מען בעט אז יעדער איינער זאל דא אריינלייגן די לעצטע נייעס און נאטיצן פון די קרית יואלע וואלן.
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » *לייוו אפדעיטס פון וואלן אין קרית יואל*
*לייוו אפדעיטס פון וואלן אין קרית יואל*
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1402539
"ראביי" ישעי' יעקב שטויבער איז פונקט ווי יעדע יאר געווען דער ערשטע וואטער.
ער איז געקומען וואטן בדחילו ורחימו 6 אזייגער פארטאגס.
נאכ'ן אריין קומען אין זאל האט ער אויסגעטאן די ברילן און פארמאכט די אויגן, נישט צו דארפן קוקן אויף די מענער פאול וואטשערס וואס די אלייענס האט געברענגט (רח"ל).

זיגי בראך האט נישט געקענט שלאפען די גאנצע נאכט פון גרויס נערוועזקייט, איבער די פראד וואס ער האט אליינס אנטדעקט אינמיטן טאג און די גאנצע נאכט איז ער ארום געפארן מיט זיין קאר לעבן די עזרת חולים בילדינג אהין אין צוריק.
זיגי איז געווען זיכער אז ביינאכט בשעת יעדער שלאפט קומט גדלי' סעגעדין אריין דורך א אונטער טיר, און שטימט פאר די אינקאמבענט קאנדידאטען הונדערטער מאל.
זיגי האט גארנישט געזעהן נאכן זיך ארומדרייען א גאנצע נאכט, אבער ער האט זיך געשוואוירן אז ער האט ארויס געהערט "קליקס" פון דעם זאל, און ער איז זיכער אז קנעפלעך פון די ווידער קאנדידאטען האבן זיך גערוקט ארויף און אראפ, פון זיך אליינס.
אוי באשעפער, פון ווי נעמט מען אזויפיל טיפשות?

נאכ'ן אנמאכן ביטול תורה און צוברעכן די צניעות מויערן אויף א שרעקליכע פארנעם, האט די אלייענס מוסיף געווען חטא על פשע און געמאכט א שרעקליכע חילול השם, ווען זיי האבן אנגעברענגט די מידיא, די טעלעוויזשאן סטאנציעס און די צייטונג רעפארטערס צו קומען קאווערן די וואלן.
גדלי' סעגעדין האט דערקלערט פאר די רעפארטערס אז זיי האבן נישט קיין רעכט אריינצוקומען אין זאל, אן קיין געשריבענע ערלויבעניש פון דעם ווילידזש קלוירק.
צום שלימזל פון די אלייענס זענען פונקט דעמאלטס אנגעקומען די באסעס מיט בחורים פון די קווינסער ישיבה, און די בחורים זענען אלע געווארן דערשראקן און בלאס אז זיי וועלן זיין אויף קעמערע און מען וועט זען אז זיי זענען געקומען וואטן אומלעגאל.

די "קוראזשפולע פרויען" זענען אריין אין קראפט.
די מענער זענען אהיימגעגאנגען.
די קוראזשפולע חציפות פון די אלייענס האבן שוין אנגעפאנגען צו רודערן און נאכשרייען מענער.
פריער איז געקומען שטימען דער זון פונעם דיין שליט"א, און די אלייענס קלאפטע וואס איז געשטאנען ביי זיין טיש האט געמאכט א טשעק ביי זיין נאמען, אבער זי האט געמאכט דעם טשעק אויף די נישט גוטע פלאץ. דער יונגערמאן הייסט ח. בערקאוויטש, און ס'איז דא נאך א יונגערמאן וואס הייסט ח. בערקאוויטש, און די פרוי האט געמאכט דעם טשעק ביי דעם אנדערן ח. בערקאוויטש.
נאך א שטיק צייט גיט זי נאכאמאל א קוק אויף דעם נאמען און זעט אז עס איז אן אנדערער ח. בערקאוויטש, זי עפנט א מויל און פאנגט אן צו מאכן קולות אז דער יונגערמאן שטימט אומלעגאל.
ס'איז געווארן אן איבערקערעניש אין זאל און ס'זענען געקומען צו לויפן אלע לאיערס און אפישעלס.
מען האט תיכף געזען אז ס'איז געווען איר שלימזלות, און ס'איז פריש געווען בושות און חרפות פאר די אלייענס.

1,606 מענטשן האבן שוין געשטימט ביז עלף אזייגער.
ביז קוואדער נאך 12 זענען געווען 2,007 וויילער.
דער סך הכל פון רעגיסטרירטע וויילער אין קרית יואל איז 5,886.

די אלייענס האט געפלאנט צו דינגען שווארצע גוים, וואס זאלן טיילן די אליי-רונישע צעטלעך, אז מען זאל וואטן פאר באנדא, מיטלמאן און לאנדא.
אבער דאס איז מיט גרויס מזל אפגעשטעלט געווארן באצייטנס.
דער ווילידזש אדמיניסטראטאר גדלי' סעגעדין האט געטוישט די רעגעלאציעס, ווי די 100 פיס פון וואלן פלאץ פאנגען זיך אן.
ווי יעדער ווייסט טאר מען לויט'ן געזעץ נישט קאמפעינען 100 פיס נאנט צו א וואלן פלאץ.
לויטו די נייע רעגעלאציעס פאנגען זיך די 100 פיס אן ביי די עזרת חולים בילדינג, אין נישט ביי די טיר ווי מען גייט אריין אין זאל.
די אלייענס קען וועגן דעם נישט טיילן קיין צעטלעך אין פראנט פון עזרת חולים.

פארציילט מיר יעצט א יונגערמאן , ער גייט אין שאפינג סענטער ביי גרענד פוד סופערמארקעט אין טרעפט דארט מיסטער באנדא, באנדא פרעגט צי ער האט שוין געשטימט , זאגט ער ניין, זאגט אים באנדא טו מיר א טובה אין וואויט פאר מיר, האט דער יונגערמאן גענטפערט, איך וואלט גערן געוואוט פאר דיר אבער איך האב ליב צי וואטען פארן געווינער , באנדא האט אנגעשטעלט א פאקס אין אפגעטרוגען פין דארט.
גאר
גאנץ א גיטס,הלואי ווען עס איז ווען אמת,
מען וואלט דא געברויכט לייגן א פאר קליפס פין דעם עיגא באנדא פריער האב איך אים געזען ארוםגיין נעבן ביהמ"ד חרדים פאלאנגען וואטס,ער קיקט נישט אויס גיט היינט

ביז זעקס אזייגער האבן שוין געשטימט 3,924 מענטשן.
יעצט, די לעצטע פאר שעה, פאנגט מען אן צו קומען שטימען העווי, אזוי גייט עס אלעמאל.

יעצט האלט עס שוין ביי מער מענטשן וואס האבן געוואט פאריגעס מאל
קיקט עס אז די ארונים גייען יא ענדיגן מיט עטוואס א גרעסערע מערהייט ווי פאריגעס מאל,ווייל ווי מער מענטשן עס וואטען אלץ מער פארדינט דערפין די ארונים ווייל למעשה זיי זענענן די מערהייט

אבי גערעדט,
דו האסט נאמבערס?
פארוואס עפעס זאגסטו אז עס איז יעצט דא מער וואוטערס ווי לעצטע מאל?

די לעצטע ציילונג איז געווען 4,674 מענטשן וואס האבן געשטימט, ביז אכט אזייגער
תוקן על ידי - קריתיואלער - 02/06/2005 3:22:35

איך געב שוין אויף לכאורה גייען זיי געווינענן מיט א גרויסע מערהייט
איז דא א נאמבער ווי מען וועט מעלדן די רעזולטאטן??
212-990-7303
יישר כח!!
ביז צען צו ניין האבן געשטימט 4,903 מענטשן