קרית יואל'ער אידן האבן בייגעוואוינט גאר א הערליכער יום טוב דעם פארגאנגענעם שבועות, ווען אן קיין שום פאמפע איז א ריזן עולם געסט געקומען מיטהאלטן דעם יום טוב בצילא דמהימנותא.
עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא גרויסער עולם אין קרית יואל, זייט מען האט ליידער מער נישט די זכי' צו האבן רביה"ק שליט"א אויף שבועות אין קרית יואל, עס איז ארויסגעקומען א ריזן עולם פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און אויך פון אויסלאנד, מיטצוהאלטן דעם יום טוב צוזאמען מיט'ן רב.
די ערשטע טאג יום טוב נאכמיטאג איז געווען א בלעקאוט אין האלב פון שטעטל, און אויך אין גרויסן בית המדרש, אבער פונקט ווי ביי חסידי סאטמאר פון אלע יארן האט עס גארנישט עפעקטעד די הערליכע טיש. ביי א האלב באלאכטענעם בית המדרש וואס האט נישט פארמאגט קיין שום עיר קאנדישאן איז דער עולם געשטאנען צושטופט און צוקוועטשט, אויסהערנדיג די הייליגע דיבורים פון רב שליט"א, און דערנאך די זעלבע ביים טאנצן נעשה ונשמע אמרו כאחד.
עס איז געווען ריכטיג א הדרה דלא אפשר למפרט בשפותא, א שיינקייט וואס מען קען נישט דעסקרייבן מיט'ן מויל.
מוצאי יום טוב איז פארגעקומען א הערליכע געזעגענונגס טיש, וואו עס איז געווען דער קלימאקס פונעם גאנצן יום טוב, דאס בית המדרש איז געווען שווארץ מיט פארענטשעס אויף אלע זייטן, דאס בית המדרש האט מיטגעטאנצן מיט'ן עולם ווען מען האט געטאנצן והאר עינינו א.א.וו.
נאכדעם איז געקומען א שטיקל דיסעפאינטמענט, ווען דער רב שליט"א האט ווי זיין שטייגער נישט געוואלט לאזן דורכפירן א באגלייטן, און ער איז תיכף נאכ'ן דאווענען אהיימגעפארן צו זיין הויז און אריין אין שטוב, נאכ'ן וואונטשן גוט יום טוב פאר אלע וואס האבן זיך געשטופט צו זאגן גוט יום טוב פאר'ן רב שליט"א.
דאס האט אבער נישט אפגעהאלטן די טויזנטער און טויזנטער חסידים וואס זענען געבליבן טאנצן אין גאס פאר איבער א שעה, מיט גרויס דערהויבנקייט און שמחה.
דערנאך איז מען זיך צוגאנגען מיט א שטארקע צופרידנהייט און מיט האפענונג אז מען האט געפועלט די גאולה שלימה.
ווער ס'האט מער פרטים פונעם געהויבענעם יום טוב זאל ביטע שרייבן.