כעל צולייגן די גאנצע אנאליז ווי א FAQ
האבן די אלייענס/פנחס י"ב געווינען פאליטיש?
יא. דער מציאות איז אז א פארטיי ווערט אנערקענט מיט וואס מער שטיצערס מ'האט, און נאך אלעם קען מען נישט אוועק מאכן די 44% וואס ער האט געהאט, אין אנדערע ווערטער די מידיא און די פאלטישענס קענען איהם נישט איגנארירן, ועל כולם מיינט דאס נאך געלט פאר מאיר דייטש'ס סאשעל ארגעניזאציע.
וואס איז די "אישו" ביי די וואלן "סאציאלע סערוויסעס", אדער "פארטיי/חסידות"?
80% "פארטיי/חסידות" 10% "סאציאלע סערוויסעס". אין די גויאישע וועלט ווען קאנדידאטן לויפן פאר א פאליטישע אמט, איז יעדע קאנדידאט האט אן אנדערע פילאסיפי ווי אזוי צו גאווערן, קאנסערוועטיוו אדער ליבעראל, פרא-גאן אדער ענטיי-גאן , פרא-געי אדער ענטיי-געי, פרא-עבארשען אדער פרא-לייף, פרא טעקס אדער ענטיי טעקס, כהנה וכהנה, ממילא די מענטשן וואס זענען איינשטימיג מיט א געוויסע קאנדידאטס פילאסעפי שטימען מער-ווייניגער פאר דעם קאנדידאט.
דא אבער איז אין גאנצען אן אנדערע פרשה, אין קרית יואל זענען די קאנדידאטן פרומע חסידישע אידן און די וויילערס זענען פרומע חסידישע אידן, ביי אונז חסידישע אידן איז נאר דא איין פילאסעפי, דאס איז דער "אידישער וועג", און סיז נאר דא איין אידישע וועג דאס איז די "תורה", סיז נישט מעגליך דאס אפצוטיילן, די גאנצע גרינדונג פון א שטעטל איז נאר דאס אז חסידישע אידן מיט די זעלבע פרומקייט, די זעלבע השקפות, זאלן וואוינען אין איין ישוב אפגעזונדערט פון אנדערע דעות, נאכמער, דער עצם מושג פון אריינברענגען גויאישע קאמפיינס איז "נגד התורה", ווייל סיז "מחלוקת" אידישע קינדער האבן זיך פיינט איינעם דעם אנדערן, פּלאָס די גוים קוקן דאס צו ווי אידן קריגן זיך איז עס א "חילול השם", סיז אויסדריקלעך "אסור", איך גיי יעצט נישט אריינגיין ווער סיז שולדיג אין דעם קען זיין גאר די אהרונים. דער ס"ה איז אז די אלע סלאגאנען פון סיי וועלעכע צד אז מ'מיינט די "אישוס" איז "קרעפ", סיז נישט פערצופאל אז פונקט אלע אהרונים שטימען פאר איין צד און די אלייענס פאר אן אנדערע.
מאכט קאמפיינען אויס?
יא. דער ציל פון קאמפיינען און עדווערטייזן בכלל, איז צו אנווארעמען און צו דערמאנען מענטשן, אויב מ'דערמאנט נישט ווערט מען אפגעקילט איבערהויפט אויב דער אנדערע צד קאמפיינט יא פעסט.
פארוואס האבן די אהרונים נישט קאמפיינט היי יאר?
זיי האבן געהאלטן אז זיי האבן מער צו דערלייגן ווי געווינען, ווייל סיז פארט נישט אידיש די גאנצע קאמפיינען און זיי האבן געהאלטן אז זייער מערהייט איז סיי ווי אומבאזיגבאר (וואס האט זיך ארויסגעשטעלט גערעכט), ממילא פארוואס די מהומות? ענדערש זאל מען נעמען די "היי ראוד".
האבן אהרונים געשטימט פאר באנדא?
יא. יעקב יואל באנדא האט ארומגעשיקט בריוולעך צו יעדן אין זיך אהער געשטעלט ווי א חסיד פונעם רב און געבעטן מ'זאל וואוטן פאר איהם אין די 2 אהרונים טראסטיס, "קהל" האט עס קיינמאל נישט אפגעשלאגן, און אזוי אריינגעכאפט בערך 150 אהרונים, די פראף דערצו איז אז אברהם ווידער האט געהאט מיט 150 "ווייניגער" ווי די אנדערע צוויי "קהל" קאנדידאטן און די צייט וואס י"י באנדא האט געהאט מיט בערך 100 מער ווי די אנדערע 2 "אלייענס" קאנדידאטן. פלאס סיז דא אסאך אהרונים וואס זענען שוין מיד פון די "ווידער" אדמיניסטראציע און זיי האבן געהאלטן אז "ווידער" וועט סיי ווי געווינען האבן זיי געשטימט פארן "מעסעדש" אויס פאר באנדא.
האבן "נישט אהרונים" געשטימט פאר "קהל" קאנדידאטן?
ניין. איך זעה נישט קיין איין לאגישע סיבה פארוואס א "נישט אהרוני" זאל שטימען פאר די זעלבע קאנדידאט נאכאמאל און נאכאמאל. יעדע נארמאלע מענטש וויל דאך אמאל א טויש.
פאר וועמען שטימען די אנדערע חסידות וואס וואוינען אין קרית יואל למשל, טאהש, ספינקא, תו"א, ברסלב, וכדומה?
אלייענס. רוב פון די מענשטן האבן נישט ליב קרית יואל'ער רב, סיז א מציאות, אויך פארוואס נישט א טויש.
וויפיל פראצענט פון די "אלייענס" וואוטערס זענען ר' זלמן לייב'ס חסידים?
בערך 50%. בני יואל וואס איז א באזונדערע קאמפאני פאר זיך איז היינט, א גרויסע מוסד זיי האבן א גרויסע חדר און סקול, אויך איז דא די אנדערע חסידות'ן אין קרית יואל וואס האלטן זיך בכלל נישט פאר חסידים פון ר' זלמן לייב, די אלע, לויטן חשבון, זענען לכה"פ 50% פון די אלייענס וואטערס.
וויפיל פראצענט פון די "קהל" וואוטערס זענען ר' אהרן'ס חסידים?
בערך 100%. עיין לעיל
שפילט נאך היינט "טעראר" א ראלע?
קיין כי הוא זה. דאס איז איינע פון די היפאקריטישע טענות פון די זאליס, געווענליך טענהן זיי אז אין די לעצטע 5 יאר האט מען געבראכן די "טעראר", אבער ווען ס'קומט צו די וויילן מאכן זיי זיך טעמיש און טענהן "ווען נישט די טעראר וואלטן זיי געהאט נאך שטימען" די מציאות איז אז אין קרית יואל איז איש כל הישר בעיניו יעשה, ר' זלמן לייב האט זיך געעפנט אן אייגן שוהל מיט מוסדות, קיינער שטערט איהם נישט, יעדער קען שטימען ווי אזוי איהם שמעקט אומ-געשטערט.
וואסערע ראלע שפילן די מתיבתא בחורים?
כמעט נישט. די מתיבתא איז היינט רוב קרית יואל'ער בחורים, אין די אלייענס בחורים וואס וואוינען אין קרית יואל קומען דאך אויך אלע שטימען, אויך זענען א גרויס חלק אונטער 18 אדער אויסלענדער וואס קענען נישט שטימען, דאס מיינט אז נישט קרית יואל'ער בחורים איז קנאפע 100 שטימען. אין היי יאר זענען אסאך קווינס בחורים וואס וואוינען אין ברוקלין געקומען שטימען דאס האט יעדער געזען בחוש.
איז אמת אז עקסטרעמע בני-יואל, וואוטן ווייניגער ווי אנדערע פראקציעס?
לא מינהו ולא מקצתו. איך ווייס נישט פון ווי די זאליס זויגן דא ארויס, אדרבא, זיי שטימען כמעט 100%, ביי די פאריגע מעיאר וויילן איז דער שארמאשער געקומען שטימען, ישעי' יעקב שטויבער זעהט מען אלס קומען, וואס נאך ברויכסטע.
וואסערע ראלע שפילן די אזוי גערופענע "לעגאלע" וואטערס פון ברוקלין?
היפש. דאס מאל האט זיך עס זייער אנגעזען מצד די אלייענס, זיי קומען מיט תירוצים אז זיי האבן זומער הייזער אדער אנדערע דריידלעך, אויך האבן די אלייענס דורך זייערע לויערס ארויסגעווארפן איבער 600 וואטערס רוב אהרונים ווייל זיי האבן געהאלטן אז זיי טארן נישט וואטן לעגאל, אין די צייט וואס אהרונים האבן נישט געטאן פארקערט. פאריאר בי די וואלן האבן די אלייענס געהאט בערך 1800 שטימען, ווי אזוי איז מעגליך אז אין איין יאר זאלן זיי צובאקומען 400 שטימען, דער תירוץ איז דער פלייץ פון ברוקלינער איינוואוינער פלאס די פעסטע אומגעענפערטע קאמפיין.
ווי אזוי איז דאס אפגעטייטשט אין ר' אהרן מיט רז"ל/משה גבאי פאליטיק?
ר' אהרן האט א גרויסע רוב סאטמארע חסידים. אויב מ'רעכנט בלויז סאטמארע חסידים צווישן ר' ז"ל'ס חסידים און ר"א'ס מיינט דאס קלאר אז ר' אהרן האט בערך 72% אין רז"ל/משה גבאי בערך 28%, דאס איז א מעכטיגע חיזוק פאר די אהרונים אין א געפערליכע שאס פאר רז"ל/משה גבאי.
אונעם עתיד: וואס ברויכן די "אהרונים" טאן צו פארברייטערן זייער מיאריטעט?
3 זאכן. 1. סערווירן די פארטיי און צושטעלן וואס מער סערוויסעס פאר די אהרונים, ווייל פון די אנדערע קען מען סיי ווי נישט ערווארטן זיי זאלן אמאל שטימען פאר זיי. 2. פאר די וואלן GET DOWN AND DIRTY, זיי זאלן אפיר נעמען די וואטינג ליסט און טוהן פונקט ווי די אלייענס ארויס'זרק'ענען יעדע שטאטישע אלייענס וואטער, 3. דער עיקר פאר די וואלן זאלן זיי ארויס נעמען זייער גרעסטע געווער דאס איז: "דער רב"
וואס קענען די אלייענס טאן "למעשה" צו טאקע "געווינען" אן אמט אונעם ווילעדש?
2 זאכן. אדער ווערן געשוואירענע אהרונים, אדער זיך האקן די קאפ און וואנט.

ר' אהרן האט א גרויסע רוב סאטמארע חסידים.