היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » די גרעסטע חסידות'ן

די גרעסטע חסידות'ן

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1409544
בלאט: 1 2

SIM89 » 6/6/2005 17:37

ווער זענען היינט צו טאג די גרעסטע חסידישע קהילות?
זי גרעסטע איז זיכער סאטמער, אפילו נאך דעם אז ס'איז דא צוויי סאטמער נאך אלס איז סאטמער ר' אהרנ'ס איז די גרעסטע חסידות אויפן וועלד, רין אויך ר' זלמן חסידות\קהילה איז נישט קליין.
וואס איז די סדר נאכער?
חב"ד איז נישט גערעכענט, איך מיין נאר די היימישע חסידישע קהילות.
מיין מיינונוג איז:
בעלזא
ויז'ניץ ב"ב
סקווער
צאנז אר"י
ויז'ניץ מאנסי
באבוב 48
תולדות אהרן
באבוב 45
בויאן
סטאלין קארלין
דושינסקיא
סלונים (סלנט)
תולדות אברהם יצחק
סערעט ויזניץ
אין שפעטער קימען אסאך קלענערע ווי צב"ש, מונקאטש, נדבורנא אר"י, פאפא וכו'

זומזום123 » 6/6/2005 17:46

הבדיחה הכי טובה ששמעתי בשם ר' יענקל מילר שבעוד 10 שנים יילך לטייל ילד בן 10 עם אביו ברחובות מנהטן ע"י בניני התאומים לשעבר, ואביו יספר לו שלפני כמה שנים בניני התאומים היו 2 וסאטמר ובאבוב היו פעם 1

מה משנה מי יותר גדול ומי יותר קטן

כולם עומדים לחלוקה למחצה לשליש ולרביע

סאטמר יכול להרשות לעצמם לחלוקה ל100

זה טוב להם וטוב לעולם

איגריקע » 6/6/2005 17:57

SIM די עפענסט אזא איניסענט אשכול, דו ווילסט פשוט דורכשמעוסן פאקטן און מיינונגען מיט א רואיגקייט.

כל הכבוד.

איך וויל דיר אבער ווארענען, ערווארט נישט אז דער אשכול זאל נישט פארוואנדעלט ווערן אין א "שלאכט פעלד".

שוין האסטו דיך פארטשעפעט מיט אפאר חסידותן.

ראשית, ר' זלמן לייב'ס חסידים, זיי קענען נישט אקצעפטירן אזא מין מושג אז ר' אהרן איז די גרעסטע חסידות, כאטשיג איך בין מודה צו דיר.

שנית, וואס טוט זיך מיט פאפא, טאהש, צאנז אמעריקע, דו מיינסט זיי וועלן זיצן מיט צאמגעלייגטע הענט?

ראו הזהרתיך!!!

זומזום123 » 6/6/2005 18:27

כבן אדם מן השורה שאין לי אינטרסים להסתיר עובדה קיימת

למה לי לשקר לי ולבני ןלבני בני שהכל נמדד אחד על אחד

בואו ונספר לבנינו שפעם היו רק ראשי חסידות צאנז למשל

היה אחד והיום הם נמדד עד אין ספור

וכן ראפשיץ, וכן כל מיסדי החסידות לדורותיהם

והיום הם לעשרות ומאות לכל גזע וגזע, עד שאין אנו יודעים כבר מי בא ממי ומתייחס אחרי מי

אחים ודודים ובני דודים אינם מדברים ואינם מתייחסים

למה לחיות בשקר הבה ונספר ונעשה תרשים עם מפה מי מהחסידויות של היום מתייחס אחרי מי

SIM89 » 6/6/2005 18:32

איזה רבי היום מתייחס לגזע רופשיץ?
האם כונתך לבאבוב? אני חושב שבמקור זה ממשיך את צאנז ולא את ראפשיץ, יש אמנם מזיגה של צאנז וראפשיץ אבל הם אינם מתיימרים להמשיך את ראםשיץ שנמשך ע"י דזיקוב, ראזוואדאוו, סטעטשין שעברו מן העולם לצערנו.

נכון בקליינע יש עוד כמו קלויזהבורג ארה"ב, טאש, סלאנים ב"ב, לעלוב וכו'

tzvibp28 » 6/6/2005 18:35

SIM
חב"ד לא היימישער? אף אחד לא?
מה עם גער? גם לא היימיש?

זומזום123 » 6/6/2005 18:36

את כל השמות האלו היו צריכים להכניס למיקסר (בלענדער)

ושייצא איזה שם חדש עם מושג חדש

וחבל לבזבז שמות ישנים ופיצול כ"כ גדול

SIM89 » 6/6/2005 18:39

חב"ד לא היימיש!!!!!!!!!!!!!!!
גער נשכח ממני בראש הרשימה, אחרי סאטמער ר' אהרנ'ס, לפני בעלז בגדול.
וטעות לעולם חוזר.

meshug » 6/6/2005 18:57

לדעתי לויזניץ יותר חסידים מבעלז,

gishmoker » 6/6/2005 19:17

די דאזיגע SHMOOZE דערמאנט דאס פאלגענדע:

יענקל זאגט פאר זיין חבר מאיר: אקעי איך גיי יעצט דאווענען אין סאטמער,
מאיר, אין וועלכע סאטמער
יענקל, נעבן וויזניץ
מאיר, וועלכע וויזניץ
יענקל, נעבן פאפא
מאיר, וועלכע פאפא
יענקל, נעבן ספינקא
מאיר, וועלכע ספינקא
יענקל, נעבן באבוב
מאיר, וועלכע באבוב
יענקל, נעבן בעלזא
מאיר, וועלכע בעלזא
יענקל, נעבן קלויזנבורג
מאיר, וועלכע קלויזנבורג
יענקל, .....


ווער ס'ווייסט די המשך זאל ממשיך זיין

SIM89 » 6/6/2005 19:19

קשה מאוד לדעת דברים ברורים בזה, תמיד הנידון הזה בין ויזניץ לבעלז אינו מוכרע, אני חושב שהמודד האמיתי זה בשבועות, ובבעלזא יש יותר עולם בשבועות מאשר בויזניץ, לא בהרבה אבל יותר.

SIM89 » 6/6/2005 19:24

די המשך פון דעם איז "נעבן פאניבעז'",
סאיז שוין געקומען צו דארט אויך.

Baachi » 6/6/2005 20:20

SIM

שני קשיות האב איך אויף דיר

1)פארוואס האסטו אויסגעלאזט ליובאוויטש?

האסט געמאכט א חנחה זיי זענען נישט היימיש.

וואס מיינט ביי דיר היימיש?

רעדן יידיש מיט איין אונגערישען אקצענט?
גייען א שטריימל ואביזרייהו?
פאות? ושאר סימנים חיצונים

אדער
צו לערנען ספרי חסידות?
טוהן ווי דער בע"ש האט אויגעלערנט
התקשרות צו א רבין
מוסר נפש זיין מפיץ זיין דעם דרך בעל שם.
ושאר ענינים שברוח.

ואת"ל אז סאיז דא אזאך ווי היימיש.
איז דאס א מודד פאר חסידות?

מיילא ווען דו שרייבסט האסט א פראבלעם צו ציילען וועגן בעלי תשובה הנספחים עליהם. וואלט איך נאך אפשר פארשטאנען.

די צווייטע קשיא איז

ועוד קשה ביותר?
לו יהא כדבריך.
סהאט דיך געארט אריין צו רעכענען נאך א שורה פאר ליבאוויטש?
האסט נישט גענוג BANDWIDTH?

אין נישט מצער זיין אזוי פיל גולשים דא וואס זענען מקושר צו ליבאוויטש?

המצפה לתשובה

באטשי

gishmoker » 6/6/2005 20:39

דו ווילסט פארלייקענען אז ליובאוויטש איז אינגאנצן פארגוי'שט ?

דו ווייסט אליין דדאס איז געווען די בליענסטע חסידות אינדערהיים נאר דא אין אמעריקע איז דאס אנטערגעגאנגן.

ולהוסיף נופח, וואלסטו אנגערופן די מאדערנע היימיש, דו ווייבער נאקעט און די קינדער אויסגעטון?

אמת, אין ליבאוויטש איז דא די עלטערע גאר גאר געשמאקע רעכטע חסידישע אידן אנחת מיט זיי א פארבריינג, זיי וויינען טאקע אויף די היינטיגע, יע יע אמאל זענין גיווען צייטין!!

און א חלק שגרם לכך איז טאקע די מאסן בעלי תשובה וואס ווייסן איין זאך די רעבי איז משיח, וואס משיח איז ווייסן זיי נישטאמאל..


Baachi » 6/6/2005 20:47

גישמאקער

דו ביזט אמאהל געוועהן אין קרוינהייטס?
דו האסט געזעהן ווי ערליך און פשוט זיי וואינען דארט?

איך האב מורא אז די נאקעטע ווייבער זענען אין דיין קאפ!

gishmoker » 6/6/2005 20:56

אויב ביי מיר איז עס אין קאפ, איז עס ביי דיר ערגעץ אנדערש!

שמא יחפה על בת אחותו.

דאס וואוינען פשוט קומט ווייל די קאפ ליגט אין אנדערע זאכן וד"ל.

אלנפאלס, דיין 2 קשיא'ס מיין איך איז שוין פארענטפערט.



tzvibp28 » 6/6/2005 21:03

Baachi
Thank you for trying
מיט די סאקמורים איז נישט דא וואס רעדן, אבער פון SIM89 האב איך ערווארטעט עפעס מער
I GUESS I WAS WRONG

Baachi » 6/6/2005 21:05

גישמאקער

דאס הייסט גענטפערט גראד צו דער זאך!

איך ווייס נאר נישט וועלכע זאך.

בעצם האב איך דאס געפרעגט פון SIM נישט פון דיר,

לויט ווי איך בין משער, (פאררעכט מיך אויב איך בין נישט גערעכט!)ווען דו רעכנסט אויס די רשימה, וואלט עס געוועהן אסאך א קורצערע.



תוקן על ידי - baachi - 06/06/2005 21:14:36

yohcee718 » 6/6/2005 21:34

באטשי

דאס מאהל בין איך אביסל חולק אויף דיר

'היימיש' איז א ווארט וואס בכלל איז זייער שווער איבער צו טייטשן אויף אנ אנדערע שפראך

האסטו באמערקט אז אין ענגליש שרייבען די סוחרים 'HOME STYLE' אויף ראגעלעך איז דען HOME STYLE א גוטער אפטייטש פון היימיש??

פאר די גאליציאנאר-אונגארישער-רומענישער עולם. איז לובאוויץ -אפילו אלט לובאוויץ- שווער מגדיר צו זיין אלס היימיש
פאר כמה וכמה סיבות

סוף כל סוף רעדט מען דא בעיקר פון קאלטור א תימן'ער איד קען זיין א ירא ושלם במלא מובן המילה אבער ער איז 100% נישט 'היימיש' WHATEVER THE WORD MEANS
בפרט היינט דער גאנצער הנהגה פון דעם לובאוויטש עולם איז אזוי 'פרעמד' מבחינת הקולטור אז מ'פארשטייט זיך נישט בכלל.

איך האב א פשוט'ע טעסט.

די נשים פון.בעלז וויזניץ סאטמער. באבוב סקווער וכו' וכו' פארשטייען זיך איינע דעם אנדערען אויפען ווינק זאל דאס זיין ביי א פארטי ביי חתונה...

ביי זיי איז 'קרייז' נישט קיין נפקא מינא ווען מ'רעדט פון קינדער, שידוכים, שמחות, לשון הרע, שדכנים וכו' וכו' און פון 1000 אנדערע זאכען וואס מ'רופט אין ענגליש
SHARED LIFE EXPERIENCE ...

אבער ביי די אלע אויבער דערמאנטע קרייזען איז לובאוויץ פארעכענט אלס THE OTHER

ווען מיין ווייב איז געוועהן ביי א חתונה אין קראון הייטס איז געוועהן פאר איהר WEIRD

SHE FELT OUT OF PLACE AS DO MOST HEIMISE PEOPLE


אין מיין בוך איז לובאויץ נישט היימיש

yossiw » 6/6/2005 22:20

"HEIMISE PEOPLE "
אמת איןדיין בוך איז לובאויץ נישט היימיש o.k. ,זיי קוקעט ענדערש,
אובער וואס איז מיט מענטשלכקייט מייט אהבת יידען?

תוקן על ידי - yossiw - 06/06/2005 22:25:28

yohcee718 » 6/6/2005 22:38

אהבת אידען?

צו זאגען אז א בוכארישער איד איז נישט וואס מ'מיינט 'היימיש' איז א סארט שנאה??


you must be out of your mind sir

Baachi » 6/6/2005 22:46

יוסי

1) די שאלה איז געוועהן חסידות'ן נישט ווייבערישע תהלים גרופס.

2) שערד לייף עקפיריענס קומט פון גיעאגראפישע קולטורעלע דיפערענצן, דאס רוב זענען אין ליבאב' רוסישע אין האבן די מאכלים אין לבושים נענטער צו די ליטווישע. ווען די גערער, בויאנער , סטאלינער, וואלטן געוואינט אין א באזונדערע געגנט, וואלטן זיי געוועהן פונקט אזוי פרעמד פאר איין אונגעריש ווייבעריש אויער.

3)ליידער האט דער רשע אויסגעשאכטן רוב בנין ומנין פון מזרח יואראפעישען יודעטום, די אונגערישע גרופע איז געבליבן די גרעסטע, און אויף עולם הזה'דיגע לעבן געבן זיי דעם טאן. וואס פאר א שייכות האט דאס צו חסידות?

4) עס זענען דא גענוג אין נאך "היימישע (SIC)" ליובאוויטשער, דא אין אמעריקע, און איבער די וועלט.

5) לדעתי דער גאנצער ענין "היימיש" איז איין אונגארישע שאוויניסטישע פיקציע, וואס קומט פון דעם אונגארישן פאלק'ס (גויים -יא סדא אזא זאך...) באקאנטע נאטירליכע קליקישקייט - CLANNISHNESS בלע"ז, דער טאטע פון דעם איז: אראגאנץ היונק מאיגנאראנץ.

אפשר קומט עס צונוץ צו קלאסיפיצירן א מיידל פאר א שדכנטע

אבער פאר איין אינטעליגענטען ייד ווי דו?

6)דו אלץ אויסגעשפראכנער אגודיסט, מיט וועמען האסטו מעהר א געמיינזאמער שפראך, הן אין דאווענען, הן אין לערנען, הן אין עסקנות בצ"צ. מיט איין ערנסטן ליבאוויטשער ת"ח (נישט קיין משיחיסט) אדער מיט מנשה פיליפ ודוגמתו, איך רעד נישט פון די מיסיס.

אפילו אין שידוכים אלעס אנדערש זאל זיין גלייך, וועלכן בחור וואלסטו גענומען?

א וומ"ב תלמיד פון ר' אברהם לייטנער וואס איז גרייט צו גיין מיט די PLO דמתקרי "היימישער"

צו א ליובאוויטשער בחור א ת"ח (לאמיר זאגן א וועכטעריסט) וואס זאגט צו ער וועט נישט אוועק פארן אויף שליחות אהן דיין רשות. ( איך רעד נישט פון משיחיסטן)

7) די ליובאוויטשער חסידים זענען א גרופע וואס כלל ישראל איז זיי אסאך שולדיג, זיי גייען יעצט אדורך א שווערע צייט, מעג מען פון זיי אזוי רעדן?

8) סאטמאר וואס שרייט השכם והערב אז זיי זענען זיך פון דיר מתבדל, זיי זענען ביי דיר היימיש! אבער ליבאוויטש וואס יעדער ייד האט ביי זיי א פלאץ, איז נישט ביי דיר היימיש. פארוואס? וויל די נשים רעדן נישט פון שטרומפ/פאנדיאלאס/פאפריקאש/מיאמי ביטש.

BTW איך בין זיכער אז די חשובע פלונית'טע דיינע וואלט גערעט פון חינוך הבנים, אדער פון תפלה בכוונה, פון טוהן חסד, מקרב זיין אידן, ארץ ישראל, אדער אפילו פון א באנגאלא אויפן זומער, וואלט זי געוועהן אין פלעיס.
זי האט אוודאי גערעט פון א שייטל סטייל וכדומה.


די סאטמארער/זאלוני פראפאגאנדע מאשין האט אויף דיר געווירקט!

ווי דער רבי נ"ע פלעגט זאגן

חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם



תוקן על ידי - baachi - 06/06/2005 23:05:52

yohcee718 » 6/6/2005 23:10

באטשי

YOU GOT ME ALL WRONG

שעפסל » 6/6/2005 23:18

באטשי, די זאגסט דאך אזוי גיט, האט דיר איינער דאס שוין געזאגט אמאהל?

יוחי, אויפן גנב'ז קאפ ברענט דאס היטל? באטשי האט גערעט צו יוסי און נישט צו יוחי

tzvibp28 » 6/6/2005 23:21

Yohcee
I understnd very well what you're saying, but the question at the beginning was "who has the biggest ,
oilem", not who has the most Heimishe Vaber so the idea of leaving out Lubavitch was somewhat surprising

טובעין » 6/6/2005 23:24

באצ'י

זיי מיר מסביר פארוואס ווען די ברענגסט א משל פון א חבדסקער וועסטו זאגען נישט קיין מעשיחיסט, און ווען עס קומט צו א סאטמארער וועסטו ברענגען א משל דווקא פון דעם ר' אברהם לייטנער פרא פאלעסטינישער אוהד.

פארוואס זאלסטו נישט רעדן פון א סאטמארער חסיד וואס ארבעט אין 47? א נארמאלער מענטש א מעורב בין הבריות? אדער דער סאטמארער תלמיד חכם וואס מאכט א ספר אויף הלכות רבית?

לדעתי קוקענדיג דא אין דעם פורום זענען רוב סאטמארער חסידים נארמאלע מענשטען נישט קיין ראדיקאלע מיט שנאה צו יעדן באשעפעניש, הגם פארשטייט זיך אז עס איז דא יוצאים מן הכלל, אסאך ווייניגער ווי די וואס די רופסט אין חב"ד מעשיחיסטען.

yohcee718 » 6/6/2005 23:54

באטשי

YOU GOT ME ALL WRONG

מיט כמעט קיין איין ווארט פון וואס דו רעדסט בין איך זיך נישט חולק

די ביסט גערעכט אז דאס ווארט איז נישט קיין 'תורה'דיגע אדער אידאלאגישער, והוא הנקודה שרציתי להבהיר.

און דו האסט עס זייער גוט מפרש געוועהן אז עס איז א ACCIDENT OF CULTURE AND GEOGRAPHY

ומאי החרי האף הגדול הזה?

יא מיט ר' מנשה פיליפ האב איך נישט קיין שום שייכות נאר קולטורעלע....ברוחניות בין איך, און איך מיין דו אויך- מער קשר מיט הרב עובדיה יוסף, הרב שך, הרב קניבסקי הרב אלבז, הרב אלישב וכו' וכו' ווי מיט רב לייטנער אבער מצד קולטור COME ON

ווער עס גייט מיט די PLO איז א רודף אין א מסור אבער ער איז א 'היימישער מסור'!

און פונקט ווי איך זעה כסדר די פרומע תמינ'ער אידען מיט בארד אין פיאות האבען ליעב צו פארברעגען צייט אין אין דעם YEMENITE CANDY STORE מיינט דאס אז זיי און אראבישער OWNERS איז היינו הך מיט זיי??

ניין זיי זענען זרע אברהם אהבו וכלנו בני איש אחד אנחנו
אבער פאר קולטורעלע פארגענוגען גייען זיי פאר
A PIPE SMOKE TO THEM AND I WILL GO FOR CHOLENT ELSWHERE

איך בין מודה אז 'היימיש' איז מצד אידישקייט א פיקטיווער שאוואניזים! גערעכט!

אבער די TERM 'עקזיסטירט' און דאס ווארט ווערט גענוצט אלס אן הגדרה ביים היימישער ציבור FOR GOOD OR FOR BAD ITS THERE

אין אנדערע ווערטער רב אבערלענדער דער חב"ד רב אין בודאפעסט איז א 'היימישער' ווייל ער איז מבטן ומלידה היימיש, רב בוטמאן (moshiach is in the air!) איז ביי מיר נישט 'היימיש'

באטשי

איך בין מדקדק ווען מ'שנארט פאר צדקה אין שוהל מיט די ווערטער "הכנסת כלה פאר א 'היימישער' איד" "אדער קמחא דפסחא פאר א 'היימישער' איד" צו פרעגען וואס מיינט היימיש?

זיי בלייבען אלעמאהל מיט דעם צונג אין דרויסען

איך פרעג
איז אן אגודיסט 'היימיש'?
איז א ליטוואק 'היימיש'
וכו' וכו'

דאס ווארט קריטשעט מיר אויך אין אויער ווען מ'נוצט עס אויס לעניני צדקה, הצלה, בקור חולים הצלת ישראל בכל מקום שהם וכו' וכו' .

אבער ווען איינער פארציילט מיר אז ער האט נעכטען געזעהן א 'היימישער' איד ביי א BASEBALL GAME דו אין איך פארשטייען אז ער רעדט נישט פון א LUBAVICHER און נישט פון א פלעטבוש תלמיד פון ר' חיים ברלין

אין דו ווייסט גאנץ גוט ווען מ'זאגט דיר אז עס איז דא א ישיבה אין אשדוד און אז מ'לערנט דארט בדרך ליטוויש אבער די בחורים זענען אלע 'היימישע'

דו ווייסט גאנץ גוט אז מ'רעדט נישט פון חב"ד בחורים

פאר א היימישער דארף מען דאס נישט מסביר זיין פאר א נישט היימישער איז נישט מעגליך..


jid_613 » 7/6/2005 01:51

באטשי + יוחי =

איך האב געהערט א גוט ווארט בשם דער קלויזענבערגער רבי זי"ע, וואס ער האט געזאגט אין פערענואלד פאר א אונגארישע צובראכענער איד, וואס יענער האט געהאט עפעס א אראפגעקלאפטקייט מחמת זיין אונגערישקייט.

האט ער איהם געזאגט, "אז מ'פארט פון אונגארען קיין גאליציע, איז דא א טאוועל וואס שטייט אויף דעם אויפגעשריבען גאליציע, דער טאוועל איז אבער געשריבען אויף גוי'יש".

ודוק


gishmoker » 7/6/2005 03:07

באטשי

איך וויל דיך נישט נאכאמאל אריינהאקן אינמיטן דיין געשמאקן פארבריינג. אבער איך וויל זיך נאר פארטייטיקן.

דאס ערשטע הגבה מיינער איז געווען כדרך כל האדם, לרעיון בעלמא.
דאס צווייטע איז שוין יא געווען א תירוץ אויף דיין קשי' צו מיר, דוק ותשכח.

אין בכלל וואס האסטו זיך אזוי צושריגן אויף מיר ?

איך האלט דאך אלעמאל ווי דיר,

דו האסט שוין אפילו באקומען פון מיר איינמאל אזוינס ?!

איך בין נאכמאל מדגיש אז ליבאוויטש איז נישט היימיש ווייל זיי זענען פראים, אודאי אידישע קינדער, א טובה א חסד טון פאר זיי בכל הכבוד.

אבער זיי אריינצונעמען אין די הגדרת ההיימישע לא ולא, והראי' קיין וויניץ'ער אדער קלוזנברגר אדער עני היימישע וועט נישט משדך זיין מיט זיי [נאר לעת ההכרח] מען שטייט ווייט פון זיי, כשם שאין מתחתנים במאדערנע וכדו'.

געדענק זיי וועלן דערלעבן משיח'ן איה גלייך ווי די היימישע, אבער ביז דאמאלטס..

קענסט ווייטער קער נעמען פון דיין יוחי מיט סים, ענטשולדיגט פארן איבערהאקן.





chaimson » 7/6/2005 06:25

איך מוז מודה זיין מיט די אלע "היימישע" חסידים און אלע "מבינים" אויף אידן.
ליובאוויטש איז בפירוש אנדערש און זיי טאקע באליינגען נישט אין יענע רשימה, ליובאוויטש איז גאר אנדערש און מען קען זיי נישט פארגלייכן מיט'ן "רשימה". און די אלע "אוהבי" ישראל וואס קענען נישט פארגעסן קיין איין סקונדע וועגען ליובאוויטש אוו אויף יעדן געלגענקייט מוזן זיי דערמאנען ליובאוויטש, צי עס קלעפט צי נישט. איך קען נאר זאגאן eat your self's up

yossiw » 7/6/2005 07:16

היימיש איז טאקע קאלטור- אונגערישען אקצענט שטריימל מייט פאות און ליינגע גטקעס.
אריינצונעמען און ציילען 'פרעמדע' לובוויטש אין רשימה קענן אודער נישט איך וויסט נישט
חסידות'ן איז דאס אוודע נישט.
אעבר נעך 20-30 יער וועט גורנישט בלייבען פון דעם, קוקט וואס טוטזאך אין א"י ביי די אלע "הימישע"
לבושים און שפרעך.

Baachi » 7/6/2005 07:24

יוסי718 (נישט יוחי, ליינטס ענגליש...)

איך האב זיך יעצט געמאכט צייט צו ליינען דיין געשמאקע תגובה.

איך האלט מיך אבער ביי מיינס (...SURPRISE)

די רעדע איז געוועהן "חסידות" נישט טשולענט, שידוכים, אין PIPE SMOKE

פונקט ווי עס איז פארהאן א וויליאמסבורגער סטייל דרעיפס אדער לעידיס דאסטערס, אין ס'דא א בריסקער חקירה, און א פוילישע סברא.

אזוי אויך איז נישטא קיין בריסקער דאסטערס אדער ראפאגאש קוליטש און קיין נאהווארדוקער דרעיפס

פונקט אזוי ווי סאיז דא א היימישער קאקאש קעיק וואס גייט אריין אין א בעלעבאטיש בייכל און סאיז פארהאן א טיף ערנסט אדער שארף חסידות

אזוי אויך איז נישטא קיין היימישער בעלעבאטישער חסידות אין א טיפער קאקאש קעיק וואס גיט אריין אין א שארף בייכעל

דו כאפסט מיין הלך מחשבה?

היימישקייט איז א אויבער פלאכליכע מראה חיצוני צו וואס דו ביזט צו געוואינט אין דו ביזט באקוועם מיט דעם, ווי למשל איין אלטער שיך.

דאס האט גארנישט מיט'ן תוכן.

א חסידות ווידער איז א מהות נישט קיין מראה חיצוני

למשל ביי אונז אין מאנסי וואינען אמעריקאנער יונגעלייט צדיקים ווי יוצאי משפחות פלאהר, שיין ודוגמתן.

ביז אפאהר יאהר צוריק האבן די אונגארישער געלייגט אויף זיי אויך א משכנתא ליילעך, זיי זענען נישט קיין היימישע.

היינט האט זיך ארויס געוויזן אז זיי זענען גאהר פון די שענסטע משפחות מיוחסות בישראל, בתורה ביראה ובמדות.

ווי לאנג איז דען ווען דער דף היומי איז נישט געוועהן "היימיש"?

BTW דער רב אבערלענדער פון מאנסי, עורך פון ירחון אור ישראל איז לפי ידיעתי אויך א ליובאוויטשער.

טאקע פאר דעהם האט סאטמאר - און איך נוץ סאטמאר פאר א שם הכולל פאר אלע וואס טראכטן ווי זיי - לכה"פ אין דעהם הינזיכט- געלייגט אזא דגש אויף "היימיש" דער מראה חיצוני.

דאס רוב אין סאטמאר זענען ביז פאר די מלחמה געוועהן באטשיס.... מיט מאגיאר עמבערס. קוים א יידיש ווארט האבן זיי גערעט, געלעבט פון וואכנבלאט וואס איז ארויס בעיר סאטמאר, נישט חלילה אויף לשה"ק, און נישט אפילו אויף יידיש נאר על טהרת שפת המאגיאר , און דא אין אמעריקע האבן זיי גגעלעבט און געשעפט חכמה פון דעם אויקעלעט. האבן זיי זיך אין א ליאדע טאג אנגעטוהן אלע ברייטע רבנישע היטן, פארלאזט א ברייטע בערד, און ויקרא שמם בישראל היימיש!

איי יענער האט מעהר תוכן אין איין פינגער ווי דו אין דיינע רמ"ח איברים?

אדער איז ער א ציוני, אדער איז ער נישט קיין היימישער.

ווען ליובאוויטשער חסידים ווי ר' בענצי שם טוב און ר' מענדל פוטערפאס צו ר' אברהם מאיאר זענען געפאהרן אונטער סטאלין'ס נאז אדער אין מאראקא צו פארשפרייטן אביסל תורה ויראת שמים מיט יידישע קינדער

האבן אבותיהם של אלו געגעסן שטאפ לעבער מיט שמאלציגע נאקערלעך

יעצט קענסטו מיר זאגן פאר וואס ווען מרעכנט אויס חסידות'ן זענען די שם-טוב מיט די ליפסקער נישט משלנו נאר משפחותיהם פון די אלע וואס לערנען במה מדליקין אין אטיסווילער כולל זענן היימיש?

ומה שכתבת פון א היימישען הכנסת כלה
ס'אסאך טיהפער פון דעהם, עיין בעניני הריקודין בכ"א כסליו. ואכמ"ל

היימישע בחורים פון די אשדודער ישיבה מיינט זיי רעדן יידיש אין גייען אנגעטוהן מיט איין אונגארישען פוילישע אקצענט. ווידער א פארב חיצוני.

והא ראיה טאמער וועלן דארט לערנען בני חסידי ליובאוויטש וואס קומען פון מענדל וועכטער חבורה ודוגמתם, וועסטו זיי אויך רופען היימיש.

קיין שום מיסטעריע בדבר.

טובעין

איך האב ערווארט אזא פראגע, אין דא איז דער חילוק

צווישן א משיחיסט מיט א "נארמאלען" (איך נוץ דאס ווארט ווייל איך האב נישט קיין אנדערס) ליובאוויטשער איז א שטארקער ליניע.

איינער האלט דער רבי לעבט און משיח איז שוין דא, און כל הטעמים שבעולם לא יזוז אותו ממקומו. לדעתי שמעקסט דאס אדער מיט מאסן משוגעת אדער מיט כפירה. בדומה לנצרות רח"ל.

דער אנדערע האט אפשר געהאפט בחייו אז דער רבי איז משיח, אבער לעת עתה האלט אז דער רבי איז נסתלק געווארן,ער איז א חסיד פון רבין נ"ע אין טוט וואס ער האט געהייסן פונקט ווי א בעלזער איז געוועהן א חסיד פון רב ז"ל די אלע יאהרן ביז דער היינטיגער רבי איז אונטערגעוואקסן.

משא"כ אין סאטמאר איז נישטא קיין ליניע צווישען דעהם קובע עיתם לתורה אויף 47 ST צו דער בעמ"ס אויף הלכות רבית מיט משה בער בעק. ר"א לייטנער רעדט הויך וואס אלע טראכטן שטיל. "דער איד" נעמט זיך אהן פאר איהם אין שרייבט פון איהם מיט גרעסטן כבוד. די אנדערע זענען אדער צו פויל אדער האבען מורא פון זייער פרנסה, טאמער געסטו א גוטן קראץ טרעפסו דארט א משה בער.

לעצטנס האט ר' אהרון יא געמכט א ליניע צווישן זיי, ער האט דאס מעהר ווייניגער ארויס געברענגט, אז ווי גרויס די "מלחמה" קעגן די "ציונים" אבער מיט קיין גויים צוזאמען גייען זיי נישט, דאס איז בפירוש אנדערש ווי די אריגינאלע סאטמארע שיטה אז די ציונים זענען ערגער ווי די גויים.

לסיכום. סאיז דא אזא זאך, אבער סאיז א נעגאטיווע ערשיינונג וואס דער קומט פון אונגארישער עסטערהאזי'ס

jid

חן חן לך פאר די שיינע מעשהלע,

איך האב געקענט איין אלטן איד פון גאליציע א תלמיד פון ר' אלעזר ריישער, האט ער מיר אמאהל נאך געזאגט -איך מיין אז סאיז געוועהן בשמו- פארוואס האט איין אונגארישער איד פיינט א גאליציאנער איד, און פארוואס האט א פוילישער ייד פיינט א ליטווישען ייד.

דער תירוץ איז, נישט דער אונגארישער ייד האט פיינט דעם גאליציאנער, זיי האבן ביידע איין גאט מיט איין תורה. נאר דער אונגארישער גוי (שבתוכו) האט פיינט דעם גאליציאנער ייד, דער פוילישער גוי וואס בייהאלט זיך אין איהם האט פיינט א ליטווישען ייד.

דער דברי חיים האט ליעב געהאט דעם מהר"ם שיק, דער חידושי הרי"ם האט ליעב געהאט דעם צמח צדק נישט ווייניגער ווי א רוסישער ייד האט איהם ליעב געהאט

ווי ווייניגער גוי איינער האט אין זיך אלץ ווייניגער דיפערענצן האט ער מיט אנדערע יידן.

ואידך פירושא זיל גמור

גישמאקער

אשכוח פאר דעם גרינעם אגודל...

די ליובאוויטשער זענען נישט היימיש ווייל זיי זענען פראים

והא ראיה ווען די מעסיגע שטילע "היימישע" סאטמארער חסידים זענען א מאהל געקומען קיין קרוינהייטס טאנצן שמחת תורה, האבן די ליבאוויטשער בחוריםן זיי באפאלן מיט גארביטשקענס.

שידוכים:

ראשית שידוכים איז איין צד א אידענע, ביי זיי איז חיצוניות=היימיש זעהר וויכטיג, פונקט ווי דזולערי און א קאליר קלייד.

והשנית א שידוך נעמט מען ווי נאנטער מען קען קולטורעל (עיין רש"י על הנושא את בת אחותו) נישט ווייל סאיז בעסער אדער ערגער.

דיין לעצטע שורה אז זיי וועלען דערלעבן משיח'ן ...
איך הייב אהן צו טראכטן אפשר ביזטו נישט אזוי "גיפערליך"

ליל מנוחה

משוגענער » 7/6/2005 08:33

ווער האט דיר אזוי זיכער געמאכט אז סאטמאר איז די גרעסטע? איך מיין אז גור איז די גרעסטע חסידות היינט.

זאליweaky » 7/6/2005 14:34

דער אשכול איז שטארק פארקראכן פון זיין אריגינעלן נושא.

די סיבה פארוואס נישט ליובאוויטש איז פשוט'ער ווי פשוט.

עס איז נישט מעגליך בשום אופן שבעולם צו וויסן מי ומי ההולכים אין ליובאוויטש.

צו קען מען רעכענען אלע מענטשן וואס זענען געווען ביי די משיחי'סטן פארטי א חודש צוריק ???

און באטשי, דו דרייסט מיט די צינג, קריכסט און פארקריכסט איינמאל און נאכאמאל.

ענטפער פשוט, פארוואס אין סאטמאר זעסטו נאר די עקסטרעמיסטן בעת אין ליובאוויטש זעסטו נאר די נארמאלע ???

דער סאטמארער רבי זי"ע, האט געהאקט אקעגן נטורי קרתא פארן גיין מיט די אראבער, נאך לאנג פאר דו ביזט געווען א שרייבער אויף היידפארק.

און זוך דיר נישט אויס כסדר די זייט וואס איז דיר באקוועם.

איך וויל יא רעדן פון די זייטן וועלכע זענען דיר "נישט באקוועם", פון ביידע זייטן פון דער מטבע.

זאליweaky » 7/6/2005 14:42

און יעצט, לענינינו.

אויף וויפיל איך בין באקאנט (און כ'בין מער באקאנט ווי באטשי וואלט געוואלט כ'זאל זיין...), איז סאטמאר היינט די גרעסטע חסידות.

אפגערעדט פון ביידע צוזאמען, אבער די אהרונים אליין זענען אויך עטוואס מער ווי גער.

דער מציאות איז, אז נומבער'ס וועט יעדער אלעמאל זאגן וואס פאר אים איז גוט.

מען דארף זען די בילדער פון די מסיבות.

און די בילדער פון ר' אהרן'ס חתונות (דער פלאץ וואו זיינע מענטשן קומען די מערסטע) שטייגן היפש אריבער די בילדער פון די גערער חתונה - נישט ווייל מען קען דאס אוועקמאכן.

און מען דארף נעמען אין באטראכט נאך א וויכטיגן פאקט.

אין סאטמאר האלט מען שוין אינמיטן די אפענע מלחמה, און נאכן טיילונג.

אין גער, האלט מען נאך דערווייל ביי די קאלטע קריג, דאס מיינט אז א גרויסער טייל פון די משתתפים ביי די חתונה, זענען דאס וואס מען וואלט גערופן אין סאטמאר "זאלי'ס".

און נאך א פאקט - וואס איז געבינדן מיט דעם פריערדיגן.

אין גער, "מוז" יעדער קומען צו די חתונה.

יעדער איינער באקומט א זיץ פלאץ, און יעדער שטח - וואס איז אפגעטיילט מיט צוימען - האט א "עסקן" וואס איז געשטעלט אויף יענעם שטח.

דער גבאי פון יעדן שטיבל, נעמט קעיר פון זיינע מתפללים.

אזוי אז מען ווייסט גלייך ווען א פלאץ איז ליידיג, ווער עס איז נישט געקומען - און פארשטייט זיך, אויך דעם "פארוואס".

און טראץ דעם זענען ר' אהרן'ס חתונות גרעסער.

טובעין » 7/6/2005 14:49

איך בין געווען ביי ביידע חתונות

ביי דעם גערער חתונה איז געועון דאפלט מענטשען ווי ביי ר' אהרן טייטלבוים'ס זון.

זאת ועוד אין סאטמאר איז געווען א געוולד צוקוקער'ס וואס האבען נישט געהאט קיין שטריימלעך, אין גער ממש יחידים.

אין סאטמאר איז געווען בשפע פלאץ יעדער האט געקענט אריינגיין, אין גער האט מען געדארפט א קארטל.

בילדער מיינען גארנישט מער ווי גוט אויסגעארבעט איך בין שוין געווען ביי ריזיגע מסיבות ווי די בילדער זען אויס ווי א פאר הונדערט מענשטען, און פארקערט קליינע מסיבות וואס די בילדער זען אויס ריזיג.

זאליweaky » 7/6/2005 15:22

איך בין טאקע נישט געווען אין גער.

אבער כ'האב באקומען א באריכט פון א איד וואס איז דארט געווען.

בנוגע שטופעניש און פלאץ מאכסטו חוזק פון דיר אליין.

ווען איך האב געמאכט א וואך נאכט ביי מיר אינדערהיים האט מען זיך אויך ממש נישט געקענט רירן...

בנוגע קוקער'ס, ביזטו ווייזט אויס געווען ביי די סאטמארער חתונה זייער א קליינע צייט.

ביי די חופה איז כמעט נישט געווען קיין פרעמדע, ביי די מצוה טאנץ אויך נישט.

ווען דער רב איז אריינגעקומען איז געווען אביסל, וועלכע האבן זיך כמעט נישט אנגעזען.

בנוגע בילדער, גלייב איך אז גער איז נישט אונטערשטעליג אינעם פרט פון אויסארבעטן בילדער אז עס זאל אויסזען גוט...

און דו האסט ארויסגעוויזן בקיאות, ווען דו זאגסט אז דארט זענען געווען "דאפלט"...

דו קענסט מיר זאגן א נומבער ???

kelloggs » 7/6/2005 15:57

גער האט און וויליאסבורג 12 בתי מדרשים און סאטמאר האט נאר 8 בתי מדרשים.....

SIM89 » 7/6/2005 17:19

באטשי!
ליובאויטש איז נישט אן היימישע חסידות, ערשטנס טקע וועגן חיצוניות, זיי גייען נישט מיט אחסידישן לבוש, זיי רעדן נישט אין אחסידישע שפראך, אין זיי האבן גארנישט פון די חסידישע הנהגות, נאר אפאר מנהגים.
צוייטנס, אפילו מיט חסידישע ספרים, זיי קוקן נישט אריין אין נועם אלימלך צב"ש, אין אזוי אויך אין אלע חסידישע ספרים אויסער פון זייערע רביים, לעומת דעם אין יעדען חסידות לערנטמען אויך פון אלע חסידישע ספרים נישט נאר פון זייערע קרייז.
אין עיקר שבעיקרים, זיי גייען מאדערען, אין זיי ניצען אלע מאדערנע כלים, זיי גייען צו אלע גויאישע ערטער וכדומה, דאס איז נישט היימישע חסידות.

וועגן גער, סאיז טאקע אריזיגע חסידות, איך שאצט די עולם אין שבועות דארט אויף נאנט צו צען טאזנט כ"י.
אבער איך מיין אז די מעמבערס אין ר' אהרן'ס חסידות איז נאך גרעסער.
אודאי אז גער זענען גרעסער פון ר' זלמן'ס חסידות\קהילה. אבער ער איז גרעסער פון אלע אנדערע.


אין מיין רשימה האב איך גרעכענט נאר חסידות'ן וואס האבן בערך טויזנט חסידים אין מער.

gishmoker » 7/6/2005 17:21

נישט ביי א חתונה מעסט מען די כמות נאר אין אלגעמיין דערפאר איז דאס זייער שווער,

אמאל האט דער מער און אמאל האט יענער מער.

א חתונה איז מעגליך צושטעלן בעסערע מוזיק שענערע מנגנים, געשמאקערע מאכלים וכדו' וואס די זאכן ברענגען א עולם וואס איז איבריג, וביותר הונדערטער בחורלאך,
און זיכער נישט אויף די פאלשע בילדער די נאכווייען פון די היינטיגע חתונות.

אפשר דאס, ביי א לוי' קען מען יא מעסטן א כמות.


ליובאוויטש איז נישט אויסגערעכנט אין דעם ליסטע אפשר אויך ווייל ביי זיי רעכנט מען פרויען, זיי האבן קיין פראבלעם צו ריידען טאנצן אדער זינגען מיט נשים, דאס איז פון די קלייניגקייטן. און דאס, טאקע דאס וכיו"ב מאכט זיי אויס היימיש!

באטשי , דו האסט זייער גוט פארענפערט דיין קשיא פארוואס??
פארוואס זענען ליובאוויטש נישט היימיש?!
התירוץ, היימיש איז א מיסטעיק אין דיין דיקשינערי דוגמת א גרינער אגודל.. דערונטער זענען אינקלודעד נאר אלו שלא שינו את לשונם ומלבושם.

ליובאווטש איז ביי דעם אידישן קולטור להבדיל אא"ה ווי דער שחור ביי דעם ווייסן גוי.

די חסידות וואס זיי פארקויפן איז בלויז אויף אויסערליך ווען נישט דאס וואלטן זיי אלע זיך גענומען דאס לעבן.

די שטותים פון רעבי וכו' וכו' משיח משיח דאס איז אלעס וואס זייער חסידות באשטייט פון.

אודאי איז דא יוצאים מן הכלל אבער איך רעד פון די אפיציעלע ליניע דארטן.

טובעין'ס און זאליוועקי'ס קשיא איז לגמרי נישט פארענטפערט, אדרבה דו קענסט נישט סאטמער און דו ווייסט נישט סאטמער, אדער דו מאכסט צו די אויגן ווען עס קומט צו סאטמער און לאזט דיין גייסט שרייבן וויאזוי עס לאזט זיך..

נישט אלעמאל דארף מען בלייבן גערעכט און קיינמאל נישט פארקריכן פון אשכול , למען השם.

און יעצט צוריק צום ענין,

מיר בלייבן פונקט ווי פארן אשכול, ליובאווטש איז נישט היימיש, און גער איז נישט דאס גרעסטע..

עס איז נאריש אפילו צו רעדן פאר איינער זאל שרייבן קראנטע ציפערן מיט הוכחות,(נישט די 35500 ביי אהרן'ס חתונה און נישט די אריבער 25000 ביי די לעצטע פראטעסטן)


קען דאס איינער אהערשטעלן??

אבער נישט נוצן קיין קאלקיולעיטער דערפאר, עס וועט גלייך שפרינגען צו ERROR די נומערן וועלן נישט אריינפיטן...

שעפסל » 7/6/2005 17:40

גישמאקער, איך מיין אז די האסט אביסל איבער געטריבן.

דו שרייבסט:

"אפשר דאס, ביי א לוי' קען מען יא מעסטן א כמות."

ממש נישט, לרוב קומען מענטשין אפטיילין דעם לעצטן כבוד אפילו פון אזעליכע וואס מ'האט מיט זיי נישט געהאט קיין שום שייכות ביים לעבן, נעם יעדן שענערין רב אדער רבי וואס איז אוועק אין קיק וויפל פרעמדע מענטשין קומעין צו די לווי'.

אבער דאס איז נאך פון די קליינע גרייזין.

דו שרייבסט:

"ליובאוויטש איז נישט אויסגערעכנט אין דעם ליסטע אפשר אויך ווייל ביי זיי רעכנט מען פרויען,זיי האבן קיין פראבלעם צו ריידען טאנצן אדער זינגען מיט נשים, דאס איז פון די קלייניגקייטן.


זאג מיר, ביסט געפאלין אויפן קאפ? ווען און ווי האסטו געזעהן אזא זאך? אין דאס איז נאך פון די קלייניקייטין? וואס נאך טועהן זיי?

די שרייבסט:

"די חסידות וואס זיי פארקויפן איז בלויז אויף אויסערליך ווען נישט דאס וואלטן זיי אלע זיך גענומען דאס לעבן."

זאג נאר מיין טייערער, ווען האסטו גיעפנט א תניא אדער סיי וועליכע חסידיש ספר משושלת חב"ד? דו ווייסט בכלל וואס זייער חסידות איז? אדער דו פאסקנסט פון די מבצע טנק'ן?

אגב, סתם אינטרעסאנט וועליכע חסידישע ספרים האסטו דארך גילערנט? איך בין נישט קיין ליובאוויטשער חסיד, אבער יעדר בחור'ל דארט קען מן הסתם נאך זאגען מער חסידישע מאמרים פון זייערע רבי'ז ווי דו קענסט פון דיין רבי'ן און זיכער מער ווי פון אנדערע חסידישע ספרים.

איך מיין זאלסט איבער טראכטן וואס דו האסט געשריבן.

ווי אזוי שרייבסטו?

"נישט אלעמאל דארף מען בלייבן גערעכט און קיינמאל נישט פארקריכן פון אשכול , למען השם."

tzvibp28 » 7/6/2005 17:41

gishmoker
איך האב אלעמאל געוואונדערט וויזוי די אראבער גלייבען טאקע די אלע זאכען וואס מ'רעדט זיי איין, ווי צ,ב,ש, אז די אידן שטאמען פון א דבר אחר און אז די אידן פירן די וועלט. און אז זיי האבען אנגעמאכט די 9-11 מעשה וכדו'
אבער נאך דעם ווי איך זעה ווי דו שרייבסט "די ליובאוויטשער טוהען דאס און דאס, און גייען אהין" זעה איך ווי א כתה ב' מלמד אין סאטמאר מאכט די POLICIES דארט און לאזט פאר יעדען איינעם וויסען "גענוי" וואס אלע טוהען
דו מיט מנשה פיליפ דארפען זיך אמאל צוזאמרעדן

באראפארקער » 7/6/2005 23:43

ווען מען פרעגט מיר,
וואלט איך געזאגט, סאטמאר איז נישט קיין חסידות.
א. זיי גלייבען נישט אין קיין רבי'ס ווי קיין איין אנדער חסידות.
ב. זיי געבען נישט קיין קוויטעל ווי עס איז איינגעפירט ביי "אלע" אנדערע חסידות.
ג. זיי זאגען אליין אז "בטלה תורת הבעש"ט".
ד. זיי (א דורך שניטלעכע אינגערמאן) זענען שקוע אין גשמיות מער ווי א אינגערמאן אין וואסערע אנדערע חסידות.
ה. וה"ה די נשים זענען מער שקוע אין די בגדים אין מאכלים, און אין כל הפאשינס, וכל מיני "גשמיות" וד"ל.
ו. זיי טראגען נישט די זעלבע בגדים ווי די אנדערע חסידות (סאמעט הוט, לאנגע רעקעל הערשט לעצטענס, בעקישעס פאר די בחורים שבת (בגדי צמר פלעגט זיין פין די עיקרים אין חסידות - לכה"פ שבת).
ז. זיי לערנען נישט קיין ספרי חסידות אזוי ווי אנדערע פלעצער (מען רעדט די כלל). איך געדענק אגב, ווי א סאטמארער האט מיר געזאגט אז ויואל משה איז חסידות.

איך מיין אז די רשימה איז גענוג לאנג.
אפשר וועט מיר נאך אויף קומען נאך זאכען, דערווייל לאמיר זעהן וואס די מאדיארען קענען אפענטפערען אויף דעם.

אנטשולדיגט למפרע טאמער האב איך באליידיגט א סאטמארע.


יעצט לאמיר זעהן א רשימה פארוואס "מיין" חסידות איז נישט קיין "היימישער" חסידות.

Baachi » 8/6/2005 01:15

באראפארקער

פאר יעדע סיבה וואס SIM רעכנט אויס פארוואס חב"ד איז נישט היימיש, קען איך דיר דעבן צווי סיבות פארוואס סאטמאר איז נישט קיין חסידות. - און לאו דוקא נעגאטיווע טעמים. ווי למשל סאטמאר רעכנט אריין אלע זייערע אונגארישע סאטעליטן. ואכמ"ל

איך וועל מציע זיין א פשרה

ליובאוויטש איז א חסידות אבער נישט (וואס סאטמאר רופט) היימיש

סאטמאר איז היימיש אבער נישט קיין (וואס אנדערע חסידים רופען) חסידות

gishmoker » 8/6/2005 06:57

ענטשולדיגט, דאנקע פארן מעיר זיין

די הערה וועגן לוי', נפלה טעות ע,י הבחור הזעצער וחסורי מחסרא והכי קתנא:

אפשר דאס, ביי א לוי' קען מען יא מעסטן דעם כמות... ?

איר פארשטייט דעם חילוק? אויב קען מען ביי א חתונה דאן קען מען ביי א לוי' זיכער, מכוח שעפסעלעס חידוש.. דאס האב איך געמינט.


די חסידות פון ליובאווטט טוט אפ די אלע מעשים וואס קיין שום אנדערע חסידות טוט נישט, און אלעס מיטן שלייער פון חסידות. אנגעהויבן ביין טיילן דאלאר'ס פאר נשים אזאך וואס קיין חסידות שבכדור וואלט קיינמאל זיך נשיט געטרויט צו טוהן, נאכער דאס מקיל זיין באלו הענינים און דאס http://chabad.info/index.php?url=article_he&id=11126 אויך.
ובכן גייען די נשים אויפן שוואכסטן צניעות פון אלע חסידות, מיטן איצטלא דרבנן.
טאנצן דער רעבי האט געהייסן פריילאך זיין.
ומלאה הארץ דעה, האט דאס דער בעל שם הקדוש געמיינט?!


ר' מנשה פילאפ שליטא איז א איד וואס בלוטיגט אויפן מצב הדור, ליידער קיינער איז נישט אינטערעסירט וועגן ציונות אגודה, והמסתעף, ער שרייט ווייל ס'טוט אים וויי, כפשוטו ער וויינט כסדר ווענ ער רעדט דערפון, רחמנא ליבא בעיא.
נעם אין אכט, ער איז נישט קיין משפיע אדער בעל מוסר אין ציגלייך צו הרב שך עובדי' יוסף וכו', אדער ליטווישע בעלי מוסר. און אפילו זיי האט מען אויך לעצטענס געמאכט פאר אן אפגאט.

סאטמאר איז בגשמיות נישט ערגער ווי עני חסידות שבעולם, עס איז א מצב הדור א שפל'דיגע מצב ליידער, וויליאמסבורג וויל געפעלן איינער דעם אנדערן און ב"פ זיכט יעדער וואס מער אויסגעלאסן, איינער עסט קריעם קעיק און איינער עסט קאקאש קעיק ביידע ווערן פארשמירט.

און אויך ברוחניות. זיי גייען נישט קיין קוויטלאך ווייל זיי זענען אזוי געשטעלט געווארן, מען קען זיי נישט פארקויפן קיין תורת לאקשן דער פליט אין הימל דער איז העליג.. דער ציהט ארויס א דיבוק און ביי יענעם רעדן די פיש. איין אמת'ער ערליכער איד שלא לשם אישית.. וועלן זיי יא גיין מיט א קוויטל וסקולענער רבי שליטא יוכיח, וספינקא רבי זי"ע יוכיח ועוד ועוד.

נשתכחה תורת הבע"ש, איז א ענין נישט פאר גולשי הפארק, נישט איך נישט איר ווייסט וואס דער בע"ש הקדוש האט פונקליך געוואלט מגלה זיין אויף דעם עולם, אפשר אלעס חוץ דעם וואס ליובאוויטש טוט.

די חסידות פון ליובאווישט איז נאר אן איצטלא. אבער געדענק, איך רעד אין אלגעמיין פונקט ווי איר רעדט פון סאטמאר אין אלגעמיין

Baachi » 9/6/2005 07:56

גישמאקער טייערער

דיין גאנצער שמועס וויאזוי דו ביסט א מבין אין "חסידות" וואלט געהאט מעהר נאמנות ווען נישט דאס פאלגענדע איין פאקט'ל

אין יעדע איינצעלנע תגובה דיינע אין דעהם אשכול. מוזטו דערמאנען בגדי נשים...

(חוץ מתגובה אחת בשם הרב מיארמע)

gishmoker » 9/6/2005 08:31

דאן מעק עס אויס פון דיין הארד דרייוו..אויב עס באדערט דיר..

באראפארקער » 9/6/2005 19:43

געשמאקער
דיין תירוץ אז אין סאטמאר גיט מען יא קוויטלעך פאר אנדערע רבי'ס גיט נאר מער צו אויף דער טענה אז סאטמאר איז נישט קיין חסידות, נאר א קהילה.

אין א "חסידות" גיט מען קוויטלעך, נישטא קיין חסידות ווי מען גיט נישט קיין קוויטעל פאר די רבי, און אז נישט מיינט עס אז עס נישט קיין חסידות.
זאל זיין וועגען אין "סאטמאר" גלייבט נישט אין רביס, נאר מען גלייבט אלע שטותים אז האבען די מאנאפאל אויף אידישקייט (סארי), וועגען דעם זענען זיי א חסידות?
די ליטאים גלייבען אויך נישט.


יהופיץ » 9/6/2005 20:08

היה כבר אשכול בנושא הזה כאן!

עפשטיין » 9/6/2005 22:05

קיינער זאגט נישט אז סאטמאר איז א חסידות, סאטמאר איז באמת א קהילה.

אבער די קהילה זענען פון חסידים.

בלאט: 1 2