היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » זאלי פאשקעוויל קעגן ר' חיים הערש מייזליש

זאלי פאשקעוויל קעגן ר' חיים הערש מייזליש

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1417030

טקסטשלךכאן » 12/6/2005 10:02

צו אלע איינוואינער אין קרית יואל איז אןגעקומען א פאשקוויל קעגן ר' חיים הערש מייזליש מבני ברק, אב"ד סאטמאר-אלעד.

איינער ווייסט פארוואסס ס באדערט יעצט פאר די זאליס ר' חיים הערש מייזליש?

תוקן על ידי - טקסטשלךכאן - 12/06/2005 10:03:09

mechel19 » 12/6/2005 16:24

נעבעך נעבעך, רבי חיים הערש מייזליש שליט"א קריכט זיי נעבעך אויף די געהירן, ער האט איבערגענומען ארץ ישראל בכלל און בני ברק בפרט מיט א שטורם ער איז פון גרעסטע און אנערקענסטע סאטמארע רבנים אין ארץ ישראל, די חברי הבית דין הגדול שבירושלים קומען עם כסדר באזוכן, ווי ער גייט האט ער כבוד מלכים, בשעת זייער ירושלים'ער חיים הערשעלע איז נעבעך נע ונד, ער שפרייזט כסדר צעווישן בארא פארק און ירושלים, און יעדער איז עם משלח, קיינער דארף עם נישט, ער האט נעבעך גרויסע בזיונות ווי ער גייט, אויסער זעלבסטפארשטעלעך און "דער איד" ווי זיי געבן עם כבוד מלכים און שרייבן אויף עם כסדר שיינע ארטיקלעך כאילו ער איז עפעס א זאך, אבער למעשה דער ארץ ישראל'דיגער עולם ווייסט דאך דעם אמת, און זענעך נעבעך זייער דעמאראלעזירט.

על כן פרובירן זיי מבאיש ריח זיין און דערגיין די יארן פאר הרה"צ רבי חיים הער מייזילש שליט"א, זייער קנאה שנאה איז געוואלדיג, זיי זענען נעבעך שרעקליך אראפ געקלאפט, ווילן זיי זיך מחזק זיין מיט פאשקעווילן.

אבער עס גייט נישט, מענדל דאווידאוויטש דרייט זיך נעבעך אין אמעריקא ווי א אויסגעקלאפטע הושענא, ער האט אפילו נישט ערשיינט ביי זיין אייניקעלס קידוש וואס איז געווען דעם שבת פרשת נשא, ווייל יעדער לאכט פון עם דארט, אלי' כ"ץ, מילא, קיינער האט אויף עם ביז היינט נישט געקיקט אין קיינער רעכנט זיך ווייטער נישט מיט עם, כאטשיג
"דער איד" האט עם לעצטענס געקרוינט אלץ גאב"ד קרית יואל, וואס איז די גרעסטע ליצנות, מען שרייט עם נעבעך נאך גאב"ד'ל און ער רעגט זיך נעבעך, און די עטליכע בני ברק'ער זאליס דרייען זיך נעבעך ארום פארצווייפעלט און רופן משה גארביטש 10 מאל א טאג מיט א וויי געשריי
"העלף אונז" מיר זענען נעבעך אויסגעשפילט, ע"כ האבן זיי באשלאסן ארום צו שיקן א פאשקעוויל אין אמעריקא אויף הרה"צ רבי חיים הערש מייזליש שליט"א און אויף די חשובע עסקנים וואס העלפן דארט צו צו די געוואלדיגע הצלחה פון די מוסדות הקדושים, דאס אלעס איז נאר כדי צו בארוהיגן די נערוון פון די בי ברק'ער זאליס... אבער עס העלפט זיי א גרויסער קדחת...

יושר101 » 12/6/2005 16:28


יא ליידער איז יעדעס ווארט אמת
למעשה ווי עס איז דא א מייזילש
ליידט מען פון איהם
אנגעהויבען און איהעל נאך מיט 75 -85 יאהר צוריק
ספעציעל פון די ברודערליך
חיים הערש פון בני ברק
מרדכי אהרן און וואלאבאט
זלמן לייב און בארא פארק

mechel19 » 12/6/2005 16:34

הער מיך אויס, פון 85-80 יאר צוריק געדענק איך נישט ווייל איך בין נאך דעמאלטץ געווען זייער קליין, אבער פון תשס"ה ווייס איך און זע ב"ה זייער גיט, רבי מרדכי אהרן שליט"א האט ב"ה א שיין בית המדרש אויף וואלאבאט סטריט, רבי זלמן לייב מייזליש שליט"א האט געהאט א ריזיגן עולם דעם שבת ביים דאווענען, אן ווידער די הצלחה פון רבי חיים הערש שליט"א אין בני ברק איז דאך ידוע ומפורסם לכל.

תוקן על ידי - MECHEL19 - 12/06/2005 16:35:34

צודערזאך » 12/6/2005 17:15

יושר, אזויפיל קען איך דיר זאגן:

אויב די "אהבה מסותרת'ניקעס" האבן געזעהן פאר וויכטיג צו שיקן פאר מיר אין מאנסי!!! אזא פאשקעוויל, דעמאלטס:
מאכט הרב חיים הערש שליט"א מיט זיי "א גוטע דזשאב!!"

קרית_יואל » 12/6/2005 18:23

ס'איז נעבעך געווען א דורכגעפאלענעם טריק מצד די אהרונים צו שאפן מאמענטום צו זייער מסיבה אין וומס"ב פאר די בני ברק'ער מוסדות.
אבער דער בריוועל איז "ליידער" אנגעקומען ערשט א טאג נאכ'ן דינער.
יעדער נארמאלער מענטש האט תיכף געכאפט דעם טריק וויסנדיג אז די זאלונים וועלן נישט געבן קיין אומזיסטע אדווערטייזמענטס פאר די אהרונים פאר זייער דינער.

זאליweaky » 12/6/2005 19:02

אלזא, יעצט וועסטו שוין מודה זיין אז די פאשקעווילן אקעגן מרדכי שטויבער פון צוויי יאר צוריק, איז באצאלט געווארן פון דעם קאמפיין קאסע ???

יענקעלע11 » 12/6/2005 19:27

קרית_יואל
אזוי, מאמענטום האבן מיר געדארפט, וויפיל נאך מאמענטום דארפן מיר, ווי ואלטן מיר געלייגט נאך א עולם מיט דעם נייעם מאמענטום?, הער מיך צו, מיר דארפן נישט שיקן קיין פאשקעווילן צו קריגן מאמענטום, מיר האבן שוין באקומען גענוג מאמענטום מיט ענקער ארויס ווארפן דעם רב שליט"א פון זיין טאטענס וואנונג, מיר האבן נישט געהאט קין פלאץ ווי צו פלאצירן די טויזענטער אידן וואס זענען געקומען זיך צו סאלידאליזירן מיטן רב שליט"א, מיר האבן מאמענטום די והותר, די פאשקעווילן איז ווארשיינדליך ווי ר' מיכעלע שרייבט נאר א בארוהיגאנגס פיל פאר די ארץ ישראלדיגע זאלונים וואס זענען זייער דערביטערט.

געווינער » 12/6/2005 19:57

קריתיואל עקספלעין דיך בעסער, כדי צו שאפן מאמענטום אין ווילאמסבורג שיקן זיי פאשקווילען קיין קרית יואל אין מאנסי?..

מיין שוואכע קאפ פארנעמט נישט אזא קאמפליצירטן גאונות

d1d2d3d4 » 12/6/2005 21:31

רבותי דער תירוץ איז אזו

בני ברק דער מנהל איז געווען ביים דינער און אהיים געברענגט געלט און באצאלט אפילו דעם חודש משא"כ

ירושלים איז געווען א דינער אין דער סגן מנהל וולארשטיין
איז געווען אין אנשטאט צו באצאלן האט מען יעצט אויף יו"ט ארויס געברענגט נאך מענטשען דעם מנהל רז"ב דער ח"ה יוזעף
און באצאלט האט מען נאך גארנישט דאס הייסט מען איז נאך שולדיג 4 חדשים פרעג איך אייך דארף מען נישט וויינען שרייען שעלטן שימפן
ובנוסף אז די ארונים און י"ם זענען געווען און דע נייעס
מיט ר' יצחק רז"ב
און די זאליס קענען נאך נישט בויען זייער שיכון וד"ל

קריתיואלער » 12/6/2005 21:45



נישט קיין וואונדער אז זיי שעלטן

קרית_יואל » 15/6/2005 17:36

א פרישער שוטה נעבעכל.
די 2 פרישע שלוחים האבן גארנישט מיט די אקציע פאר די מוסדות. זיי זענען געקומען לטובת דעם נייעם קרי' "קרית יואל" אין ירושלים וואס מען האלט שוין אינמיטן גראבן די יסודות.
דער עיקר אז דו האסט ווייטער געווינען...

d1d2d3d4 » 16/6/2005 06:30

קרית יואל

זענען זיי סתם רשעים א מנהל שולדיג 4 חדשים אין מאכט זיך
נישט וויסנדיג קומט ארויס אויף אנדערע זאכן
דע נייע שיכון האט דאך א עקסטערע וועד סוף ווינטער זענען געקומען צוויי מענטשען ראטה מיט פויגל אין זיי האבן גארנישט ערלעדיגט ?
יסודות געלייגט, סתם א ליגנט א טאג נאך שבועות

sdkl5 » 5/7/2005 02:00

צו ווייסט איינער אויב מ'האט שוין געטיילט געהאלט אין ירושלים

jhhoruyr » 5/7/2005 02:35

די תירוץ איז ניין
די מלמדים ס'טראשן צו מאכן א סטרייק נאך דעם וואס ס'איז שוין אריבער 5 חדשים און מ'האט זיי נאך נישט באצאלט.

תוקן על ידי - davka - 05/07/2005 2:46:28

קרית_יואל » 5/7/2005 02:43

אפשר די מלמדים אין רחוב יונה...