היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » איז גוט ארויף צו דרייען די בארד?

איז גוט ארויף צו דרייען די בארד?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1414377

gishmoker » 10/6/2005 07:08

מיין קליין רויט בערדל האט זיך לעצטענס ווילד צעוואקסן,

איך הער פון חברים מען זאל נישט ארויפדרייען ווייל דאן וואקסט עס לענגער.

אנדערע זאגן אז מ'מוז מוז מען.

אדער אפשר זאל איך מיר לאזן א סאטמאר בארד, א באבובע בארד, א בריסקע בארד, א חב"ד בארד, אדער א היימישע בארד?

וואס האלט איר?



תוקן על ידי - gishmoker - 10/06/2005 7:21:44

דיפלאמאט » 10/6/2005 14:51

עס איז גוט ארויפצודרייען דעם בארד, אויב ס'שטערט דיר אז ס'וועט זיך לענגעווען, און פארדרילעט ווערן.

און וואס וועט פאסירן אויב עס וועט ווערן נאך לענגער? וועט מען עס נאך מער ארונטעררוקן אונטערן גאמבע.

אייןסאטמאר » 10/6/2005 18:18

איך ווייס נישט אויב עס איז גיט, אבער "געשמאקער" איז עס זיכער

shia550 » 10/6/2005 19:14

אויב די האסט א חשד אז אויב דיין בארד וועט ווערן צו לאנג וועסטו עס צושניידען, דריי עס אריין תכף ומיד.

דיפלאמאט » 16/6/2005 01:52

וואס איז געבליבן מיטן בארדע?
שיק אריין א בילד...

Baachi » 17/6/2005 07:20

גישמאקער

אין הברכה מצויה אלא בדבר הסמוי מן העין