלירען אפאר פונט גייט ער אויף דיעטע אין פארלירט צען צוואנציג פונט.
פאר מענטשען וואס זענען ספעציעל איבערוואגיג איז היינט איינגעפירט צו מאכען א בענד אדער סטעיפל'ס.
דאקטורים שטופען עס מער אין מער.
gray sheet diet it works great
איך האב די בעסטע דייעט וואס ארבעט 100% בדוק ומנוסה
"מען פארברענט מער קאלאריס ווי מען נעמט אריין"
איינער האט אמאל געפרעגט זיין רבי'ן וואס זאל ער טאן ער האט שלעכטע חלומות האט אים דער רבי גענפערט "פאף נישט וועסטו נישט חלמ'ן". עד"ז קען מען זאגן דא אויך "פרעס נישט וועסטו נישט זיין גראב"
איינס פון די וויכטיגסטע זאכען בשעת א דייעט איז צו מאכען עקסערסייז, טאמער נישט געוואוינט זיך די גוף צו ווייניגער קעלאריס. Fad diets ווי למשל עטקינס האבען אלע דער זעלבע פראבלעם אז ווען מ' הערט אויף נעמט מען צוריק צו אלעס וואס מ' האט אפגענומען.
יש היום ניתוח בשם GASTRIC BYPASS שעוב מצויין וכדי ללכת לרופא לשמוע על זה