היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » וואלט ווען פראפאגאנדע אויסגעמאכט?

וואלט ווען פראפאגאנדע אויסגעמאכט?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1404196

באראש » 2/6/2005 16:02

ווען די ווילזעש וואלט אינוועסטעד א האלב מיליאן דאלאר וואלט ווען די רעזולטאטן געווען בעסער?

גענוג איבערוואגיג אז עס זאל זיך לוינן א האלב מיליאן דאלאר?
פארלאנגט טאקע דער ציבור צו זיין אומרואיג עטליכע וואכן פאר די וואהלען?

you_bet » 2/6/2005 16:43

יו בעט אז נישט

אין מיין מיינונג דארף מען טאן דריי זאכן

************ארויסברענגן "אלע" היימישע שטימען

איבער "400" עכט היימישע שטימען זענען געבליבן אינדערהיים

***********אלע נישט רעגירונג קאמפאני'ס ווי וועד הקרי', תלמוד תורה, אפארדעבל האוזינג, זאלן צושטעלן סערוויס "נאר" פאר אהרונים

***********א קאנדידאט פון די אנדערע זייט, וואס וועט שרייבן נעגאטיוו קעגן אונזערע קאנדידאטן, זאל מען אים באזינגן אין גאנץ ניו יארק

די לעצטע צוויי זאכן מיינט איין זאך, די זאלי וויילער און די זאלי קאנדידאטן זאל וויסן, אז עס איז דא א פרייז פארן טשעפן

איך ווייס, יא, די אהרונים, דיסקרעמענירן, רודפ'ן, טשעפענען, אבער מיין פוינט איז אז זיי זאלן עס טאקע טאן


און די ערשטע פוינט, דארף נישט קיין הסבר

דעמאלטס וועט - לויט מיין מיינונג - זיין 65/35 פראצענט די וואלן, אזוי ווי דער אמת'ער צוטיילונג איז

ביז דעמאלטס וועט מען זיך מוזן צוגעווינען, אז אברהם ווידער איז מעיאר, יעקב מיטעלמאן, שמואל אהרן לאנדא, יעקב פריינד, ברוך מרדכי מארקאוויטש זענען טראסטי'ס,

און גדלי' סעגעדין איז אדמיניסטראטאר

זשוליאני08 » 2/6/2005 18:37

באזינגען אין גאנץ ניו יארק דאס זאל נישט די עקספיריענס ענד רעזאלטס טאן.

דאס זאל געטאן ווערן דורך א דיפרענט קאמפאני.

דער אהרונישער קאמפיין דארף געפירט ווערן ריין און אידישליך, אן קיין שום שמוץ.

you_bet » 2/6/2005 18:39

זשוליאני

אדער נומער צוויי אדער נומער דריי

אויב נישט זענען די אלייענס גערעכט, נעמען און נעמען און נעמען און נאכאמאל נעמען און נאכדעם געבן א שטויס

נעיווער עגעין האט דער עבריין כהנא געשריגן אימער

getme » 2/6/2005 18:45

מען ברויך אנהייבען ציפרידען צי שטעלן די בעיס

אז אפאר הינדערט ארונים האבן געטוישט לינעס אין געוואט פאר פארקערט מיינט עס אז "עפעס" איז נישט גיט

אנהייבן צי געבן סערוויסעס "נאר" פאר די ארונים ווייל "נאר" זיי וועלן וואטען פאר דיר

יודי ג"ב דירות וואס ער גייט אנהייבן בויען דארף מען פריש איבערמאכן די ליסטע

זאליweaky » 2/6/2005 22:42

גארנישט !!!

מען דארף זיך לערנען פון קארל ראוו להבדיל, די אייגענע פארטיי דארף מען שטארקער מאכן, נישט קוקן גארנישט אויף די אנדערע זייט !!!

זשוליאני08 » 3/6/2005 00:03

יא, ווער געדענקט נישט וויאזוי די נארישע דעמאקראטן האבן געשריגן אז בוש איז משוגע ווייל ער קאמפיינט ביי די בעיס. זיי האבן זיך געשוואוירן אז ער גייט פארלירן.

צום סוף האט בוש געווינען.

דא וועט אי"ה אויך דארפן זיין אזוי, מען וועט קאמפיינען ביי די אהרונים, וואס זיי זענען נאך אלץ 65 פראצענט פון קרית יואל, מען וועט איגנארן די איבריגע 35 פראצענט איינוואוינער און זיי גארנישט געבן.

און מען וועט אי"ה שטארק געווינען.

זשוליאני08 » 3/6/2005 00:05

געטמי איז ביליאן פראצענט גערעכט

סעלעקציע, דאס איז וואס דארף יעצט זיין.

מען דארף איבערגיין די ליסטע פון אלע מענטשן וואס האבן געקויפט דירות ביי יודי ג"ב, די אלייענס מעמבערס זאל מען אראפווארפן פון די ליסטע.

זיי באקומען גארנישט.