היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » טראפיק פראבלעמען מיט קינדער אין קר"י

טראפיק פראבלעמען מיט קינדער אין קר"י

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1412304

getme » 8/6/2005 18:56

איך וויל מען זאל אויסשמיסן די נושא דא וועגן די פראבלעם אז קינדער אין ק"י שפילן זיך בעיקר אויפן גאדער

קר"י אז היינט ציטאגס א גרויסע שטאט מיט קארס אין באסעס אין יעדע ווינקל כמעט יעדע מינוט, אמאל בערך 15 יאר צירוק איז נאך נישט געווען אזויפיל איינוינערס אין שטעטעל עס איז נאך נישט געווען אזויפל קארס אויפן ראוד ווי היינט ,נאך נישט יעדער איינער האט געהאט א קאר ווי היינט ,האט מען זיך געקענט ערלויבן זיך אויפציפירן פינקט ווי אין קאנטרי אז קינדער מעגן זיך שפילן אויפן ראוד

היינט ציטאגס איז קר"י גארנישט בעסער אין די הינזיכט ווי וומסב"ג אין ב"פ בנוגע די ראדוס, עס איז נאך אסאך ערגער ווייל די ראדוס גייען געדרייט, אין אזוי אויך בערג ארויף אין אראפ, אין אזוי אויך קאנסטראקשן טראקס איבראל, אין נישט אלעמעל זעט מען א קינד זיך שפילן

לדעתי האלט איך אז די ווידלעש מיז עפענענן א קאמפיין וואס זאל אנהאלטן א שטיק צייט מיטן אויפקלערן די מאמעס אז קר"י איז שוין נישט ווי אמאל ווען זיי {די מאמעס} זענענן געווען קינדער נאר די מצב איז שוין היבש געטוישט
אין עס איז א סכנה זיך צי שפילען אויפן ראוד פינקט ווי אין די סיטי

יעדע דרייווער ווייסט עס וופיל מאל עס געשענט ניסים,
מען זאל אגאנץ זימער האלטן אינאיין שרייבן דערפין ביז די עלטערן אין די קינדער וועלן עס דערהערן אז א קינד טרעט נישט אראפ פין סיידוואק אן רשות



תוקן על ידי - getme - 08/06/2005 19:07:24

זשוליאני08 » 8/6/2005 19:08

איך וויל וויסן א סיבה פארוואס די קינדער אין קרית יואל ווייסן נישט פון אזא זאך ווי

"פליס קראס מיך"

דער מצב פון טרעפיק אין קרית יואל איז געפערליך. אין וויליאמסבורג איז שוין סאך בעסער ווייל ס'איז דא טרעפיק לייטס, און ס'איז דא ספעציעלע צייטן פאר מענטשן צו קראסן, אבער דא איז דאך נאר דא טרעפיק לייטס נעבן שאפינג סענטער.

אבער אוודאי איז עס אזוי, אז מען איז ביזי מיט שארט קאטס און סעקשאן וואן לעיק, ווערן אזעלכע וויכטיגע אישוס נישט אדרעסירט.

getme » 8/6/2005 19:12

זשוליאני
די סבה איז זייער פשוט,
ווייל מען האט זיי קיינמאל נישט אויגעלערנט,

קר"י איז געווארן ציבסליך גרעסער אין גרעסער אבער מען כאפט זיך נישט אז עס איז שוין היינט א גרויסע שטאט אין קינדער קענען מער נישט זיין בעה"ב אויפן ראוד

מען לעבט נאך ווי 20 יאר צירוק אין די נושא

זשוליאני08 » 8/6/2005 20:05

די פובליק סעיפטי דארף אנפאנגען צו טיילן טיקעטס אין פראנט פון חרדים, אייזיק גליק'ס שוהל א.א.וו. אז נישט וועט בקרוב זיין דארט אפאר מתים.

טאליבאנער » 8/6/2005 20:22

זשוליאני08

הארגע נישט קיין מענטשן!

מ'זעט אז די ביסט א פארביסנע מענטש

אלעס איז ביי דיר פאליטיק

איינער רעדט שוין פין עפעס וויכטיג
אין די טיפיש זעהט שוין מיתים ביי די מתנגדים

שוטה וואס די ביסט!!!

getme » 8/6/2005 20:30

זשוליאני

פארקען איז טאקע אויך א פראבלעם,

אבער עס איז דא א גרעסערע פראבלעם פין דעם דאס וואס כ'האב אויבן געשריבען
אז מאמעס האלטן נישט פאר א פראבלעם אז קינדער שפילן זיך אויפן ראוד

זיי באגרייפן נישט די סכנה

5_גארפיעלד » 9/6/2005 00:22

דזשוליאני!

איך האב נישט געוואוסט אז דו ביזסט אזא פארביסענער ראסיסט!

עס האט ליידער פאסירט א ביטערער אומגליק אין קרית יואל, דאס הארץ פון יעדן איינוואוינער איז אנגעווייטאגט, מען טראכט וואס מען דארף טאן צו פיקסן דעם פראבלעם, און דו זוכסט וואו מען קען פאליטיש בענעפיטירן???

אין אזא אשכול קומט נישט אריין קיין איין ווארט פאליטיק!

די אהרונישע קינדער זענען עפעס מער אדער ווייניגער פארזיכערט פון עקסידענטס חלילה???

וויאזוי קענסטו שרייבן אויף אידישע קינדער נישט פון דיין קרייז אז דו ווינטש זיי חלילה מתים?

ה' ישמרינו ויצילנו מכל רעה.

זשוליאני08 » 9/6/2005 07:33

שטעלטס ענק אלע אויפ'ן קאפ.

איך בין אליינס א געליטענער, מיט אן עקסידענט וואס איך בין געווען אינוואלווד, אין פראנט פון אייזיק גליק'ס שוהל.

און ס'איז שוין כמה וכמה פעמים ארויסגעברענגט געווארן דא אויף היידפארק, אז ביי די אהרונישע שוהלן איז דא פארקינג בהרחבה און מענטשן פארקן נישט ווי חיות אויף ביידע זייטן פון ראוד (אסאך מאל פארקן מענטשן דאבל אויף אזעלכע פלעצער, ממש משוגע).

13Hooper » 11/6/2005 02:27

GETME אין דזוליאני האבען בכלל נישט געמיינט פאליטיק נאר טובת הכלל
וקבל האמת ממי שאמרו