היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » באנדא אנטלויפט קיין לאס וועגאס

באנדא אנטלויפט קיין לאס וועגאס

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1403608

ארענדאר » 2/6/2005 05:03

ביי באנדא אינדערהיים איז חושך מצרים איבער דעם שרעקליכן דורכפאל, נאכדעם וואס ער האט זיך געשוואוירן אז ער גייט געווינען, אנגעקאלט א גאנצע שטאט און זיך געמאכט בושות איבעראל. די משפחה זיצט ארום זיין בענקל און מען איז אים מחזק

באנדא האט יעצט ביינאכט באשטעלט עמערדזשענסי א טיקעט און פליט יעצט אפ קיין לאס וועגאס. ער וויל נישט וויסן פון קרית יואל די קומענדיגע פאר טעג.

ארגינעלער » 2/6/2005 09:23

באנדא איז מער נישט אין שטעטל.

ער האט אפגעטראגן פון דא, ער האט נישט געקענט איבערטראגן דעם שרעקליכן דורכפאל, נאכדעם וואס ער האט זיך שוין געשוואוירן אז ער גייט זיין דער קומענדיגער מעיאר, און געטאן אלע מינים שייגעץ שטיק צו געווינען.

צו באנדא'ס קרעדיט דארף מען צוגעבן אז ער איז געווען דער איינציגסטער פון די אלייענס קאנדידאטן וואס האט געפירט א גוטן - כאטש נישט א נארמאלן - קאמפיין.

ער האט באצאלט גרויסע געלטער פאר פאשקעווילן, אז ס'זאל אויסקוקן ווי גלייך אהרונים האבן עס געשריבן. דער ווידער קאמפיין האט גארנישט געענטפערט אויף די פאשקעווילן און נישט געזאגט פאר'ן ציבור אז די פאשקעווילן זענען ליגנט, און אזוי זענען כמעט 200 אהרונים ארויסגעגאנגען שטימען פאר באנדא, און פאר די אהרונישע קאנדידאטן מיטלמאן און לאנדא. זיי האבן נעבעך אמת'דיג געמיינט אז באנדא איז אן אהרוני, און אז די פאשקעווילן זענען געשריבן געווארן דורך שבת אחים אדער דורך מאיר ווערטהיימער.

אבער נאך זיינע אלע שמוציגע און געמיינע טאקטיקן, האט באנדא נאך אלץ פארלוירן און יעצט באדט ער זיך ערגעץ אין א ספא אין לאס וועגאס.

הודו לשם כי טוב.

TIVLEV » 2/6/2005 15:30


נו, ווער באצאלט די שפעזען?

די ווילידזש צן זיגי?

געשמאק » 2/6/2005 15:33

נעכטן אין סאסמאן האט זיך באנדא אויפגעשטעלט און געזאגט !!!!!

דער עולם ווייסט אז איך האב פארלוירן דאס איז עס און א גוטע נאכט.

ער איז זיך תיכף אפגעפעקלט קיין וועגאס

weiss321 » 2/6/2005 18:57

מיילעך שטערן איז יא געווען העפי
ער האט געזאגט מען זעהט שוין און די חושך עפעס ליכטיגקייט
נאר באנדא האט זיך גענומען צום הארצן

גרונםפעפער » 2/6/2005 19:29

**********UPDATE********
באנדא איבעראשט צו טרעפן הגאון גאב"ד ור"מ אנטווערפען אין לאס וועגס וועלכער וויילט דארט אין די צייט זיך אביסל אפרוען פון זיין שווערן סדר היום
פרטים יבואו

weiss321 » 2/6/2005 19:55

שלש סעודות גייט ער פראווען מיט דעם יפו רב דארט מיט די 2 וואלטער ברודערס אלץ גבאים און עיב בראון אלף ידיד
באנדא דאווענט און יפו שול וועט זיין דארט א התוועדות פון יפו חסידים
פרטים יבואו ..........

גרונםפעפער » 2/6/2005 20:11

באנדא ערשטוינט ווען אנטווערפענער זאגט אים אז פארט אוועק פון וועגעס, ער וויל זיך נישט געפונן אין איין שטאט מיט אים, פונעם רב'ס ענגע קרייז מעלדט מען אז די רב וועט זיך בלית ברירה מוזן ערהוילן אינעם אשת חיל - נערוון צענטער ווי ער וועט זיך אונטערהאלטן מיט שטילע בעקראונד מיוזיק און א אנגענעמע אטמאספער,

יהא בואו לברכה עס וועט אוודאי זיין א חיזוק פאר אלע אונזערע (נערווען קראנקע) נשים צדקניות

aush » 2/6/2005 20:30

גרונם-פעפער
עס קוקט נישט אויס אז די ביסט מיואש!!!

קיפ איט אפ פליז

תוקן על ידי - aush - 02/06/2005 20:33:23

גרונםפעפער » 3/6/2005 17:11

פוןרב'ס שטוב גיט מען איבער אז דער רב וועט אי"ה די וואך ביי שלש סעודות שטארק ארומשמועסן די שעדליכקייט פון לאס וועגס,
***** DEVELOPING *******

קרית_יואל » 3/6/2005 21:17

לויט ווי איך הער פארט דער גאב"ד ור"מ סאטמאר אנטווערפען קיין אמסטערדאם וואו דאס רבנות פאסטן איז פריי געווארן.