זענען פארגראטעטע מקוואות זיכער?
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1421995
אזוי ווי לעצטנס האלט זיך אין איין פארשפרייטן די אייזערנע גראטעס אויף גרויסע מקוואות, איז מיר אינטרעסאנט צו וויסן אויב זענען אנגענומען געווארן די נויטיגע זיכערהייטס באווארענונגס מיטלען, אז אין פאל עס מאכט זיך אן עמוירדזשענסי זאלן די רעטונגס כוחות קענען שנעל רעספאנסדן.
איך האלט אז די קהילות צוזאמען מיט די חברה הצלות, און פייער דעפארטמענטס זאלן זיך שוין אוועקזעצן און אויסארבעטן אן עמוירדזשענסי רעסאפנד סיסטעם.
1) וואס טוט מען אין פאל פון פייער חלילה, די מקוה איז געפאקט פרייטאג נאכמיטאג, און עס הייבט אן קלינגען דער פייער אלארעם, וויאזוי דערזעט מען זיך ארויס פון מקוה?
2) א גוי איז צוזאמען געפאלן אין מקוה, יעדע רגע שפילט א ראלע, וויאזוי דערזעט די חברה הצלה אריין א בעטל אין מקוה גענוג שנעל, אן פארלירן קריטישע מינוטן.
3) איז דאס לעגאל אויסגעהאלטן, צו פארמאכן אזא גרויסן פובליק פלאץ אן קיין נארמאלע ארויסגאנג.
איך מיין נישט קיינעם צו דערשרעקן, אבער די סיבה פארוואס דער אויבערשטער האט באשאפן דעם חוש פון "שרעק" איז מען זאל עס נוצן זיך צו פארהיטן פון סכנות.
ולא תשים דמים בביתך.
יעדע מקוה האט זייטיגע טירן וואס זענען למעשה פארשפארט.
מען דארף עס טאקע ניצען פאר fire exits
4) נאך א פראגע וואס געשעט אין פאל פון א בלעיקאוט, הייבט דער געיט זיך אן צו דרייען אויף אלע ריכטונגן אדער מען קען נישט אריינגיין?
KJfierman, דו ביסט גוט! לאמיר גיין ווייטער:
און וואס טוט מען אויב "משיח" קומט פלוצלינג, וויאזוי וועט יעדער קענען שנעל לויפן אים מקבל פנים זיין?...
א מקוה "מוז" האבען א פייער עקזיט, דאס הייסט א טיר וואס מען קען אויף מאכען פין אינערווייניג אהן קיין שליסעל.
א מקוה וואס האט דאס נישט, איז עובר ולא תשים דמים בביתיך, פאר איינער פין די סיבות דערמאנט פריער, און פארנאך הונדרעט סיבות.
צודערזאך!
דו מיינסט זיכער צו פרעגן אז משיח קומט פלוצלונג אן און יעדער וויל לויפן אין מקוה פאר מען גייט אים מקבל פנים זיין, און מען טרעפט נישט דעם קארטל???
ווען דערלעבט מען דאס שוין...
איך האב געטראכט א שטיקל טיילווייזע עצה, אז די אלע מקוואות פון די שטאט זאלן האבן איין מעסטער שלאס אויף די געהעריגע טיר, און יעדער הצלה מעמבער זאל האבן דעם שליסל דערצו, דערצו זאל דער שמש, גבאי, ספרים פאקער, אדער להבדיל דער גוי וואס רוימט, אדער סיי ווער עס איז שטענדיג אין בית המדרש זאל האבן ביי זיך דעם מעסטער שליסל על כל צרה שלא תבא זאל ער קענען עפענען די טיר.
פאר א פייער חלילה העלפט עס נישט, אבער פאר הצלה וכדומה איז עס יא א שטיקל עצה.
א שטארקע טענה.
איך בין זיכער איז אין די אידישע מוסודת זענען דא אסאך זאכען וואס איז נישט פארזיכערט פאר פייער.
עס איז צייט דאס מתקן צו זיין פאר מען שעלט די פייערלעשער ווי אין ווילי פסח.
איך האב נישט געטראכט "פונקט דאס", אבער ס'איז אויך גוט אזוי...
פאר א פייער איז דא א פשוטע עצה, אריינצולויפן אינעם בור...
בארא פארקער
איך האב מורא אז די צאהלסט נישט קיין מקוה געלט און די האסט נישט קיין קארטעל ביזטו באזארגט, מן הסתם ווארטסטו יעדען טאג פאראיינעם זיך מיט צוכאפען און מקוה, איך נעם מיט יעדען טאג מיט מיר נאך א איד און מקוה
מייזלס!
איך האלט אז דו ביזסט ביטער גערעכט, עס איז די העכסטע צייט אז אידישע מוסדות און אידישע טאטע מאמע זאלן ערנסט נעמען אין באטראכט וואס עס פעלט זיך אויס צו מאכן זייערע מוסדות און הייזער ווייניגער אויסגעשטעלט צו סכנות.
אוודאי איז אלעס באשערט פון הימל, און וואס עס איז אנגעשריבן אויף א מענטש וועט סייווי געשען, אבער דאך טרעפן מיר אין חז"ל "השטן מקטרג בשעת הסכנה", און אין די תרי"ג מצות געפינט זיך די מ"ע פון "מעקה" און די ל"ת פון ולא תשים דמים בביתך.
דעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות, האבן הונדערטער אידן מער אבאכט געגעבן נישט צו לאזן ברענען דעם געז רענטש פאר 2 טעג. מען האט גענוצט קלענערע פלאמען, מען האט געטוישט צו קראק-פאטס, מיט נאך פארשידענע עצות. אידן האבן אריינגערופן גוים אויסלעשן דעם געז רענטש נאך די סעודה וכדומה, פארוואס זאל מען נישט נוצן דעם שכל פאראויס?
עס איז בכלל נישט קיין "ווערטל" אדער "דזשאוק" און עס קומט נישט אריין צו איינער צאלט מקוה געלט אדער נישט. דאס זענען חיובי תורה, און ווער עס איז בכח צו טאן דערין ליגט אויף אים דער חיוב.
אדרבא קוקט וואס דער רמב"ם פסק'נט אין הלכות רוצח ושמירת הנפש:
כל מכשול שיש בו סכנת נפשות, מצות עשה להסירו ולהישמר ממנו ולהיזהר בדבר יפה יפה, שנאמר "השמר לך ושמור נפשך" (דברים ד,ט). ואם לא הסיר, והניח המכשולות המביאין לידי סכנה, ביטל מצות עשה, ועבר על "לא תשים דמים" (דברים כב,ח).
ו) הרבה דברים אסרו חכמים מפני שיש בהם סכנת נפשות; וכל העובר עליהן ואמר הריני מסכן בעצמי ומה לאחרים עליי בכך, או איני מקפיד על כך מכין אותו מכת מרדות.
פייערמאן
1}אין קר"י אז דא א טיר וואס עמערשענסי פערסענאל קענענן עפענענן מיט א נומבער אין פאל פין א עמערשענסי
2}אין קר"י איז דא דריי דרייעדיגע טירן מיט וואס מען קען ארויסלויפן אין פאל עפעס פאסירט ח"ו, פאר מען האט געמאכט די גראטעס איז נאר געווען איין וועג ארויס. יעצט איז דא דריי
געטמי
אויב ר' משה אהרן שטיינבערג איז צופרידן פון די מקוה סעיפטי, איז עס מסתמא אויסגעהאלטן.
איך רעד בכלליות פון אלע מקוואות אין וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי קרית יואל מאנטריאל פלעטבוש לעקוואוד וכו', וואו ס'איז דא אידן, איך בין שוין געווען אין עטליכע מקוואות וואס איך האב נישט געזען קיין שום אנדערע ארויסגאנג ווי דער דרייער. און דער אויבערשטער זאל אפהיטן אז די הצלה זאל קיינעם נישט דארפן פון דארט ארויסטראגן מיט א סטרעטשער, פון א פייער וויל איך אפילו נישט טראכטן.
אדרבא שרייבט אריין וועלכע מקוה איר נוצט מיט א געיט, און אויב ס'האט די נויטיגע סעיפטי באווארענונגס מיטלען:
1) פאפא וויליאמסבורג.
2) קראלע וויליאמסבורג.
3) סאטמאר קרית יואל
4) סאטמאר בארא פארק
און ווען גייט מען שוין שטעלן "לייוו-גארדס" ביי די מקוה, אזוי ווי ביי די סווימינג-פאולס?...
ק"יפייערלעשער
ביזט שוין לאנג נישט געוועהן אזוי גערעכט
עצתי מען זאל פרעגן דעם מקווה ייד אויב סדא איין עמערדשזענסי עקזיט. טאמער נישט זאל מען מודיע זיין אז מגייט ערגעץ אנדערש.
ווען גענוג מענטשן וועלן דאס פארלאנגען, וועט עס זיין
BTW
די שוהלען אין די בעיסמענטס האבן דעם זעלבן פראבלעם
קרית יואלע מקוה, האט א געהעריגע טיר, מיט א קאוד, וואס אלע עמערדזשענסי פערסאנעל האבן
קראלי מקוה האט א געהעריגע טיר לעבן די דרייעדיגע
פאפא מקוה האט א טיר אין די זייט, די פראגע איז וויפיל מענטשן ווייסן ווי דאס פירט
איך ווייס נישט פארוואס מ'פארפירט אויף די היימישע מקוה'ס,
בשעת ס'יז פארהאן גענוג טרעין סטעישאנס וואס זענען פארשפארט די געהעריגע טירן נאך 9 אזייגער און ס'יז נאר אפן די טוירן סטייל , וואס טוט מען דאמאלט אין פאל פון עמירזענסי?
אוודאי איז KJ פייערמאן גערעכט, און ער מיינט עס דא זייער ערנסט.
(אגב. די אלע עמערזענסי פערסאנעל אין ק"י ווייסן די נומער פון דע שלאס? קאם-אן, דאזנט מעיק סענס!)
איך וואלט מציע גיוועזן, יעדער שמש מוז שטיין דארטן בשעת דער עולם גייט אין מקו', דוגמת הסערוויס מען ביים טרעין סטעישאן.
לפחות, אנפארטרויען די נומער פונעם שלאס פאר אפאר פארטרויליכע פערזאנען.
געשמאקער די שרייבסט {פינקט ווי} ממש געפערליך
(אגב. די אלע עמערזענסי פערסאנעל אין ק"י ווייסן די נומער פון דע שלאס? קאם-אן, דאזנט מעיק סענס!)
זיי מיר מסביר דיין קלאץ קשיא פארוואס די 40 מעמבערס קענענן נישט וויסן די קאוד??!!
איך באגרייף נישט וואס דו ביסט אזוי עמפינדליך צו קרית יוא'?
דאס איז איין חולשה
מיין גלייכע הערה איז געוועזן געריכטעט צו KJ פייערמאן, אויב ביסטו נישט ער, דאן לערן איבער די משנה אין אבות.
אויב ביסטו יא ער, דאן איז אביסל נישט אזוי אננעמבאר אז אזויפיל מענשטן זאלן געדענקן א נומער פון עפעס א טיר, וואס ווערט נאר באנוצט אין פאל פון נויט.
...א איידעלע געשמאקע הערה.
תוקן על ידי - GISHMOKER - 16/06/2005 4:06:20
...א איידעלע געשמאקע הערה.
די פראבלעם איז אז ווען די שרייבסט אינטערן "ניק" פין געפערליך שרייבסטע זייער ווילד אין אוםבאלאנסירט
צירוק צום ענין
ווי משל'סט דיך אויס אז מען האט געמאלדן פאר אלע חברה הצלה אז די קאוד פאר דעם טיר איז למשל 1212 אדער למשל 911911 אדער למשל 10950
דאמלטס איז שוין יא דא א מעגליכקייט אז זיי זאלן עס גענדעקן??
אדער אפילו לי יהא עס וועט זיך מאכן אז איינער וועט פארגעסן ווייסטע אז די הצלה לויפט מיט אזעלכע טי וועי ראדיעס וואס מען קען רעדן איינער צום צווייטען אין עס אנפרעגן??
ווייסט אז אריינציגיין אין עמערשענסי רום פין קאלאמביע האספיטאל פעלט זיך אויס א קאוד! אין דאך קען יעדער מעמבער אריינגיין אומגעשטערט??
אין ק"י, זאגט מיר דער מקוה איד, איז איינגעשטעלט א סאפיסטיקירטן סיסטעם, וואו נאר די פייער דיטעקטארס כאפן אויף סמאוק, דאן אוטומאטיש עפענעןזיך די טירן.
פארשטייט זיך, די מקום פון די ספעציעלע סמאוק דיטעקטערס זיינען פארהוילן, ווייל וואס געשעהט ווען איימיצער דארף גאר נייטיג אין מקוה, און אנשטאט א קארטל, באשלוסט ער צו ניצען א שוועבל...
נראין דברי בדעבד מדברי גטמי
איך האב געפרעגט דעם מקוה איד אין מייל שול אויב ער האט א עצה פאר דעם פראבלעם, האט ער מיר געועויזען א זייטיגע טיר על כל צרה שלא תבוא.
די צרה איז נאר אז ווען איך בין אהין-געגאנגען האב איך געזען אז עס איז פארשלאסען.
טובעין
מיינער האט מיר מרמז געוועהן אז פאר ער וועט מאכן עפעס וועט ער מיר מודיע זיין
געוואלדדדדדדדדדדדדדדדדד
שטייענדיג היינט נאכמיטאג ביי איינע פון די געסלעך אין וויליאמסבורג האב איך באמערקט ווי עס קומט אן א טראק לאוד מיט די געפערליכע סחורה (ראטשע"ס בלע"ז) און מען רישט זיך צו פארשפארן נאך א מקוה רח"ל [איינער פון די אנוועזענדע האט מיר געזאגט אז די אייזערנע גראטעס קומען אים פאר ווי די וואס מ'נוצט פאר די ערגסטע פארברעכער אין רייקער'ס איילענד!!! א פחד א שרעק).
ואני אנה אני בא?
בענעדיקט15.5
ואני אנה אני בא?
מ'פירט אונז אין באהד אריין.
איך האב זיך נאכגעפרעגט, און כ'בין דערגאנגען אז אין קרית יואל איז דער זייטיגער טיר פארשפארט מיט א ספעציעלן מאגנעט, פון וועלכע יעדער הצלה מעמבער און נאך עטליכע מענטשן פארמאגן איינס.
און דאס איז א באזונדערער סאפיסטיקירטער סיסטעם, וואס צייגט פונקטליך ווער עס האט ווען גענוצט דעם מאגנעט.
ביי אינס חסידישע אידן האבן ספעשעל זכותים.
טויזענטער מענטשן ווישן זיך אפ מיט די זעלבע נאסע האנטוך, באדן אין זעלבן בור, און קיינער ווערט נישט קראנק!
ביים טיש אין שול טרינקט מען פון זעלבע קאפ, מען עסט די בילקעס און הערינג שבת וואס ליגט שוין פון דינסטאג מיט די מייז.... פיש וואס א בעל שמחה האט אראפגעלייגט נעכטן נאכט; קיינער ווערט אבער נישט קראנק!
די טירן ביים מקוה איז טאקע א חוצפה. זאל זיך אבער דערוואגן א פאליס צו זאגן עפעס.... ער וועט ווערן א שרעקליכער אנטעסעמיט!