נאר מיט דריי וואכן צוריק האבן זיך די אלייענס פירער געשוואוירן, אז די שטעטל דארף נישט צוקומען צו מצילי אש און צו פובליק סעיפטי, און אז די אלע לעבנסוויכטיגע אגענטורן וואס די ווילעדזש עפנט אויף האבן נאר איין ציל, צו רודפ'ן די אלייענס.
נאר דריי וואכן זענען אריבער און די אלייענס איז פלוצלינג געווארן שטארק אנגעוויזן אויף אלע קרית יואלע אגענטורן.
געווען איז עס די צווייטע נאכט יום טוב ביים בלעקאוט, א פאניק האט ארומגענומען חרדים ביהמ"ד אז א קינד איז פארלוירן געווארן, זיי האבן נישט געטראכט קיין סאך און זיך תיכף גענומען צו קאלן הצלה, מצילי אש, פובליק סעיפטי און וועם נישט.
עס איז געווען א נחת צו צוקוקן וויאזוי מצילי אש און פובליק סעיפטי זוכן דאס קינד, און די חרדים פירערס רעדן זיך דורך מיט משה לייב וויטריאל וויאזוי צו זוכן דאס קינד.
געוואלד, משה לייב וויטריאל איז דאך נאר דא אין קרית יואל צו ארעסטירן און רודפן די אלייענס וואוטערס, אבער ווער? וואס? ווען? קיינעם איז עס נישט דארט אנגעגאנגען. זייענדיג אין אן עת צרה האבן זיי אוועקגעלייגט זייערע שנאה געפילן אין א זייט, און געבעטן הילף פון די אלע טריפה'נע ארגאניזאציעס.
די צווייטע טאג יום טוב איז פובליק סעיפטי ווידעראמאל געקומען צו הילף פאר די אלייענס. צוויי ווילדע שיכורע גוים, איינער פון זיי האט געהאלטן אין זיין האנט א לאנגען מעסער, האבן זיך באוויזן אין פראנט פון סאסמאן, און געמאכט א פאניק צווישן די סאסמאניקעס.
עס איז געווען איין נאמבער וואס זיי האבן געקענט, די נאמבער פון פובליק סעיפטי, און זיי האבן עס געקאלט.
פובליק סעיפטי איז געקומען צו פליען פון אלע זייטן און מיט אויסגעשטרעקטע גאנס באפוילן פאר די צוויי שעדליכע גוים זיך אראפצולייגן אויף דער ערד מיט די הענט אין די הייך, און נאכדעם האבן זיי גענוצט פובליק סעיפטי הענדקאפס זיי צו קייטלען.
שטעלט אייך פאר ווען פובליק סעיפטי טאר נישט אפשטעלן קיין גוים און מען דארף ווען ווארטן אויף די סטעיט פאליס.
קוקט אייך אן אלייענס מענטשן, ווי נידעריג איר זענט געפאלן? ווען איר זענט אין אן עת צרה פארגעסט איר אינגאנצן אז דער רבי זכותו יגן עלינו איז געווען להשמיד ולהרוג קעגן פובליק סעיפטי און קעגן אברהם ווידער'ס ווילעדזש, און איר באנוצט אייך מיט די זעלבע אגענטורן קעגן וועלכע דער רבי זי"ע האט מרעיש עולמות געווען כל ימי חייו.
שעמט אייך!