היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » מכת הפארקינג טיקעטס

מכת הפארקינג טיקעטס

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1408833

gishmoker » 6/6/2005 02:03

מיר עפענען דא א אשכול בענין המכה וואס ווערט מער און מער פארפלייצט פון פארקינג טיקעטס.

ווי די צפרדעים באשפרינגען זיי א קאר אז מ'זאל אפגעהיטן ווערן,

וביותר, לעצטענס מיט זייער נייע טוי די סקענערס, -אגב, די סקענערס האבן א דיקן CASE וואס הענגט אויף זייערע פאסיקלעך ווי א עקסטענשאן צו זייער גראבן מנוחה ושמחה, דאס מאכט זיי אויסקוקן נישט פון דעם עולם- זיי שפילן זיך דערמיט ווי קינדער אויף א געימבוי, בקיצור די מצב איז נישט גוט!

בנוסף צו דעם, אונזער PARKING EXPERT וויל ניטאמאל אננעמען די געסקענטע טיקעטס די אויזיכטן דאס צו באזיגן איז דריי מאל שוואכער!

ווער עס האט עצות דערצו למשל: וויאזוי צו אויסשפילן דעם אגענט, אדער דעם דזשאזש, אדער אנווייזן עפעס סיי וואסערע עצה זאל מיטטיילן דעם חשוב'ן ציבור. ונכיר לו טובה.

נ"ב די אשכול איז פריי פון פאליטיק דעריבער נישט אריינמישן.



תוקן על ידי - gishmoker - 06/06/2005 2:49:04

gishmoker » 6/6/2005 02:12

די ערשטע עצה וואס איך טראכט שוין לאנג איז, צוריק צו ערלויבן דאבל פארקינג בשעת די SC [סטריט קלינינג], דאס וועט עטוואס פארגרינגערן די מצב,

(מען זאגט אז מתחילה פלעגט אזוי זיין נאר ארי' לייב בימים ההם האט דאס נישט געלאזט ווייל עס שטערט די ת"ת באסעס פון זיך איינדרייען, אבער בזמן הזה פארן נישט קיין באסעס צווישן 11-1 .


עני קאממענטס?!

menchele » 6/6/2005 03:57

ארויסוועלן בלומבערג'ן און אים ערזעצן מיט'ן קאנדידאט וואס וועט זיך אונטערנעמען צוריקצושטעלן די געלט-שטראפן על כנם.

gishmoker » 6/6/2005 04:15

אזא קאנדידאט איז לדעתי נישטא,
זאל ער נאר זיך פלאגן מיטן בודזשעט וועט ער טאהן די זעלבע..והראי' דער גאווערנער האט דאך אויך געהעכערט מיט $10 אלע שטראפן.

אודאי בלומבערג דארף מען אונטערברענגען איין עוכר אדיר, אבער דאס איז להנראה קיין לייזונג.


פאר מיר לעולם באדערט עפעס אנדערש. והוא, וואס איז די חשבון פון די סיטי בעת SC? וואס דארפן צו טון באלד א האלב קארס אין שטאט פון 11-1?
סתם ארומפארן.
מאכן א פיקעטינג.
מאכן א ראללי.
סתם זיצן אין קאר.
באקומען א טיקעט.

איינער ווייסט נאך עפעס?!

בר מן דין, דאס איז איין עקסטערע נושא, צי איז באמת זויבערער די גאסן ווען דער שמוץ טראק גיט א שמייס דורך און צושפרייט א שטויב אזש אלע שמוץ צופליען אין די זייטן?!

וואלט נישט גענוג געווען די SC אין ווילי איין מאל א וואך אזוי ווי אין בארא פארק? ווילי איז דאך נישט קיין איין % מער ריינער פון ב"פ, און ב"פ איז נישט שמוציגער. נו וואס פעלט אויס צו פייניגן דאס אידנטום!

מען בעט ווער עס האט א השפעה אויף די ליעזאנס זאל פרובירן שתדל'ן.


מאירקע » 6/6/2005 13:35

פאר די קלעיפסט ארויף דעם רעגיסטרעישן אויף די ווינדאו
מאך א דינע -זייער דינע - שווארצע שטראך אויף דעם
אז ער זאל דאס נישט קענען סקענען

בדוק ומנוסה

ער לאזט אפ דע קאר און גייט צו א צווייטן

צודערזאך » 6/6/2005 16:27

מאירקע, געוואלדיג!! געוואלדיג!!

מען דארף מאכן א שיפע ליין! אויב מאכט מען עס גראד כאפט עס אויבן צו אינטן, אז ס'איז שיף וועט ער עס נישט קענען סקענען, והמבין יבין!

מאירקע נאכמאל, א גרויסן יישר כח!

לכתחילה איז טאקע גוט פאר מען קלעבט עס ארויף, אבער איך מיין דאך מיך, האב איך אראפגענומען דעם סטיקער און דורכגעפירט דיין עצה!!

הצלחה רבה!

באראפארקער » 6/6/2005 17:55

דער ליין דארף מען מאכען אויף די גאנצע ברייט, אדער עס איז גענוג אביסעל?

gishmoker » 6/6/2005 18:58

ניין ניין ניין!!

א טעות מוחלט!

די ליין דארף מען אריינשטופן פון אויבן ביז אונטן צווישן די צענדליגע ליינס וואס זענען שוין פארהאן! און נישט חלילה אין די ברייט -רעכט צו לינקס-.
ד"ה די לענג פון די ליין זאל זיין בערך א האלב אינטש. אזוי לאנג ווי אלע אנדערע ליינס.

און דווקא עס מאכן גראד אויב שיף איז נישט בהיכרח עס ארבעט!

gishmoker » 7/6/2005 04:02

איך האב לעצטענס געהערט אז אין סיטי האלל איז דא א דיבעיט צו ערלויבן דאבל פרקינג אויף 10 מינוט

איינער פארשטייט דאס, ווען גייט זיך די צען מינוט ענדיגן??

און ווער איז דער שליח פון הימל צו האבן אביסל איינזעעניש מיטן פאלק ??

צי וועט זיין פלאן דארכגעפירט ווערן בע"ה ??


מי יתן והי',



באראפארקער » 7/6/2005 06:52

הלוואי גייט דאס אדורך, מען קען דאך צופלאצט ווערען יעצט.

רעדט אייך נישט איין אז זיי האבען אונז אינזין, זיי ווילען פשוט אז אונז זאלען פארקען פאר בלויז צען מינוט, און אזוי וועלען זיי קענען געבען טיקעסט נאך מער ווי פריער.



באראפארקער » 8/6/2005 03:16

בנוגע די עצה פין פאטשקען מיט די רעגיסטראציע סטיקער.

ווייסט איינער וואס דראהט אויב מען כאפט?

מען דארף וויסען אויב עס לוינט זיך די ריסק!

gishmoker » 8/6/2005 04:20

לפי מיינע השגות לכאו' איז נישטא קיין פראבלעם ווייל די סטיקער באלאנגט צו אייגנטומער ער מעג טון וואס ער וויל.

אדרבה, לאמיר פרעגן מאירקע ער זאגט דאך בדוק ומנוסה.!

מייזלס » 9/6/2005 04:37

באמת קשה להבין איך זה שהם משתוללים עכשיו כשזמן הבחירות קרבים?

jid_613 » 9/6/2005 05:16


גישמאקער

ווער האט דיר מגלה געוועהן צו וועמען ס'געהערט די רעג'יסטרעישען?



בהוקרה,
דזשיד

הכשר » 10/6/2005 00:01

מען באצאלט דאך פארן רעגיסטרעשאן א שיינע מטבע, נו אוודאי איז דאס מיינס.

אבער קענסט זיין זיכער אז אויב די "שטאט טאטעס" וועלן זיך דערוויסען פונעם שווינדעל (איך האף זיי ליינען נישט הייד פארק) וועלן זיי מאכן א געזעץ אז די סטיקער איז די סטעיט איגענטום אין געבען א שטראף פאר פארלעצער.

gishmoker » 10/6/2005 03:21

זשיד דו פרעגסט גוט.

איך האב עס גענומן פון א משמעות, ווייל מ'באקומט דאך צוויי צעטלעך איינס האלט מען אין קאר און איינס קלעבט מען ארויף, אז דו וועסט קוקן וועסטו זען אז נאר אויף די וואס מ'האלט אין קאר שטייט קלאר ארויסגעשריבן:
DO NOT ALTER UNLESS ADDRESS . איז משמע אז אויף די אנדערע מעג מען יא . אויב נישט וואס האבן זיי געקארגט צו שרייבן...

gishmoker » 17/6/2005 03:39


איך בין היינט געווען צו מאכן אן אינספעקשאן, געווענליך סקענט מען די רעגיסטרעישאן, אבער די פאנטשער איז געווען אז ס'יז געווען געפאטשקעט.. נו וואס טוט מען?

הוקדם הרפואה,,,, איך בין געווען ביי א היימישן מעקעניק, האט ער נישט געמאכט קיין ברייטל דערפון, זעהט אויס ער טוט עס אויכעט....

ס'יז געראטן צו מאכן א אריגענעלע קאפי דערפון פאר דעם, כדי צו געבן ביים אינספעקשאן

13Hooper » 17/6/2005 05:57

איך ווייס זיכער אז עס איז נישט ליגאל צי מאכען עס אומלעזבאר
סיי די רעגיסטרעישין אין סיי די פלעיטס עס באלאנגט נישט צי דיר

Baachi » 17/6/2005 07:18

13hooper

נישט ליגאל?

דערמאנסט מיך פון מיינע חטאת נעורים ל"ע.

געדענקטס דאס צעטל אויף די אלטע מאטראצען
It is against the law to remove this tag
איך האב בשאט נפש עובר געוועהן כמה פעמים אויף דעם איסור חמור.

כד הוינא טליא האב איך יאהרן לאנג געציטערט פון די פאליציי טאמער וועט ער מיך איינזעצן פאר אותו עוון, וואס וועל איך ענטפערן ליום הדין?

ביז איך האב ב"ה אליין געהאט קליינווארג האב איך געזעהן די ווארהייט פון דעם פסוק
מפי עוללים ויונקים יסדת עוז להשבית אויב ומתנקם

ווען איך פרעג מיין צדיק: פארוואס האסטו שוין דעם ערשטן טאג געמאכט א לאך אין די נייע הויזען?
וואס ענפערט ער?

סאיז אזוי געקומען!

וד"ל

shia550 » 17/6/2005 07:47

baachi

gishmoker » 17/6/2005 08:43


באטשי, דאס מאל בין איך מיט דיר

נאך איינס


13 הופפער דיין הגבה ענדעלט צו 18 הופפער...וד"ל

ויתירה על זאת, צענדליגער מאל וואס דו טיקעט שרייבער טוען דאס נישט ליגאל

לדוגמא, זיי מוזן דאס אדער איבערגעבן פארן מענטש אדער ארויפלייגן אויפן קאר. איך האב צוויי חברים וואס האבן באקומען א נאטיס נאכן אוועקפארן אינמיטן שרייבן דעם טיקעט...

ולדוגמא, איך בין געווען געפארקט אין א דרייוועי מיט א פיס צוויי ארויסציה, איבערלאזנדיג מער ווי די באקאנטע פינף פיס וואס פארלאנגט זיך ביי א סיידוואק.

וואס מיינסטו פארצייל איך עס, ווייל כ'אב באקומען א טיקעט $115 פארן חטא פון OBSTRUCTING PEDESTRIANS WALKWAY .


און גיי פייט עס..


CRUEL איז יא ליגעל?!


נישטא צו וועם צו ריידן!




באראפארקער » 17/6/2005 17:48

און אז מען רעדט שוין אין די "ענינים", ווער ווייסט די גרינגסטע וועג צו מאכען א מיטער זאל זיך ב"טעות" צוברעכען?

13Hooper » 18/6/2005 02:57

טאטע שיק מיר הויזען ! ! ! ! !

באטשי היקר
די האסט מיך שלעכט פארשטאנען איך האב מיך באצויגען אויף וואס גישמאקער שרייבט
לפי מיינע השגות לכאו' איז נישטא קיין פראבלעם ווייל די סטיקער באלאנגט צו אייגנטומער ער מעג טון וואס ער וויל.
אדרבה, לאמיר פרעגן מאירקע ער זאגט דאך בדוק ומנוסה.!

krepel » 19/6/2005 19:28

]the best way to faill a meter, take a quarter hold it in the meter for 35 seconds and it comes up "faill" [

gishmoker » 22/6/2005 08:16


און שוין לאנג וואס כ'אב געוואלט מעורר זיין אויף א ענין.

ס'באקאנט דע מהרש"א אויף זה נהנה וזה נהנה ער שרייבט דארטן דאס איז נישט קיין מדה נאר א חוב עיי"ש,

דער עולם קומט מיט די אויטאס מפארקט אריין ביים קוירב נישט קוקנדיג מ'גיבט ניטש אבאכט אז מ'פארנעמט צוויי פארקינג ספעיסעס, אזוי מאכט מען אז אן אנדערער וואס וויל פארקן זאל נישט קענען פשוט, דאס איז נישט אויסגעהאלטן בכלל ובפרט, ווען דער רבי וואלט נאך געלעבט וואלט ער מרעיש עולמות געווען דערגעגן.

און ווער ווייסט מי יאמר זכיתי לבי, אפשר טאקע פאר דעם חטא קומען די ביטערע עונשים מרים וכבדים פון די 'מכת הפארקינג טיקעטס',

זאל דער בורא כל עולמים העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן בהתגלות כבוד שמים עלינו ובתרוממות קרן התורה וישראל בבמ"צ בב"א.


אוי גיוואלד !!!

איך בין געהרג'ט מיד.................איך גיי מיך שוין לייגן.....


jid_613 » 22/6/2005 16:15


גם אני מצטרף לדברי הרב געשמאקער שליט"א.