היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » היימישע נייעס און שמועסען

היימישע נייעס און שמועסען

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1403537

jid_613 » 2/6/2005 01:44

ב"ה צו מזל און צו ברכה,

א נייע פורום ווי יעדער איז מכובד אריין צו שרייבען, בדעה בינה והשכל, ארויסברענגען א געדאנק, שרייבען א דבר תורה, צו סתם האבען א געשמאקען שמועס, אדער פשוט פארציילען א שטיקעל נייעס וואס ס'קען אולי אינטרעסירען איינער פון די משתתפי הפורום.

פארשטייט זעך אז די נייע פורום איז בכלל נישט קיין סתירה צו חדשות אנש,

נאר א פשוטע גידול טבעי וואס מאכט זיך אין היימישען ציבור

עוורי באדי איז וועלקאם, סאטאר (לכל פלוגותיה), באבוב (כדלעיל), בעלז, פאפא (כדלעיל), וכו' וכו'.

בעזרת השם וועט מען אין דעם נייעם פורום, זיכען ווי ווייניגער צו צענזירורען, און נישט מעקען קיין תגובות, אהן זיך אדורך טראכטען מיט די הרגשים פונעם שרייבער (נישט קיין חילוק פין וועלכע קרייז, און מיר האפען אויב דער עולם וועט קאאפערירען וועט מען בכלל נישט דארפען ציקומען צו דעם.

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=14042

בהוקרה,
דזשיד



תוקן על ידי - jid_613 - 02/06/2005 1:47:21

קומפוט » 2/6/2005 01:58

נו
וואסערע שמוציגע בילדער

פארוואס ביזטו נישט אויף מסורת?!!!!!!!

באראפארקער » 2/6/2005 02:26

איך האב אפלייט, און עס וועט זיין בקרוב אי"ה.

Baachi » 2/6/2005 07:49

וואס איז שלעכט דא?

דער מנהל איז נישט געשטארבן
און סנישטא קיין ירושה

פארוואס דארף מען זיך יעצט צוטיילן?

gishmoker » 2/6/2005 09:01

דו ווייסט נישט אז היינט צעטיילט מען זיך נאך בחיים חיותו?!
סאטמאר יוכיח
וועזניץ יוכיח
ועוד ועוד

TIVLEV » 2/6/2005 15:23


כנראה שב' חסידי באבוב 48 רוצים לתפןס ההגה נראה מה יהיה חלומותם