היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » וויאזוי "קעש'ט" מען איין די געווינס?

וויאזוי "קעש'ט" מען איין די געווינס?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1404315

בדעבד » 2/6/2005 17:17

וואו באקאנט האט די "אליינעס" אפגעהאלטן א געווינס, נעמליך, זיי האב פארלוירן נאר מיט 500 שטימען....

יעצט איז די שאלה, וויאזוי קאפיטאליזירט מען דערמיט? (פארשטייט זיך נאכדעם וואס דער איד'ס עדיטאריעל וועט זיך שוין געפינען אין שמות, און דער געווינס וועט כמעט פארגעסן ווערן)


איך שלאג פאר אז די אליינס זאל ניצן זייער מאכט אויף צו שתדל'ן ביי די אינסטאנצן פאר א העכערונג אין דער "מינימום וועדזש"!

פארוואס?

זייער פשוט,

פאול וואטשערס קריגן באצאלט פער שעה. א העכערונג אין דו "מינימום לוין" וועט באדייטן א "נעט געין" פון צוואנציג דולור פאר דו מיליאנער בראך פון בארא פארק.....

דאס איז ריכטיג קעש

זשוליאני08 » 2/6/2005 18:02

עס איז געווען מורא'דיג זיס צו זען וויאזוי בראך איז געשטאנען נעכטן ביי די וואלן מיט א פעקל קעש און געטיילט לרחצה, רעכטס און לינקס, פאר יעדע קלייניקייט.

איין בחור קומט אריין אין זאל, זיגי בראך גייט צו צו אים, וויאזוי הייסטו?

דער בחור ענטפערט, איך הייס טייטלבוים.

שרייט אים זיגי צוריק, דו הייסט נישט טייטלבוים.

זאגט דער בחור, איך הייס יא טייטלבוים, שטעל דיך אויפ'ן קאפ.

שרייט זיגי צוריק, ווייז מיר אן איי די

זאגט דער בחור, איך ווייז דיר נישט קיין איי די, און ער האט זיך אוועקגעוואקט.

זיגי לויפט אים נאך און זאגט פאר אים, איך געב דיר הונדערט דאלאר אויב דו הייסט טייטלבוים.

דער בחור זאגט, נא פראבלעם, און נעמט ארויס פון טאש אן איידי.

און זיגי האט ארויסגענומען פון טאש א גרינעם הונדערטער.

אזוי האט ער געשאסן געלט רעכטס און לינקס,

א שאד נאר אז איך בין נישט געווען זיין פרענד נעכטן.