היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » דייטש פון פארווערטס איז דזשאוק אף טאון

דייטש פון פארווערטס איז דזשאוק אף טאון

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1414353

קריתיואלער » 10/6/2005 03:57

משה לייב דייטש, דער שרייבער פון פארווערטס, איז די געלעכטער פון די גאנצע שטאט מיט זיין פרישן באמבע ארטיקל, וואו ער ברענגט ארויס אז די פארלאפענע וואלן איז געווען א מעידזשאר געווינס פאר זאלי, ווייל אלע מענטשן וואס האבן געשטימט קעגן אברהם ווידער און אויך אלע וואס זענען געבליבן אינדערהיים האבן געשטימט קעגן דעם רב.

דאס קומט נאכדעם וואס ער האט געשריבן אן ארטיקל פאר די וואלן אז די וואלן האבן גארנישט מיט די רבנות. עס איז נאר אויף אישוס...

א וואונדער אז זיינע קינדער שעמען זיך צו שטיין נעבן אים אין גאס...


[בילד – נישט אפגעהיט]

getme » 10/6/2005 04:15

נעבעך,יעדע צוויי יאר די זעלבע טרייסט,

ווער ווייסט ווי לאנג ער וועט זיך נאך מיזן אזוי טרייסטן!

גוטזאגער » 10/6/2005 04:16

הרב דייטש !!!!

מעיאר ווידער דארף זיין לויט דיר א גוי און יעדן סערווירן, אפשר זאל די אלייענס אפיציעל אויפגעבן, אזוי ווי יעדער גוי'אישער דורכגעפאלענער קאנדידאט, אפשר זאל באנדא זיך אויפשטעלן און זאגן פאר זיינע שטיצער אז ווידער איז מעיאר פאר פיר יאר, און יעדער זאל עם שטיצן ביז די קומענדיגע פיר יאר, ווען ס'וועט זיין פרישע עלעקשאן'ס ????.




תוקן על ידי - גוטזאגער - 10/06/2005 4:16:50

זשוליאני08 » 10/6/2005 06:56

מר. דייטש צוויי זאכן:

ערשטנס, די פעדעראלע ווירטשאפט אין וואשינגטאן איז אויך א גויאישע ממשלה און פונדעסטוועגן קען קיינער נישט ווערן א פעדעראלער ריכטער, חוץ אויב ער איז א פארברענטער בוש שטיצער. ווער ס'האט א פראבלעם מיט די "דיסקרימינאציע" קען שרייבן אן עדיטאריעל, אבער דער פאקט בלייבט די זעלבע און וועט זיך נישט טוישן.

די דעמאקראטן אין וואשינגטאן זענען אויך אן אפאזיציע, אבער פונדעסטוועגן האבן זיי נישט קיין קאנטראל אויף גארנישט. זיי זענען א חוזק און א גרויסער דזשאוק. די רעפובליקאנער קאנגרעס מעמבערס טראגן אהיים מעלאנעס פאר זייערע דיסטריקטס אבער די דעמאקראטישע קאנגרעס מעמבערס באקומען א גרויסע שטויס.

צווייטנס, יודי גאלדבערגער איז נישט קיין ווילידזש גאווערמענט, יאנקי סופר איז נישט קיין ווילידזש גאווערמענט, קהל יטב לב איז נישט קיין ווילידזש גאווערמענט און אלע אנדערע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס וואס שטעלן צו און גייען אי"ה צושטעלן סערוויסעס די קומענדיגע פיר יאר זענען אויך נישט קיין ווילידזש גאווערמענט.

און פאר איך פארגעס מר. דייטש. פארוואס נוצטו אזעלכע מיסטעריעזע ווערטער "מאחורי הפרגוד"? פארוואס קענסטו נישט זאגן קלאר: איך האב עס געליינט אויפ'ן אינטערנעט!

זשוליאני08 » 10/6/2005 16:36

געשמאק האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אין תיבה אישית אז די דעמאקראטן אין וואשינגטאן זענען כאטש א מינאריטי אין די גאווערמענט (און פונדעסטוועגן האבן זיי נישט קיין שום פאוער)

די אלייענס אין מאנרא איז אבער נישט קיין שום מינאריטי. עס איז נישטא קיין איין איינציגער אלייענס מענטש אין ווילידזש האל.

דאס מיינט אז מען דארף אפילו נישט צוקומען צו די נוקלעאר אפשאן צו פארמאכן זייער פיסק... זיי קענען עס אפילו נישט עפענען...

קרית_יואל » 10/6/2005 19:28

אבי די אהרונים לאכן שוין נאכ'ן ארומגיין מיט א פארביטערטקייט א גאנצע וואך...

שדים_טאנץ » 10/6/2005 22:11

ס'איז נישט אזוי ווייט אז די אהרונים לאכן ווי די אלייענס וויינען.

עס איז אריבער א וואך און זיי כאפן זיך אז אברהם ווידער איז נאך אלץ מעיאר און גדלי' סעגעדין איז נאך אלץ קלערק, און זיי ווערן נאך אלץ געפירט דורך דעם שטאקיגן בהמה פנחס יאקאבאוויטש, און נישט דורך דעם ציוני באנדא.

קרית_יואל » 10/6/2005 22:51

דערווייל זע איך ווי אהרן טייטלבוים מיט זיינע קעלבעלעך וויינען...
און איך האב פאר דיר גוטע (אדער גאר שלעכטע פאר "דיר") נייעס: עס גייט נאך זיין הויך יו"ט מיט די פארלאפענע וואלן.
מער פרטים וועט נאכפאלגן גאנץ בקרוב.
(קענסט אריינטייטשן אין מיינע ווערטער וואס דו ווילסט, אבער עס וועט דיר גארנישט העלפן! חווען עס וועט זיין רייף די צייט דערצו וועל איך עס דא פאוסטן).
און א גוט שבת!

געווינער » 11/6/2005 00:16

כא כא כא

דעם פזמון האט מען שוין נעבעך געהערט פון די אלייענס פיר יאר צוריק.

טרייסט דיך מיט חלשות וואס דיין פנחס'ל פירט דיך נעבעך ארום.

גוט שבת !!!

תוקן על ידי - געווינער - 11/06/2005 0:17:27

KJAlliance » 11/6/2005 00:42

איך האף אז די פארשטייסט דער באוויסן "מסורה"

וימסרו בני ישראל, גייט אויף צוויי וועגן

יא, מיר ווייסן, אז איר האט 'נאכאמאל' גע'מסר'ט פאר דיסריקט אטוירני די מכלומרש פאלשע וואוטס

אבער, מיר האבן דאס געוויסן פון פאראויס, און פארדעם, אויב גייט מען קלאגן די אהרונים, וועמען איר האט אפגעמאכט אז זיי וואוינען נישט דא, וועלן מיר "צוריק" מסרן - דאס איז שוין יא מותר על פי שולחן ערוך, סימן שפ"ח סעיף ט' ואם מסרו מותר למסרו, און שליח של אדם כמותו, היכן שנעשה המעשה, עיין נודע ביהודה - הבחור החשוב פערענץ, הבחור החשוב מארגענשטערן, משה מאנראוער, חיים יוסף נידערמאן - וואס הגם ער וואינט דא, אבער לעגאל מעג מען נאר וואוטען ווי מען האט זיך רעגיסטריט צו לעצט, און היות ער האט געוואוט דעם לעצטן נאוועמבער אין וויליאמסבורג האט ער נישט לעגאל געמעגט וואוטען דא - די צווייי בחורים ווייס, וואס וואוינען "נישט לעגאל" אין די פראדזשעקט, אויף דעם באבנ'ס נאמען, וואס זי וואוינט, אין איר איידעם דירה דא אין קרית יואל, און ער אין אין דירה, און די צוויי בחורים, האבן זיך פאלש רעגיסטרירט, און אונטערגעשריבן די טשאלענדזש צעטל - וואס הגם זיי האבן נישט געוואוט, ווייל די 'אינספעקטארס האבן אזוי פארשטאנען, אבער יד צעטל האבן זיי אונטערגעשריבן אונטער א שבועה -

און די ליסט גייט ווייטער און ווייטער

און נאכמער "אפיציעל" צו האבן א 'פאלשע' טשאלענדזש ליסט, איז דיסקרימינאטאריש, און עס איז שוין דא א קאפי פון די ליסט, ווי "צענדליגער" אידן וואס וואוינען שוין לאנגע יארן אין קרית יואל, זענען געטשאלעדזש דארט, פאר איין סיבה, ווייל פיני ווייסט פאר וועם זיי גייען שטימען

ווי למשל איין פאל, וואס די לויער פון ווילידזש האט צוגעזעהן, ווען מען האט אים געוויזן א נאמען פון א איינוואוינער אין קרית יואל פאר בערך 15 יאר, און אין זייער טשאלענדזש בוק איז געשטאנען אז ער וואוינט אין וויליאמסבורג, ווען דעם אינגערמאן, האט קיינמאל נישט געוואוינט דארט,

אבער די מעשה גייט ווייטער, פונקט אין יענע צייט, האט זיך דער אלייענס פאול וואטשער'ס געטוישט מיט א צווייטן, וואס איז 'פונקט' דעם אויבנדערמאנטן'ס פעטער, און פונקט איז דער אויבנדערמאנטער אנגעקומען שטימען, און זיין פעטער האט אים נישט געוואלט טשאנלענדזשן,

ווען מען האט אים געפרעגט, עס שטייט דאך אין די בוק, האט ער גע'ענטפערט אז ער ווייסט אז זיין נעפיו וואוינט שוין אין קרית יואל 15 יאר, אבער דאס האט אים נישט אפגעהאלטן פון נוצן די טשאלעדזש בוק צו טשאלענדזשן אנדערע, וואס דאס איז א קלארע פארלעצונג, ווייל אויב די גלייבסט נישט דעם בוק, טארסטו נישט טשאלענדזשן

דאס אלעס איז נאר על קצה המזלג, אדרבה, זאלן זיי ווייטער אנגגיין מיט זייערע טראדיציע פון מסירה, רשעות, און מלשינות, און שרייען אז די אהרונים זענען גאר וואס זענען שקצים, ווייל זיי גלייבן נישט אין די אמונה טפילה וואס רופט זיך 'רביצין ע"ה', און דאס גלייכן 'תלמידי רבינו' און נאך

און נאכמער, ווען די אישו איז ווער האט די מערהייט, וועט זיך דאך נאכאמאל ארויסשטעלן אז די רעדע פון אלע 'פאלשע' שטימען, זיכער פאלש, איז קוים א צענדליג, און ממילא מיינט דאס נאכאמאל אז די אהרונים האבן לעגיטים געווינען און קרית יואל רב איז רב אין קרית יואל "אויך" ווייל ער האט שוין געווינען פיר מאל די וואלן

נאר, אז מען פייגערט פאר קנאה, שנאה און רשעות, איז קיין שום פראגע נישט קיין פראגע

יא, פארגעסט נישט צולייגן אז איר גלייבט מכלומר'שט אין "שכר ועונש" נישטא ווער זאל לאכן

אלסווייסער » 11/6/2005 01:42

קעי דזשעי

די ביסט געוואלדיג

בדעבד » 15/6/2005 06:22

הער קריתיואל'ער: נעם ארויס יענעם'ס קינדער פון פיקשטער.

משה לייב דייטש, איז פון די בעסטע - אויב נישט "די" בעסטע -שרייבער צווישן ארטאדאקסישע אידן. ער פארדינט כאטש אזויפיל ,אז זיין ווערק זאל באהאנדעלט ווערן פון א קאנטעקסולע ,און נישט פערזענליכע, שטאנדפונקט.

(אגב: ער האט זיך נישט וואס צו שעמען מיט זיין פאמילע, פון ק"י ביז וומ"ס ביז קאנאדע, קינדער יראים ושלמים, נאט-טא-מענטשען זיין איידעם וועם עס איז צו פארדאנקן דאס ערענסקייט וואס הערשט ביים דאווענען, אונעם פאליש פונעם גרויסן ווייסן שול. דאס זאג איך נאר אלס א קאנטערוואג צו וואס די באשולדיגסט, אבער עס קומט לגמרי נישט אריין, נישט אין מיין אדער דיין פאוסט)

דורכאוס די יארן, האט זיך שוין זיין פעדער איינגעטינקן אין איר טינט, פאר פארשידענע ערליי קאמפעין'ס. קעגן בני יואל, פרא סקול דיסטריקט ועוד ועוד. די טעמע טוישט זיך שטענדיג, דער שרייבער בלייבט דער זעלבער. אלזא נעם זיך נישט צום הארצן ער מיינט עס נישט פערזענליך, ער איז א שרייבער פון פאך אויס.



איך מיז זאגן אז דאסמאל בין איך יא אנטוישט אין דייטש, פון א פראפעסיניאלע קוק ווינקעל.

עס האט קיינער נישט ערווארטעט, פונעם אונטערשטען העלפט בלעטעל אויפן עדיטאריאל פעדזש אינעם "איד", אז עס זאל זיין א No spin zone אבער איך האב יא ארויסגעקוקט פאר חידושים.

דאס אז דער זעלבער אנאליז ווערט איבערגעדריקט צום דריטן מאל, אינדערצייט וואס די געשענישן זינט דאן האבן זיך שוין דראסטיש געטוישט, דאס לאזט שוין איבער א טעם פון זויער מילעך...

איך דארף נישט מסביר זיין אז דער אלטער פשט'ל פון "קהל אינדאסירטע קאנדידאטן" גיבסט נישט אין אונזער פאל, עס איז נישט געווען קיין קהל'ישע גענעראל-פארזאמלונג, קיין קהל'דע דרשות, אפי' די עטליכע אויסגעדראשענע צעטלעך אין ביהמ"ד געהאנגן אין די טאג פון די וואלן, האט זיך גערעדט פון די ווילידזש אויפטוהן, און נישט פון קיין "צוברעכן די הנהגה" "שונאים" וכו'.

אדרבה, די אפאזיציע מעיאר קאנדידאט איז דאסמאל געלויפן אלס אן "'קאנדידאט וואס גייט אין שפאן".

דאס האט זיך אנגעזעהן סיי מיט די קאמופלאזשע צעטלעך אין די פאסט קעסטעל, און בעיקר אין באנדא'ס פערזענליכע "פוש קאלס" וואו אני הקטן האב אליין געהערט וואו ער שווערט זיך אז: 1) ער איז קיינמאל נישט געווען א קעגנער 2) ער – אלס מעיאר- גייט גארנישט טוהן אנעם גוטהייסונג פון ר' אהרן, און זיין ערשטער שריט וועט זיין א זיצונג מיטן רב...

אין ליכט פון די אויבנדערמאנטע נקודות, ציט זיך גרינג א מסקנה, אז אם בארזים נפלו שלהבת, אויב דער סאמע בעסטע שרייבער צווישן די אומאפהענגיגע אידונטום, בלייבט נאך די וואלן, אן קיין חידושים:




דאס פאר זיך, איז א געוואלדיגע חידוש!

צאנז_קאורט » 15/6/2005 07:03

צעלייגער, קענסט אפשר זאגן וואו עס ווערט דערמאנט דאס ווארט "רב" אדער "רבנות" אין דעם עדיטאריעל פון דער איד?!

איך האב אזוינט נישט געזען!!!

בדעבד » 15/6/2005 07:17

הוא מותיב והוא מפרק.

פיר אויס דיין פאונט.

אלסווייסער » 15/6/2005 07:18

צאנז ::

זיי מוחל פארדריי נישט דעם שמועס:

האט באנדא געמוזט שיקן צעטלעך אז תיכף נאך די וואלן זעצט ער זיך אראפ מיטן רב און די ראשי הקהלה, כדי צו באקומען קנאפע הונדערט אהרונישע שטימען. (דאס איז דער דיפערענץ וואס פריינד און וויינשטאק האבן נישט באקומען, ווייל באנדא האט זיי באשמוצט און זיינע אהרונישע צעטלעך אלס מהרסים וואס פייניגען דעם רב)

יא צו ניין ?????????????

תוקן על ידי - אלסווייסער - 15/06/2005 7:19:30

בדעבד » 15/6/2005 07:24

אהההההההה

צאנס, איך חאפ שוין, דו מיינסט צו זאגן אז דער עדיטאריעל איז יא געווען אנדערש וואו די פריערדיגע, ווייל מ'האט ארויסגענומען די ווארט "רב" "רבנות".

עם איי מיסינג סאמטינג?