היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » פאבליק סעיפטי וויל נישט העלפן עקשטיין!

פאבליק סעיפטי וויל נישט העלפן עקשטיין!

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1427925

קרית_יואל » 19/6/2005 19:47

דעם פארגאנגענעם פרייטאג פ' נשא איז א איד (אן אהרוני) ארויף צו דוד עקשטיין אין שטוב און אים אנגעפראסקעט, צוליב א סכסוך מיט זיין טאכטער וואו עקשטיין האט זיך אריינגעמישט.
עקשטיין האט געהייסן זיין ווייב זאל נישט רופן 911 נאר צו רופן די פאבליק סעיפטי.
אבער ווען די פאבליק סעיפטי אזי אנגעקומען און געזען אין וואס דא האנדעלט זיך האט ער זיך צעלאכט און אוועקגעגאנגען.
א סאך אידן אין קרית יואל האבן יענעם שבת זיך אונטערגעהאלטן אויפ'ן חשבון פון עקשטיין וועלכער האט זיך אנגעמאכט א סאך שונאים אין שטעטל במשך די יארן, און ענדליך האט זיך אפירגעזוכט איינער וואס זאל אים עפעס צוריקגעבן.
(לצים האבן געזאגט אז עס איז התגרות באומות ווייל ער איז דאך א גוי...).

קריתיואלער » 19/6/2005 21:21

קריתיואל האט זיך ב"ה שוין ענדליך אויפגעוועקט פון זיין טיפן שלאף, און זיך געכאפט אז די אלייענס האט פארלוירן די וואלן און אברהם ווידער איז נאך אלץ מעיאר, איז ער געווארן זייער דערביטערט און זיך גענומען צום אלטן זאלי מיטל, פאבריצירט א מעשה, מיט די האפענונג אז דאס וועט הייבן זיין שטארק צובראכענעם געמיט.

קריתיואל, דיין מעשה האט איין גרויסן פראבלעם וואס מאכט צונאר די גאנצע מעשה:

דוד עקשטיין איז דער פאקטישער גרינדער פון פובליק סעיפטי (איינע פון די פובליק סעיפטי'ס הויפט מיסיעס איז צו היטן אויף די קדושה פון קרית יואל, וד"ל) און ער איז דער דע פאקטא בעל הבית פון די פובליק סעיפטי.

דוד עקשטיין איז אין פילן קאנטראל פון די פובליק סעיפטי, און א פובליק סעיפטי אפישעל וואס פאלגט אים נישט איז נישט פארזיכערט מיט זיין פאזיציע.

משה לייב וויטריאל האט דאס קדחת פון איין איינציג מענטש אין קרית יואל, און דאס איז דוד עקשטיין, ווייל ער ווייסט אז אויב ער פאלגט נישט וואס דוד הייסט איז ער אינדרויסן ביז א סעקונדע.

Take it in consideration before you fabricate such a stupid story

תוקן על ידי - קריתיואלער - 19/06/2005 21:24:08

קרית_יואל » 19/6/2005 21:57

נעבעכל
פאבליק סעיפטי איז אונטער'ן ווילידזש, און עקשטיין קען פייפן אויב סעגעדין פאלגט אים נישט!

שדים_טאנץ » 19/6/2005 22:01

אנגעמאכט אסאך שונאים?

יו בעט.

די אלע מושחתים וועמען ער האט סוקסעספול באקעמפט, די אלע זענען זיינע שונאים.

און דער וואס איז מחזק די אידן וואס האבן פיינט דוד עקשטיין צריך בדיקה אחריו.

אויפ'ן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל.

קרית_יואל » 19/6/2005 22:04

זענען אלע אהרונים מושחתים?

שדים_טאנץ » 19/6/2005 22:12

ניין, אלע זאליס זענען מושחתים.

יא, איך רעד פון אלע וואס האבן ארומגעווארפן פאשקעווילן די נאכט פאר די עלעקשאנס אין קרית יואל, און האבן געארבעט שווער ארויסצוברענגען וואוטס פאר די אלייענס, ווייל מען האט זיי צוגעזאגט אז ווען באנדא געווינט וועט מען זיי אויפהערן צו רודפ'ן.

יעדער מושחת אין קרית יואל, וואס האט נאר אמאל געהאט א פראבלעם מיט דוד עקשטיין, האט געוואוט פאר ראו עי, ווייל ער האט געוואוסט אז א שטימע פאר ראו עי איז א שטימע קעגן די קדושה וטהרה פון קרית יואל.

תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 19/06/2005 22:12:56

קריתיואלער » 19/6/2005 22:17

קריתיואל, שוטה שבעולם.

גדלי' סעגעדין איז אן אנגעשטעלטער פאר אברהם ווידער וואס איז דער ראש הקהל פון קהל יטב לב, און אויב סעגעדין פאלגט נישט דוד עקשטיין, כאפט ער אזא קאפע אז נאר.

ווען מען וואלט ווען געקענט ארויסשרייבן וויאזוי די ווילידזש ארבעט האנט ביי האנט מיט די עסקנים לשם שמים פונעם ועד למען טוהר מחנינו, וואלט מען עס שוין פונלאנג געטאן, נאר ליידער האט מען דא צו טאן מיט די אלייענס מוסרים וואס וועלן דאס תיכף גיין מסר'ען.

קרית_יואל » 19/6/2005 23:08

שוין ווייטער מיט די אפגעריסענע שוטים!
עס איז בכלל נישט קיין סוד אז עקשטיין איז היינט צוריסן מיט יעדן נארמאלער מענטשן אויך צווישן די אהרונים!
ר' אברהם ווידער וועט אין זיין לעבן נישט ארויסקאפען סעגעדין ווייל ער פאלגט נישט דוד עקשטיין!

תוקן על ידי - davka - 19/06/2005 23:40:24

קריתיואלער » 19/6/2005 23:27

דו ביסט דער אפגעריסענער אז דו קומסט דיך קריגן מיט א פאקט, און דו קומסט זאגן פאר אונז אהרונים ווער אונזערע פירערס זענען.

נעם עס דיר גוט אריין אין קאפ,

קהל יטב לב און ווילידזש אוו קרית יואל איז איין קאמפאני, און גדלי' סעגעדין ארבעט פאר די קאמפאני.

ר' דוד עקשטיין איז רעספעקטירט ביי אלע אהרונים פאר זיין הייליגן קאמף קעגן די טמא'נע יונגען וועמען די אלייענס העלפט!

כה לחי מיט זיין הייליגן קאמף!

קרית_יואל » 20/6/2005 00:57

קוק אן דעם אהרונישן לוזער וועלכער מיינט אז ער קען נאך היינט איינרעדן די וועלט מיט זיינע באבקע מעשיות פונקט ווי אמאל!
עס איז שוין אן אפענע וועלט און יעדער ווייסט היינט וואס עס טוט זיך אפ אין קרית יואל!

תוקן על ידי - קרית_יואל - 20/06/2005 0:57:41

זאליweaky » 20/6/2005 01:29

א פלא אז דער "יעדער", רעכנט דיר נישט אריין.

אבער עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס "יעדער" ווייסט אנדערש ווי דו.

קרית_יואל » 20/6/2005 17:07

איך פארשטי אז "דו" ביזט "יעדער"...

yoniboy » 21/6/2005 06:01

דוד עקשטיין האט נאך אין זיין גאנצן לעבן נישט געטוהן א מצוה. אלעס איז נאר לשם כבוד ושרררה. צו קענען טרעטן אויף אידן און פייניגן מענטשן. אפילו זיינע אייגענע קרובים וד"ל.