היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » עס קומען שווארצע טעג פאר די אלייענס!

עס קומען שווארצע טעג פאר די אלייענס!

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1404410

זשוליאני08 » 2/6/2005 18:21

עס קומען יעצט גאר ביטערע און שווארצע טעג פאר די אלייענס מענטשן.

זיי האבן נעכטן געשיקט א מעסעדזש, וואס וועט דערהערט ווערן זייער גוט דורך דעם ווייכהארציגן טשיקן אברהם ווידער.

נאך די פאריגע וואלן, ווען מען איז ארויסגעגאנגען אין א מלחמת חרמה קעגן די אלייענס, איז אברהם ווידער ארויסגעקומען מיט א צעטל, וואו ער האט צוגעזאגט צו סערוון אלע קרית יואל'ער איינוואוינערס אייניג, נישט קיין חילוק פון וועלכן קרייז זיי קומען.

וכך הוה, די לעצטע פיר יאר איז געווען א העלל צו זיין אן אהרוני אין קרית יואל. ווען אן אהרוני און אן אלייענס וואוטער איז אריינגעקומען אין ווילידזש האל, האט מען קודם געטריט דעם אלייענס וואוטער. מען האט געגעבן פאר די אלייענס כל טוב וטוב, עס האט זיי גארנישט געפעלט.

ביי די יעצטיגע וואלן איז אברהם ווידער געווען א וואוילע שעפעלע, ער האט בשום אופן נישט געוואלט קאמפיינען, ווייל ער האט נישט געוואלט טשעפענען קיין שום איד אין קרית יואל.

וואס האט אים די אלייענס צוריקגעטאן פאר אלע גוטסקייטן וואס ער האט זיי געטאן? אז זיי זענען ארויסגעקומען וואטן 150 פראצענט, צוזאמען מיט אלע שווינדלערייען, פאר זייערע קאנדידאטן. עס איז נישט געווען קיין איין איינציגער מכיר טובה ביי זיי, קיין איין איינציגער וואס זאל בלייבן אינדערהיים ווייל מען האט אים געגעבן סערוויס.

די החלטה איז קלאר און איינשטימיג ביי יעדן איינעם, טאפ טו באדעם, די אלייענס האט מיאוס מיאוס אנגעוואוירן.

אברהם ווידער גייט נישט ארויסגעבן קיין שום איבערבעטונגס צעטל פאר די אלייענס וואוטערס (נאך אלעמען האט ער זיי נישט געטשעפעט ביי די יעצטיגע וואלן!) די ווילידזש גייט די קומענדיגע יאר נאכלויפן די אהרונים, און זיי געבן די בעסטע סערוויסעס. מען וועט זיכער מאכן אז יעדער אהרוני וואטער זאל זיין צופרידן ביז'ן דאך און שטאלץ צו זיין אן אהרוני, און אז די 300 אהרונים וואס זענען געבליבן אינדערהיים ביי די יעצטיגע וואלן, און די 150 אהרונים וואס האבן געשטימט פאר יעקב יואל באנדא, זאלן קומען לויפן אויף אלע פיר צו שטימען פאר ווידער.

די אלייענס האט נישט געהאט קיין געהעריגע אישוס ביי די יעצטיגע וואלן.

פיר יאר ארום וועלן זיי האבן גוטע קנאקעדיגע אישוס.

און קנאקעדיגע אישוס יו בעט.

אונז וועלמיר זיי געבן די אישוס!

weiss321 » 2/6/2005 18:44

די חכם דעי וואוטערס זענען ארונים
איהער 120 ארונים האט באנדא געהאט

זשוליאני08 » 2/6/2005 18:51

באנדא האט געהאט איבער 120 אהרונים?

אמת.

פיר יאר ארום וועט ער זיי נישט האבן

ווייל א וואוט פאר באנדא גייט זיין א וואוט פאר זלמן לייב טייטלבוים

Mark My Words

גרונםפעפער » 2/6/2005 19:23

טייערע זשאליעני,
קרעכטס נעבעך אויף די דיסקרימינאציע און טרייסט דיך אויפן FUTURE עטץ וועטץ באקומען ווייטער די SAME ווייל ווידער ווייסט אז ענק שטעלט ער צופרידן מיט לאלי פאפס און לעלא'ס קאמענד סענטערס א.ד.ג. ווען וועסטו שוין אויפמאכן דיינע אויגן

זשוליאני08 » 2/6/2005 20:07

גרונס,

וואט עבאוט רענטעל דירות, 300 דאלאר א חודש, נאר פאר איינער וואס איז באצאלט פולי זיין מעמבערשיפ פאר קהל יטב לב,

ווארט אביסל און קראך.

קרית_יואל » 3/6/2005 00:19

און דו מיינסט אז ווידער וועט איצט האבן א חיים טובים אין די פאליטישע גאס?
נישט אומזיסט איז ער און די גאנצע עשטאבלישמענט אזוי צעשאסן פון די ריזיגע צאל אלייענס וואוטערס.
ווידער ווייסט בעסער פון אונז אלע אז די רעגירונגען אין גוישען און אין אלבעני קוקן מיט א פארגרעסערונגס גלאז אויף די וואלן. זיי האבן קלאר געזען אז די אלייענס איז א שטייגענדער כח וואס מען מוז סערווען פונקט ווי די עקספיריענסט!!!
לדעתי גייט קומען שווערע טעג פאר ווידער אין די קומענדיגע 4 יאר!

KJAlliance » 3/6/2005 03:27

קרית יואל שרייבט:

לדעתי גייט קומען שווערע טעג פאר ווידער אין די קומענדיגע 4 יאר!

און איך זאג, וועיט ענד סי פאור יורסעלף

קרית_יואל » 3/6/2005 03:33

אן אפאזיציע איז לייכטער צו זיין ווי פארקערט.
די אלייענס גייט אי"ה זיין א מעכטיגע אפאזיציע אין די קומענדיגע 4 יאר.

getme » 3/6/2005 03:42

קרית_יואל

אין נאך די פיר יאר??
גייען זיי שוין געווינענן אדער זיין נאכאמאל אין די אפאזיציע פאר פיר יאר??

זשוליאני08 » 3/6/2005 08:05

קרית יואל, איך קען דיר איין זאך גאראנטירן.

פיר יאר ארום ביי ענקערע גענעראל פארזאמלונגען גייט מען נישט הערן די מין לאזונג:

"איר זעט ווי שיין די ווילידזש שטעלט זיך אהער? דאס אלעס איז אונז צום פארדאנקען, אונזערע וואוטערס"

אדער למשל:

"די עפארדעבל דירות, דאס איז אונז צום פארדאנקען, אז מען וועט יעצט גיין וואטן וועט מען באקומען אויך רענטעל דירות"

וואס מען וועט הערן דארט וועט זיין:

"מען באהאנדלט אונז ווי צווייטע קלאס בירגער, מען טריט אונז ווי גלייך אונז וואלט מיר נישט עקזיסטירט"

גדלי' סעגעדין און אברהם ווידער האבן זיך געעפנט די אויגן, און זענען מער נישט בלינד.

פיר גאנצע יאר האבן סעגעדין און ווידער געארבעט פאר די אלייענס, פיר יאר וואס אונז אהרונים זענען געטריט געווארן ווי גלייכבארעכטיגטע בירגער, ווידער און סעגעדין האבן אונז געגעבן די זעלבע ווערט ווי פאר די אלייענס וואטערס (אויב נישט ערגער).

זיי האבן געלעבט מיט די פאלשע אילוזיע אז מען קען אן אלייענס וואוטער אמאל צופרידנשטעלן, און אז ווען מען גיט אים סערוויס וועט ער נישט טראכטן וויאזוי אונטערצוברענגען די אהרונים.

די קומענדיגע פיר יאר וועט מען טריטן די דעמאקראטן אין קרית יואל אזוי ווי מען טריט די דעמאקראטן אין וואשינגטאן די סי.

מיטוואך יוני 1, 2005, וועט פארשריבן ווערן אין די היסטאריע ביכער פון די אלייענס אלס "דער שווארצער מיטוואך".

קרית_יואל » 3/6/2005 08:22

זאג עס ווי מער דו קענסט!
איך האב עס ליב צו ליינען ווי מער!

גרונםפעפער » 3/6/2005 17:22

זשוליאני זיסער,

קענסט מיר ביטע אנגעבן 1 סיבה פארוואס סעגעדין זאל ענק געבן רענטאל דירות, ער האט יעצט סאך מער סיבות ענק נישט צוגעבן,
1) מ'האט דאך אליינס געזעהן די גרינטליכע אנאליז פונעם דזשונאל אז סאיז דא אן איבערפלוס'
2) ס'פעלט נישט אויס מ'קען דאך קויפן עפארדעבל.
3) זיינע קעלבער וואוטען דאך פאר אים עניוועי (איי ער האט געדראפט פון לעצטע מאהל, קוק אינעם אנדערע אשכול וועסטו זעהן די סיבה ווערטהיימער, נישט קאמפיינט א.ד.ג.

במילא חלום זיס און פארקלאץ דיך אויפן "שפאגל נייעם" גארביטש טראק אין אויפן גיגנענאטישן בית השחיטה, (אפשר קענסטו דארט עפלייען פאר א דזשאב) און צום ווידער זעהן און 4 יאר ארום מיט די זעלבע חלומות

טקסטשלךכאן » 5/6/2005 09:01

מען ארבעט יעצט אויף א סיסטעם אז עס זאל קאסטען ארום 175טויזנט דאלער פאר א אהרוני צו קויפען א דירה, אין פאר אן אלייענס וואטער זאל קאסטען 350 טויזנט דאלער צו קויפען א דירה

אגב, מען זוכט נאך אלץ דעם זאלי וואס האט באקריגן א דירה אין עפארדעבעל אין נישט ארויסגעגאנגען וואטען פאר באנדא ביי די פאריגע וואלען.

עטס האט געשיקט די ריכטיגע מעסידזש פאר די אהרונים און אונז ווייסן ווי עס צו דעפאזיטן

Just wait and see

אטוען » 7/6/2005 00:02

ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז און די לעצטע פיער יאהר האבען ביידע פארטייען געארבעט פאר די אלייענס חברה. ר' אברהם ווידער האט פאר זיי אויפגעטון און פיני האט זיי מחזק געווען.

נאך די וואלען האט זיך ארויסגעשטעלט אז קיין איינעם פון זיי איז מיטאמעל איינגעפאלען ארויסציווייזען פאר ר' אברהם אפילו איין פראצענט הכרת הטוב!

ר' אברהם האט זיך ענדליך אויפגעוועקט און האט איינגעזען אז זיי זענען געווען שונאים זיי זענען יעצט שונאים און זיי וועלען בלייבען שונאים אויף אייביג. ממילא וועט ער זיך אויף זיי מער נישט אומקיקען.

די ליצנים זאגען אז פיני'ס "פעמפערס" וועלען יעצט שטארק צוניץ קומען פאר די אלייענס חברה. ווייל ווען ר' אברהם ווידער וועט מער נישט שתדלען אז מ'זאל זיי געבען דירות וועלען זיי לויפען צו פיני נאך דירות. פיני וועט זיי אונווייזען א "מגדל הפורח באויר" אז נאר דעי דירות האט ער פאר זיי וועלען זיי בלייבען "איינגעמאכט" וועט פיני קומען צולויפען ווי א מלאך מושיע מיט "פעמפערס" וד"ל

אטוען » 8/6/2005 21:18

הזורעים בדמעה ברנה יקצורו.
ומכלל הן אתה שומע לאו!
ווייל דעס "כפוי טובה" וואס די אלייענס
האט ארויסגעוויזען ביי די וואלען טאר מען
נישט פארגעסען און נישט פארשווייגען!