3:30 אלייענס זייער שטארק, מעגליך געווינט
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1403300
די אהרונים TURN-OUT איז זייער שוואך ביז איצט, די אלייענס ברענגען ארויס הונדערטער מענטשן פון ברוקלין, אויף א משונה'דיגן פארנעם.
רבותי! בלייבטס נישט אינדערהיים, אויב נישט וועט זיין א שטארקע סורפרייז היינט נאכט! זייטס נישט א צועק לשעבר!
גלייבטס מיר בנאמנות, איך רעד נישט סארקאסטיש, כאב גערעדט מיט איינעם פון אינסייד די פאולינג פלעיס.
סיז נאך דא אסאך צייט צו שטימען, אבער לעת עתה אויב די פאולינג וואלט זיך איצט צוגעשפארט, וואלט מן הסתם באנדא געווינען...
איך ווייס נישט צי די מיינסט עס אמת'דיג אבער אפילו יא ביזסטע נישט גערעכט
ווייל די אלייענס האבן א משוגעת ארויסציגיין תיכץ צפרי וואטען מחמת כמה סיבות
אזוי הייסט מען זיי טיען צי מאכן א ווינט
ווייל זיי פלעגן קיינמאל נישט וואטען פילן זיי עקסייטמענט
זיי וואטען מער אלץ פראטעסט ווי צי ערוועלן איינעם ווייל זיי ווייסן אז זיי קענענן נישט געווינענן אין דאס טיט מען מיט מער אייפער
באט שפעטער אין טאג אסאך פרויען מאכן די חשבון צי גיין וואטען ערשט ווען מען גייט צי דער פארטי ממילא די ארונים גייען שפעטער ערשט וואטען
תוקן על ידי - שלמהחיים - 01/06/2005 22:46:43
ביזסט נישט גערעכט!
די אלייענס האבן א משוגעת מחמת כמה סיבות'
זיי מאכן א ווינט פילן זיי עקסייטמענט
זיי וואטען אלץ פראטעסט
זיי קענענן נישט געווינענן
מקוהאיד
בארואיגט אייך, עס איז נישט מער ווי לופט, דרייען זיך דארט צווישען די פיס מינסטו אז זיי זענען א מערהייט.
די איינציגסטע מערהייט וואס זיי האבען איז צו פארלירען.
דאס מאל גייט עס זיי דער דריטע מאל, א חזקה.
מקוה איד טרייבט נישט איבער.
די אלייענס האט געהאט א מעידזשאר Get Out The Vote
אבער די אהרונים האבן קאמפיינט זייער שטיל, און איך בין נישט זיכער אז דאס איז געווען אזא גוטע זאך.
מען דארף ענטפערן א כסיל כאולתו, זיי האבן געפירט אזא שמוציגן קאמפיין ווי פיר יאר צוריק האבן מיר אויך געדארפט פירן אזא שמוציגן קאמפיין און זיי אפפרעגן און דעסטראיען.
יעדער אהרוני וואס קען וואטן זאל ארויסקומען וואטן. יעדע שטימע ציילט, עס איז זייער וויכטיג.
איך מיין איך האב נאך א גוטע רעפיוטעישן דא אויף הייד פארק, אז איך טרייב נישט איבער מיט קיין באריכטן, איך קען ענק באריכטן מיטן פולן קראנטקייט אז לעת עתה (4:15) זענען ווייניגער ווי העלפט ארונים ארויסגעקומען שטימען.
אהרונים אייכה!!!
אלייענס שטימערס, רבותי!
די נייעס איז הוילע אהרונישע פראפאגאנדע! מחנות בחורים פון די קרית יואל מתיבתא אקאפירן די שטים-בודקעס. די אהרונים וואויטען אבער די אלייענס זענען ביזדערווייל שוואך.
נעמטס עס נישט פאר לייכט! קומט ארויס שטימען אין די מאסן!
זייט מעורר די משפחה און חברים, מען זאל ארויסגיין אפגעבן די וואוט פאר מעיאר קאנדידאט באנדא. יעדע שטימע ציילט!
קרית יואל, האק נישט אין טשייניק.
די אלייענס האט געברענגט צענדליגער מענטשן פון וויליאמסבורג, זיי האבן דורכגעפירט כל מיני שווינדלערייען וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן.
זיי זענען גארנישט געבליבן אינדערהיים. די אלייענס האט געהאט א מעידזשאר טוירנאוט.
נעטראל שרייבט:
יעצט איז געקומען די ידיעה אז די אהרונים האלטען העכער מיט 300וואטס רבותי
get out the votes
קומטס און די מאסן פאר row a
פאטאקי שרייבט:
אינסייד פאול פון די זאליס
זיי האלטען מיט 545 שטומעס העכער פון אונז רבותי זיצט נישט אינדערהיים גייט ארויס קען מען עס מאכן
טייערע זאלונים, דער סטראטעגיע פון אנשטעלן א געזיכט אז מען האלט אינערגעץ איז א אנגענומעןע מיטל אינעם עולם הפאליטיקע, אזוי מאכט דאס אז דער צד שכנגד
קלערן אז מיר האבן עס זיכער און א שאד צו קאמפיינען ווייטער, לויט ווי איך פארשטיי דא פון מיין האטעל אין פלארידע איז דער מצב גאר שמאל ביי די זאלונים ממילא
קומט אין מאסן! ! יעדע שטימע מאכט אויס
זייט נאכנישט פריילאך פון מקוה אידס באריכטן וואס ער פראבירט מיט אלע מיטלען עס זאל אויסזען כאילו עטץ האטס עס
קומט אין מאסן!
וואס איך קען יא זאגן איז די איינציגע זאלוני דא איז קרית יואל און זיין שותף שלמה חיים די איבעריגע זענען אלע אהרונים וואס שיסן פעך און שוועבל
און ענטפערן אמן יהא שמיה רבא בכל כוחו אין הייד פארק אריין
אלע Scare Tactics ביטע לייגן אין דעם אשכול.
מען קען נישט עפענען פרישע אשכולות יעדע פאר מינוט.
רבותי,
אלע ענקערע חקירות וועלען זיך אויסלאזען מיט א בוידעם
אויב די אהרנים וועלען בלייבען שלאפען אין די היים!
געדענקט גוט, אז די וואלען געווינט נישט די פארטיי וואס
פארמאגט דעם רוב ציבור נאר די פארטיי וואס ברענקט
ארויס איהר עולם!
דערווייל האט די נערישע אפגעפרעגטע אלייענס פארטיי
ארויסגעברענגט אלע איהרע משוגעים, נישט נאר פון דאהי
נאר פון די שטאט אויך, אבער די קלוגע אהרנים האבען
נאך אפילו נישט באוויזען ארויסצוברענגען זייער עולם פון
קרית יואל!
וועט איהר פרעגען פארוואס איך דעפרעס דעם עולם און
פארוואס גיב איך סחורה פאר די שונאים? דער תירוץ אויף
דעם איז פשוט. ס'איז אסאך בעסער זיי צו געבען סחורה
אויף א פאר שעה ווי איידער זיי געבען סחורה אויף פיער
יאהר, דאס איז ערשטענס!
צוויטענס, ווייל איך וויל נישט זיין קיין "צועק לשעבר!"
יעצט איז נאך צייט און מ'קען נאך פאררעכטען.
בעט איך אייך רבותי פארשפיעלט נישט!
טאמער האט איהר נאכנישט געשטימט, ווארט נישט אויף
די לעצטע מינוט נאר גייט שוין! און גייט נישט אליין נאר
נעמט מיט די משפחה און די שכנים!
געדענקט! פארשפיעלט נישט!
יעדער וויל זיין דער אנדערדאג אזוי אז מען פארלירט זענען די בושות נישט אזוי גרויס, ווייל דא אויף היידפארק איז זיכער נישט דאס פלאץ ארויס צורופן די וואוטערס, ביידע צדדים האבן א גענויעם ליסט פון ווער ס'איז געווען שטומען און ווער עס איז נישט געווען שטומען, און ס'איז זייער גרינג אנרופן יעדן איינעם אהיים אן בעטן צו גיין שטומען, על כן CUT THE CRAP
און שפילטס נישט דעם UNDERDOG GAME.
who ever will win the other party is the looser but we win all-the-wayok
וויפיל וואוטס גייט זיין ?
קען יעדער פון שטאט וואוטען ?
די גמרא זאגט אבער "זאת ועוד אחרת" א איד דארף טיען
ביידע סיי אויף דעם טעלעפאן און סיי דא אויף היידפארק
איך וויל אבער נישט זיין א "צועק לשעבר" פארשטאנען?
דא קומען אלע Scare Tactics
נישט עפענען קיין פרישע אשכולות.
איך האב נישט קיין כח איבערצולייגן.
די אלייענס נוצט ווייטער שמוציגע טאקטיקן צו מאכן מענטשן וואטן פאר זייערע קאנדידאטן.
קודם האבן זיי פרובירט מיט די פאלשע מכלומר'שטע אהרונישע צעטלעך, און יעצט נוצן זיי א מייק צו רעדן ווי מכלומר'שטע אהרונים.
די מייק וואס פארט ארום בעט אז מען זאל וואטן פאר Row A All The Way, וואס דאס איז אן אלטע אהרונישע סלאגאן.
ווי אויך נוצן זיי די זעלבע ווערטער וואס די אהרונים נוצן אין זייערע אויסגאבעס, "העלפט אונז אז מיר זאלן קענען העלפן ענק און ענקערע קינדערלעך,"
ס'איז קלאר אז זיי ווילן ווייטער פארמישן דעם ציבור.
לאזט אייך נישט פארפירן, קומט ארויס וואטן פאר די אונטערשטע שורה, ראו סי
דא איז די קליפ פון זייער מייק-טראק, פון טקסטשלךכאן
http://rapidshare.de/files/2117671/MOV01780.MPG.htmlדאס איינע מאל וועל איך אריבערלייגן די אשכול אהער
אבער פון יעצט און ווייטער, ווער ס'עפנט א פרישע Scare Tactics אשכול ווערט עס אויסגעמעקט בלי שום טענה ומענה.
מען קען נישט אנפילן דעם גאנצן פארום מיט Scare Tactic אשכולות.
עקשטיין שרייבט:
רבותי רופט אייערע חבירים ידידים בעט די בני ביתצו רופען ווייבס חברטארענס צו קומען וואטען רופט זיי אין בעט זיי צו קומען וואטען עס איז נאך דא א ריזיגער ציפער וואס איז נאכנישט געקומען וואטען
די ארונים האבן אנגעהויבען א שרעקליכען פראוד מיט וואטען אויף פרעמעדע נעמען
אויב קומט איר נישט וואטען וועט מען ניצען אייער נאמען אויך שווינדלערייען
מקוה איד שרייבט:
שוין נישט דא וועם צו רופן, מ'האט שוין גערופן די בני בית און חבר'טעס, אלעס האט שוין געשטימט, עטס (אלייענס) ברויכטס נאר זיצן אין האפן אז די אהרונים זאלן בלייבן אינדערהיים.
אגב, ענקארעדשינג נייעס, יעצט זעהט מען קומען מאסן מענטשן שטימען (רוב אהרונים), העלמיר זעהן וואס סעט זיך אויסקאכן, זייער מעגליך אונז וועלמיר זיך מוזן צוגעוויינען צו מעיאר באנדא.
יא חזרטס ענק גוט איין מעיאר באנדא.
די עסקנים גייען איבער די ליסטעס א יעדע האלבע שעה אין ווייזט זיך ארויס אז עס נאך געבליבען א ריזיגער ציבור אינדערהיים
די ארונים נוצען אייערע נעמען צו וואטען אויף אייער נאמען
נעמט דאס נישט פאר גרינג
קאלט א יעדן איינעם איר קענט צו גיין וואטעןאז נישט וועלן די ארונים עס נוצען פאר שווינדלערייען
דאס אז איר גייט פערזענליך וואטען דאס איז דער בעסטער געווער אנטגעגן שווינדלערייען
עקשטיין!
זיגי האלט אן אויג שלאף רויג!
איינוועגס, ווארט איך נאך אויף דיין תשובה
לגבי רז"ל'ס שהחינו אים פורים
קאום אן עקשטיין!
מיר לעבן שוין נישט אין דו מיטל אלטער, דע סלאגאן "מ'וואוט אויף אנדערע נעמען" האט שוין לאנג אויסגעוועפט. Unless god himself intercedes
דו וועלט אין וואס דו לעבסט האט שוין עקספייערט!
רבותי, נישט נעמען פאר גרינג!
נאך געבליבן א דרייפערטל שעה צו שטימען.
עטליכע הונדערט אלייענס מיטגלידער האבן נאכנישט געוואוט. עס איז קריטיש וויכטיג צו קומען אפגעבן די שטימע, און נישט לאזן עס זאל צוגערויבט ווערן דורך די ווילידזש!
עוד מעט כי פנה יום!
EKSTEIN
דער איד האט דעך געשריבען אז עטץ האטס געווינען אין קארט אין עס וועט זיין צענדליגע פאול וואטשערס אין איך ווייס אליין נישט וואס נאך
וויאזוי קען נאך זיין פראוד?
זיגי מיט א ציריסענעם רעקעל איז דעך אויך דארט
די אלייענס האט ארומגערופן יעצט אויפ'ן טעלעפאן אז עס איז נעק אין נעק, 2,000 פאר ביידע קאנדידאטן, און מיט נאך אפאר מענטשן וועט מען עס מאכן.
זיי זענען זייער זיכער אז זיי האבן עס.
לאמיר האפן אז זיי וועלן האבן א וויסטע מפלה.
ווער ס'קען נאך וואוטן זאל גיין וואטן.
שארמאש,צי א וויסטע מפלה קענענן זיי נישט האבן ווייל זיי ווייסן אויך אזזיי קענענן נישט געווינענן!!
די שאלה איז נאר מיט וויפל די פארלוסט גייט זיין
הודו לה' כי טוב!
ווי יעדער זעהט טאקע די מציאות וואס איך האב געהאט באריכטעט, אז די אלייענס האט ארויסגעברענגט אן אפטנארמאלן טורנאוט, הונדערטער זאליס פון ברוקלין זענען געקומען צו פארן קיין קרית יואל. טעקניקלי האבן רוב פון זיי לעגאל געשטימט, ווייל ווי לאנג די ביסט רעדשיסטערט אויף איין פלאץ אין די וואוינסט אין קרית יואל אפי' נאר פאר א חודש מעגסטו שטימען.
ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט זענען רוב סאטמארע חסידים געקומען שטימען נאך 6 אזייגער פארנאכטס און דאס האט אפגעשלאגן די אלע דריידלעך און פעלשערייען פון די אלייענס.
בזכותו של אותו זקן וועלן די משחיתים נישט האבן קיין שליטה אויף אונזער קהילה און הייליגע שטעטל.
כמאמר הגאב"ד המרא דאתרא שליט"א:
לא ירעו ולא ישחותי בכל הר קדשי!!
מען קען דאס אויך צולייגן צו די ליסטע פון די אלייענ'ס שקרים.
יעדער אין שטים זאל האט געזען צופרי די איבערוויגנדע אנלויפעניש פון די אלייענ'ס. און די אנלויפעניש ביינאכט פון די אהרונים.
די אהרונים האבן דא פארפירט אז עס איז צרות, און אזוי אויך די זאלי'ס.
די אהרונים האבן געהאט פונקטליכע ליסטעס פון די שטימען, און אזוי אויך די זאלי'ס.
אבער מיט דעם הילפ'ס רוף זענען נאר די אהרונים געווען גערעכט !!!
און די אלייענ'ס האבן סתם געשריבן, אבי צו באקומען נאך איין שטימע.
זאל יעדער זען - צום וויפילטן מאל - וויפיל מען קען געטרויען זייערע אינפארמאציע, און וויפיל מען קען געטרויען אונזערע !!!
פארפאלן, דער מקוה איד איז אלעמאל גערעכט...
מקוה איד:
אין סאטמאר נוצט מען דעם פסוק "לא ירעו ולא ישחיתו וגו'" נאר ווען מען כאפט א פליק און מען ברענט פאר כעס!
קרית_יואל, כאב דיך נישט געצ'עפּעט, צ'עפּע מיך נישט, שכוח.
קרית_יואל:
איך לייג די ווערטער אוועק !!!
----------
אגב.
וואס איז מיט די ווערטער פון "והיא לא תצלח" ???