היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » דיסקרימינאציע, ווען יא און ווען נישט

דיסקרימינאציע, ווען יא און ווען נישט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1426949

בדעבד » 19/6/2005 07:39

"מיר גרייטן זיך אריינצוגעבן א 'דיסקרימינאציע לאוסוט' קעגן די שפאנישע געמיינדע" ליינט זיך פאלאקאטן אויף די וומ"ס'ע גאסן. (געשריבן פון זכרון) בייגעלייגט, זעט זיך א בילד וואו א פארברעכער, אנגעטוהן מיט הענטשוך, ברעכט זיך איין אין א פענסטער.

אין מח ווירבעלט מיר אייניגע שאלות, אויף וואס עס דאכט זיך מיר אז איך ווייס די תירוצים.

וואספארא רעאקציע קען מען ערווארטן פון די שפאנישע געמיינדע, אויף אזא אנקלאגע?

וועלן די געמיטער מיט די שכנים ווערן גאר אנגעצויגן? אדער נאר טיילוייז אנגעצויגן?

אדער, וועט אזא לאוסאוט העלפן בויען געמיינזאמע פארשטענדעניש?

איז דא א מציאות, אפי' אויב נאר א ווייטע, אז א איד וועט ווערן נאכגעשריגן, געשפיגן, וואנדאלאזירט, אדער גאר געשעדיגט, צוליב די אנקלאגע?

נאכן זיך זעלבסט ענטפערן זי פראגן בליצט מיר אויף א שאלה.

וואס וואלט געווען ווען די "לאוסוט" ווערט אריינגעגעבן דורך עמיצן וואס איז אפיליאירט מיט אהרן ט"ב?

איך דארף נישט מער וואו צוריקבליקן וואס זענען געשריבן געווארן ביי די מערכה געגן די פייפליין אין ק"י. אזוינע ווערטער וואו "דיסקרימינאציע" אדער "לאוסוט" זענען שוין היינט סינאנים מיט א באשולדיגונגס"התגרות באומות". א קאנצעפט וואס איז אין מיין מיינונג ארטופישעל.

אלענפאלס שיינט מיר אז, וואס עס מיינט "התגרות" און ווער ס'איז "אומות", טראגט מיט זיך א דאובעל סטאנדארד.

אין אנדערע ווערטער: מאנכע ווערן דיסקרימענירט פון זייערע רעכטן צו קלאגן פאר דעסקרימינאציע...

ווארהייט » 19/6/2005 09:01

וואו איז דער מטורף עקשטיין מיט זיין התגרות באומות געשרייעכצער?

פארוואס מעג משה דוד נידערמאן יא קלאגן די גוים און גדלי' סעגעדין טאר נישט?

בדעבד » 19/6/2005 13:31

איך ווייס נישט אויב נידערמאן איז אונטער דעם. איך ווייס אבער יא אז צווישן אנדערע רבנים, טרעפט מען אויך אינטערגעשריבן א רב און א דיין, ביידע האבן איין קהילה אין ק"י, וואס פארופט "זיי" אלס זייער פירערס.

און יא, דע קהילה איז די זעלבע וואס רעזערווירט זיך די רעכטן פון אפטייטשן התגרות באומות, וויאזוי און ווען עס שמעקט זיי.

קריתיואלער » 19/6/2005 21:31

איך ווייס נישט ווער עס אין שפיץ פון די פארטיקולער אנקלאגע,

אבער דער פאקט איז אז דאס גייט שוין אן אין וויליאמסבורג פאר לאנגע יארן, ואין פוצה פה ומצפצף:

די אלע פראטעסטן קעגן די סיטי, די אלע לאוסוטס איבער די אינסינירעיטאר און איבער האוזינג, די טעראר אקציעס קעגן די ארטיסטן שכנים.

פון אלס קליין קינד פרעגלט מען עס אריין אין די הערצער פון די קינדער אז אויב האט מען א פראבלעם מיט א גוי דארף מען נעמען די שטרענגסטע מיטלען קעגן אים. ווען ס'איז דא א פראטעסט קעגן די גוים נעמט מען אלעמאל ארויס די קינדער פון די תלמוד תורה'ס כדי זיי צו מחנך זיין פון קינדווייז אן וואס מען דארף טאן ווען די גאווערמענט שטעלט זיך נישט צו צו דיר.

און וואו זענען די געשרייען פון התגרות באומות?

איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז איינער פון די "הייליגע" אידן אין וויליאמסבורג, וואס זארגן זיך אזוי שטארק וואס עס טוט זיך אפ ביי אונז אין קרית יואל זאלן מרעיש עולמות זיין דערוועגן.

פארשטונקענע היפאקריטן!

זשוליאני08 » 21/6/2005 17:54

שוידערליך! שוידערליך!

דער טריפה'נער "איד" שטיצט אפן און גראב א התגרות באומות אנקלאגע קעגן די סיטי.

רשעות'דיגע היפאקריטן, ווען ס'קומט צו קרית יואל פארשטייט דער איד אז וואס די ווילידזש טוט איז נישט גוט, אבער אין וויליאמסבורג מעגן זיי שטיצן די ערגסטע טשעפערישע אנקלאגעס קעגן די גוים.

האבן זיי געפרעגט א דעת תורה פאר זיי האבן דאס געטאן?
[בילד – נישט אפגעהיט]