היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אנאליזן אויף די וואלן אין קרית יואל

אנאליזן אויף די וואלן אין קרית יואל

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1404147

וואלמארט » 2/6/2005 15:29

דא ווערט דער עולם געבעטן צו שרייבן אנאליזן אויף די מעיאר וואלן אין קרית יואל.



געשמאק » 2/6/2005 15:43

דער עיקר וואס איך האב ארויסגענומען איז, אז מען האט געזען איינמאל פאר אלעמאל אויף אן אמת די מאקסימום וויפיל פאשקעווילן, מיט שקרים, מיט דוירטי טריקס (אליי-רונישע בריוון), האבן אן עפעקט ביים עולם. דאס מיינט אז די גאנצע וואס מען דערלייגט פון גענצליך שווייגן איז עטליכע הונדערט וואטס צון מאקסימום.

זשוליאני08 » 2/6/2005 18:34

רוב אהרונים סופארטן די קלוגע דעסיזשען פון שווייגן און מען וועט אי"ה ווייטער שווייגן, און נישט פירן קיין גויאישע קאמפיינס דא אין שטעטל.

מען קען נישט צוגרונד לייגן די חינוך פון אונזערע קינדער וועגן וואלן, מען קען נישט לעבן אונטער'ן רושם פון וואלן אן אויפהער, מענטשן ווילן אביסל מנוחת הנפש.

די מינוט וואס מען וועט מורא האבן אז מען וועט פארלירן די וואלן וועט מען אנפאנגען ווילד צו קאמפיינען, אבער ווילאנג מען וועט וויסן קלאר אז מען קען נאר געווינען, און אפילו נאר מיט 100 שטימען, וועט מען נישט קאמפיינען. זאלן הונדערטער אהרונים בלייבן אינדערהיים, אזוי לאנג ווי מען קען געווינען וועט מען דורכפירן שטילע און רואיגע קאמפיינס.

וואס יא? יעצט האט מען דאך שוין געזען אז עס איז נישטא קיין שום זאך וואס מען טוט און עס בארואיגט די אלייענס וואטערס, גארנישט שטעלט זיי נישט צופרידן, און די קומענדיגע פיר יאר וועט מען אי"ה ארבעטן אויף א סטראטעגיע וויאזוי צו הייבן די שטאלץ פון די אהרונים, מען וועט פירן דעם שטעטל מיט א געהעריגן אהרונישן ווירטשאפט.

העי דו אלייענס וואטער? דו דארפסט א פראגראם פון ווילידזש? די אפליקאציע דארף מען גיין אויפפיקן אין 6 צאנז קאורט.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 02/06/2005 18:36:53

זשוליאני08 » 2/6/2005 18:48

און דא איז דער פלאץ צו דערקלערן:

אראפ מיט'ן עפארדעבל האוזינג געזעץ!!!

עפארדעבל האוזינג, יו בעט, אבער נאר פאר אהרונים, פאר די וואס קענען ווייזן א מעמבער קארטל פון קהל יטב לב.

קיין איין איינציגער אלייענס איינוואוינער פון די עפארדעבל דירות האט נישט געשטימט פאר Row C.

די חוצפה איז געגאנגען אזוי ווייט, אז איין געוויסער זאלי וואס וואוינט אין וויליאמסבורג, האט זיך רעגיסטרירט צו וואטן אין קרית יואל, אויף זיין עפארדעבל דירה (וואס מען האט נאכנישט געענדיגט צו בויען). ער האט באקומען די ביליגע דירה א דאנק אברהם ווידער, אבער ס'האט ממש געברענט אין אים צו שטימען אומלעגאל, ער זאל קענען ארויסרוקן אברהם ווידער.

ועד הקרי' באלאנגט פאר אונז, און ווען איך רעד פון אונז, מיין איך אונז, די אהרונים. עס איז אונזער געלט, אונזער ביזנעס.

איינער וואס וויל געניסן דערפון דארף טאנצן דריי מאל קדוש פאר אהרן טייטלבוים!

די איבריגע זאלן קייען שטרוי...

weiss321 » 2/6/2005 18:49

די וואוטס ווענט זיך און מ"ה
די וויליזש איז גארנישט מיט נישט
מ"ה כיט נישט קיין סערוויסעס וואס האט א יונגערמאן פון האבן פוד סטעמפ ווען ער האט נישט קיין רואיגע דאך אויפן קאפ ?
וואס האט א טאטע ווען מפיצט איהם די שניי ווען ער דארף טייער חתונה מאכן ?
וואס האט א גרויסע משפחה פון באצאלן פארן מאפיא פרייז און גראסערי ?

getme » 2/6/2005 18:51

פאר בהמות גיט מען שטרוי נישט קיין דירות!!

אויב קענענן זיי זיך נישט אויסלערנען צי זיין נערמאלע מענטשן דארפ מען זיך אימגיין מיט זיי ווי מיט בהמות

אבער די ארונים די דארף מען ציפרידען שטעלן

you_bet » 2/6/2005 18:55

זאג דעם נאמען

שמואל יצחק בן ר' ברוך קליין

פון "וויליאמסבורג"

........................................

קרית_יואל » 3/6/2005 00:15

קודם כל: אויב זענען רוב אהרונים צופרידן פון נישט פירן א שמוציגע פראפאגאנדע "ווייל עס שאדט פאר'ן חינוך", טא פארוואס אויב מען וועט שפירן אז מען האלט ביים פארלירן וועט מען יא אנהויבן א שמוציגן קאמפיין???
ווייזט דאס נישט אז דאס איז בלויז א טאקטיק צו האלטן די אלייענס וואוטערס אינדערהיים זיי נישט אויפצורעגן????
צווייטענס: אויב ענק האבן געוואונען פארוואס זענען ענק אזוי גערעגט?
דריטענס: צי האט מען נישט קיין רעכט צו פארלאנגען א טויש?

זשוליאני08 » 3/6/2005 00:27

דו פרעגסט פארוואס אויב מען האלט ביים פארלירן וועט מען מוזן גיין שמוציג?

ווייל אויב האלט מען ביים פארלירן טוט מען אלע פארצווייפלטע און מיואש'דיגע מעשים, ווי מען האט אלץ געזען וואס די אלייענס האט דא צוזאמגעטאן אין קרית יואל די לעצטע וואך פאר די וואלן. אנגעפאנגען פון זייערע ליצנות'דיגע עיר הצדק'ס (געוואלד, וואו איז מיילעך שטערן?) און געענדיגט מיט די פאשקעווילן אין גאס די טאג פון די וואלן.

אבער אויב איז מען זיכער אז מען גייט געווינען, פירט מען זיך אויף ווי א געווינער.

און דיין לעצטע קשיא פארשטיי איך אינגאנצן נישט. אין אן אנדערע אשכול זאגסטו אז די אלע וואס האבן געשטימט פאר באנדא האבן געשטימט קעגן דעם רב שליט"א

און דא זאגסטו אז זיי האבן געוואלט א טשעינדזש.

קרית_יואל » 3/6/2005 00:40

איך האב געפרעגט פארוואס מעג מען נישט האבן א טויש.
און בנוגע אהרן טייטלבוים האב איך געזאגט, אז עס איז אויטאמאטיש געווען קעגן אהרן וויבאלד אהרן האט זיך געשטעלט אויף א צד.
קענסט מיר זאגן פארוואס אהרן אלס "רבי" (ווי ענק ווילן אים זען) דרף זיך מישן אין די ווילידזש פאליטישע וואלן? פארוואס קען ער נישט געבן קיין "בלעסינגס" אייניג פאר ביידע קאנדידאטן?
זיינע מענטשן וואלטן במילא געוואוסט פאר וועמען ער איז!

זאליweaky » 3/6/2005 01:01

דו קענסט מיר זאגן פארוואס פאטאקי האט נישט געקענט באקומען קיין בלעסינג פונעם רבי'ן אין 94' ???

זשוליאני08 » 3/6/2005 01:07

ר' אהרן האט געגעבן זיין בלעסינגס פאר איין קאנדידאט.

און זיין טאטע, וואס איז סאך לענגער רב, האט געגעבן זיין בלעסינגס פאר'ן אנדערן קאנדידאט.

איז עס נישט א מורא'דיגער געווינס פאר אהרן אז ער איז מער שטערקער ווי דעם טאטן.

אבער צוריק געשמועסט, דער רב האט זיך נישט געמישט אין דעם קאמפיין, און נישט געזאגט פאר קיינעם וויאזוי צו שטימען.