היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » שוידער: אלייענס האט מענער פאול וואטשער'ס

שוידער: אלייענס האט מענער פאול וואטשער'ס

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1402509

קישטא_קאי » 1/6/2005 13:13

אין א שרעקליכע מרידה אין הייליגען באשעפער און די הייליגע תורה הקדושה, האט די באנדא\אלייענס פארטיי געטאן א געפערליכע מעשה נבלה, און זיי האבען געשטעלט מענער פאול וואטשער'ס, דאס מיינט אז א מאנספערזאן וועט זיצען 15 שעה אויף איין טיש מיט פינעף פרעמדע פרויען ר"ל.

אוי .... מיום הדין, אוי .... מיום התוכחה !!!!



תוקן על ידי - קישטא_קאי - 01/06/2005 13:23:35

ארענדאר » 1/6/2005 13:44

אפדעיט:

איבערקערעניש קומט פאר אין וואטינג פלאץ.

טייל פין די אלייענס פאול וואטשערס האבן זיך געכאפט היינט צופרי אז ס'איז א בושה צו זיצן לעבן פרויען, און זיי דרייען זיך ארום אין זאל.

די בארד אף עלעקשאנס פארפירט אז פאול וואטשערס טארן זיך נישט ארום דרייען, און שרייט אויפ'ן ווילעדזש אדמיניסטרעטאר ר' גדלי' סעגעדין.

סעגעדין האט געזאגט אז די פאול וואטשערס זענען די אלייענס' מענטשן און ער קען גארנישט טאן מיט זיי.

קרית_יואל » 1/6/2005 15:49

דאס איז געווען א טייל פון די ווילידזש עקשנות און ארומדרייען די אלייענס איבער די אינספעקטארס.
דער ווילידזש האט במשך פון עטליכע טגע געהאלטן אין איין ארומפאפן די ועד הצניעות.

אטוען » 1/6/2005 16:05

א יונגערמאן א תמים פון די אלייענס האט מיר ערקלערט וואס די אלייענס שיטה איז לגבי צניעות ביי די וואלען.

ער האט מיר געזאגט בזה הלשון "דער רבי זי"ע האט כסדר מעורר געווען וועגען צניעות סיי און די שטוב און סיי און די גאס. האבען מיר דארכגעטון אלע ספרי רבינו און הפלא ופלא אז דער רבי זי"ע האט נישט דערמאנט קיין אות אחת וועגען צניעות ביי די וואלען."

און ער האט אויסגעפירט אזוי: "זעט אויס אז דער רבי זי"ע האט געהאלטען אז די וואלען גייען אריין און דעם גדר ,עת לעשות לה' הפרו תורתך' און די אלייענס וועט זיך בשום אופן נישט לאזען אוועקרייסען פון דעם רבי זי"ע'ס דרך!"

נו פרעג איך אייך!

זשוליאני08 » 1/6/2005 16:29

א פרישע מעשה, מען האט זיי ארומגעפאפּט.

- שוין אפאר טעג וואס יעדער ווייסט דא אויף היידפארק אז די אלייענס האט גענומען מענער פאול וואטשערס

- שוין אפאר טעג וואס יעדער ווייסט דא אויף היידפארק אז אלע ווילידזש אינספעקטארס און פאול וואטשערס גייען זיין פרויען.

- שוין אפאר טעג וואס יעדער ווייסט דא אויף היידפארק אז די אלייענס איז פאר'עקשנ'ט און וויל גארנישט נאכגעבן פאר די ווילידזש.

- שוין אפאר טעג וואס יעדער ווייסט דא אויף היידפארק אז די ועד הצניעות האט געסטראשעט ארויסצוגעבן א צעטל קעגן די אלייענס.

- שוין אפאר טעג וואס קרית_יואל לייקנט די אלע שוידערליכע באריכטן, און זאגט אז עס איז שקרים פון די אהרונים.

יעצט קומט ער מיט א פרישע מעשה אז די אלייענס האט גארנישט געוואוסט אז ס'גייט זיין פרויען אינספעקטארס און פאול וואטשערס.

יעדער נארישער ליינער דא אויף היידפארק האט געוואוסט דערפון אבער די אלייענס נישט.

וועמען ווילסטו דאס איינרעדן?

סארי, מיר זענען נישט קיין אלייענס וואטערס, אונז פארקויפט מען נישט בלאף.

געווינער » 1/6/2005 16:31

א אלייענס פאול וואטשער זיצט צוזאמען מיט די פרויען אינספעקטערס אן קיין טראפ בושה


[בילד – נישט אפגעהיט]

געווינער » 1/6/2005 16:32

א אלייענס פאול וואטשער זיצט צוזאמען מיט די פרויען אינספעקטערס אן קיין טראפ בושה


[בילד – נישט אפגעהיט]

געווינער » 1/6/2005 16:34

א אלייענס פאול וואטשער זיצט צוזאמען מיט די פרויען אינספעקטערס אן קיין טראפ בושה


[בילד – נישט אפגעהיט]

געווינער » 1/6/2005 16:35

א אלייענס פאול וואטשער זיצט צוזאמען מיט די פרויען אינספעקטערס אן קיין טראפ בושה


[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 1/6/2005 16:40

אפדעיט... אפדעיט...

נאכדעם וואס ס'איז געווארן א שרעקליכע איבערקערעניש, און די גאנצע קרי' נאמנה איז אויפגעטרייסלט געווארן איבער די שרעקליכע פירצה, האט די אלייענס זיך געכאפט ווי מיאוס זיי זענען דורכגעפאלן, און זיי האבן אוועקגענומען אלע זייערע מענער פאול וואטשערס און אנגעקומען מיט א מחנה פרויען.

די אלייענס מענער שעלטן אוועק, זיי זאגן אז זיי האבן גענומען אףף פון זייערע דזשאבס און יעצט שיקט מען זיי אוועק מיט ליידיגע הענט.

ברוך השם אז נאכ'ן ווארענען און סטראשענען און בעטן און וויינען האבן די רשעות'דיגע מענטשן מסכים געווען אוועקצונעמען זייערע מענער פאול וואטשערס.

אבער ליידער איז עס געווען צו שפעט, נאך אפאר שעה וואס די וואלן זענען געווען אפן.

געווינער » 1/6/2005 17:16

דער אלייענס פאול וואטשער איז שוין אביסל פרומער, ער האט זיך געזעצט מיטן רוקן צו די נשים
[בילד – נישט אפגעהיט]

געווינער » 1/6/2005 17:41

פריש פריש!!

איך קום יעצט פון די וואלען, איך זעה דארט ווי פנחס יאקאבאוויטש שטייט מיט צעטלעך פון היידפארק אין פארפירט.

ער האט איבער געדרייט א וועלט אז מען כאפט בילדער איליגעל, אין מען לייגט עס ארויף אויף די "אפישעל וועבסייד" פון עקספיריענס ענד רעזאלטס.

איך בין געווארען רויט ווי די וואנט און געציטערט אז די גאנצע זאל שטייט און קוקט אויף מיר, און איך האב מיך גערוקט אין א ווינקל. די ווילידזש אפישעלס זענען געווען געפערליך אויפגערעגט אויף פנחס פארן מאכן איבערעקערענישן און קומען מיט באבע מעשיות, זיי האבען געזאגט אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא וועבסייד, און זיי קענען נישט קאנטראלן יעדע מאן דהיא וואס האט א קעמערע.

די לאיער פון די ווילידזש האט געזאגט אז כאפן בילדער פון א עלעקשאן פלאץ איז לעגאל און מען קען זען אויפן אינטערנעט בילדער פון אלע עלעקשאנס, אפילו פרעזידענט עלעקשאנס.

יאקאבאוויטש האט אבער נישט אויפגעהערט צו רודערן, אבער איך האב געציטערט אז מען גייט מיר זעהן אין איך האב אפגעטראגן פון דארט באצייטנס.

ווער עס ווייסט די סוף פון די מעשה זאל דא שרייבען.

שלמהחיים » 1/6/2005 18:30

גי סוף פין די מעשה איז אז ב"ה איב ווידער האט געווינען טראץ ,,,בלא בלא בלא

מען זעט בחוש אז דער רבי זי"ע משמי מעל וכלו',,

חסדי השם כי לא תמנו

אלסווייסער » 1/6/2005 18:53

עס איז נישט צום גלייבן וואס די פיקשערס האבן אויף געטועןן
א האלבע שעה נאך דעם וואס די בילדער זענען ארויף געגאנגען דא זענען די מענער פאלל וואטשער'ס פארשיקט געווארן.

אטוען » 1/6/2005 19:20

איינער האט אונטערגעהערט א שמיעס ציווישען פיני און איינעם פון זיינע "מענער פאאל וואטשערס.

דער אינגערמאן האט איהם פארגעהאלטען אזוי: פיני, די האסט דאך מיר צוגעזאגט אז די ווייסט אז דער ווילעדש וועט זיך ברעכען און זיי וועלען אויך שטעלען נאר "מענער פאאל וואטשערס" און נאר פארדעם האב איך מסכים געווען צו זיין פאאל וואטשערס. דערווייל זיץ איך איין מאן אליין
מיט לויטער נשים!

האט פיני ,ברוב חכמתו, איהם גיענטפערט זיי נישט קיין נער! די זעסט דען נישט אז דאס זענען אלע מענער? דער ווילעדש וויל דיך פארטרייבען האבען זיי געהייסען זייערע מענער פאאל וואטשערס זיך פארשטעלען ווי נשים!

פיני האט זיך אונטער געשמייכעלט מיינענדיק אז ס'איז געלאנגען ווען דער יונגערמאן האט איהם יענטפערט: "דיינע חלומות קענסט די פארקויפען פאר די אהרנים, איך אבער בין א מבין אויף נשים און זיי זענען נישט קיין
מענער!" ופני פיני חפו! !

אטוען » 1/6/2005 20:54

די אלייענס שיטה איז לגבי צניעות ביי די וואלען!

דער רבי זי"ע האט געהאלטען אז די וואלען גייען אריין און דעם גדר ,עת לעשות לה' הפרו תורתך'!

קריתיואלער » 2/6/2005 01:12

געוואלד און געשריגן!

יעצט זעקס אזייגער האט די אלייענס באשלאסן אז די פרויען טויגן נישט, און זיי טשאלענדזשען נישט גוט, און זיי האבן צוריקגעברענגט די מענער פאול וואטשערס.

די ועד הצניעות שוימט.

דער בעל דבר האט זיך געשטארקט.

מען האט געמיינט אז מען האט שוין עפעס אויפגעטאן, אבער די פארדארבענע אלייענס פארשוינען האבן באשלאסן צוריקצוברענגען די תועבה צו דעם וואל ארט.

זיי ווייסן אז יעצט גייען קומען אסאך אהרונים שטימען, ווילן זיי ענג מאכן דאס פלאץ פאר די אהרונים.

הישמע כזאת בישראל?

ekstein » 2/6/2005 01:19

רוב מענער קומען וואטען אדער צופרי אדער נאכמיטאג נאך 6
אין רוב פרויען קומען אינמיטען טאג
איז אזוי אויך אויסגשטעלט געווארען די פאול וואטשערס
אז פארטאגס ביז נאך די מענער גייען אין ארבעט זענען געווען מענער אין אימיטען טאג פרויען אין יעצט פארנאכטס צוריק מענער

קריתיואלער » 2/6/2005 01:22

אויסגעשטעלט געווארן אז מענער זאלן זיצן צוזאמען מיט פרויען?

פוי, שעמטס ענק!

קריתיואלער » 2/6/2005 02:09

א בילד וויאזוי זיגי בראך געט אינסטראקשענס פאר אן אלייענס מאן פאול וואטשער, וואס איז יעצט אנגעקומען און זיך צוריקגעזעצט לעבן די פרויען.
[בילד – נישט אפגעהיט]

ekstein » 2/6/2005 02:15

נו אז ווידער שטעלט צו נאר פרויען פאול וואטשערס יעצט ווען עס קומען אלע ארבעטערס יונגלייט

איז עס שעימעניו

איזעס נאר צו באגריסען אז די אלייענס שטעלט צו אין די ריכטיגע צייט ווען אינגעלייטקומען אהיים פין די ארבעט מענער פאול וואטשערס

אטוען » 2/6/2005 02:44

ערליכע אידען האבען היינט צופרי מוחה געווען קעגען די אלייענס ביקעס וועליכע האבען אויף א פרעכען אופן געבראכען די גדרי הצניעות דא אין קרית יואל. אויף זיי האבען חז"ל געזאגט "ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים"

מעשה שהיה כך היה. אלע יארען זענען די "פאאל וואטשערס"
געווען נשים. היי יאהר איז די אלייענס אנגעפאלען אז נשים טויגען נישט ווייל זיי זענען נישט געניג (טאף) שטארק. אויף אידיש גערעדט, אז זיי קענען נישט אויסטיילען גענוג צרות פאר די היימישע אידען וואס קומען שטימען!

זיי האבען טאקע געשיקט מענער, דאס הייסט אז זיי האבען מחליט געווען צוציזעטצען א חסידישען יונגערמאן אויף איין טיש מיט פיער נשים! די פילע תחנונים וואס די וועד הצניעות האט זיך ביי זיי געבעטען האט גארנישט געהאלפען! און גאנץ פרי זענען שוין די ביקעס געזעצען זייט ביי זייט מיט די נשים צדקניות.

וכדי בזיון וקצף!

די ערליכע אידען, זעענדיג די מעשה נבלה פון דער אלייענס, האט פאר גרויס ווייטוג פון זיי ארויסגעשריגען דער צער אויף דעם חילול השם נורא און די אלייענס זענען זיך צולאפען מיט חרפות. און די נשים צדקניות האבען אפגעאטעמט.

אבער יעצט פארנאכט איז מען געוואער געווארען אז די פוסטע אלייענס ביקעס זענען צוריק געקומען. זעט אויס אז זייערע פארפירערס האבען זיי מחזק געווען אז זיי דארפען נישט פרעגען די ערליכע אידען.

ואני תפילה אז זיי וועלען היינט נאכט ליידען א וויסטע מפלה אז מ'וועט פון זיי פטור ווערען איינמאל פאר אלע מאל. אמן

קרית_יואל » 2/6/2005 02:44

ערליכע אידן זענען דאנקבאר די אלייענס פאר דעם מורא'דיגן תיקון בדרכי הצניעות וואס זיי האבן איינגעפירט.

ווי יעדער ווייסט, קומען פון פארטאגס ביז צען אזייגער בעיקר נאר מענער. ווייטער פון צענע ביז 6 נאכמיטאג קומען מערסטנס די פרויען. און די מענער וואס הייבן אן אהיימקומען פון 6 אזייגער פון די ארבעט, קומען דעמאלט וואויטען.

האט די אלייענס איינגעשטעלט, אז מענער זאלן סערווירן מענער, און די פרויען זאלן סערווירן פרויען, ותיקון גדול עשו בעמם אשרי להם!

וויפיל זיי האבן פרובירט אפצושמועסן מיט די ווילידזש זיי זאלן מסכים זיין צו דעם מורא'דיגן תיקון, האט עס געהאלפן א מכה.

(אגב האט מיר מיין ווייב געזאגט אז ווען זי איז געגאנגען וואויטן האט זי אליין געזען ווי א פרוי פאול וואטשערין ----------- מיט א בחור משלהם, ווי צו זאגן אז ער דארף נישט ציטערן אפילו די שטימע איז פאלש, רח"ל וואס א שפלות די ווילידזש האט אראפגעפירט זייערע אייגענע מענטשן פאר פארטייאישע אינטערעסן. אוי להם מיום הדין אוי להם מיום התוכחה!)

תוקן על ידי - davka - 02/06/2005 2:58:40

אטוען » 2/6/2005 02:51

ערליכע אידען האבען היינט צופרי מוחה געווען קעגען די אלייענס ביקעס וועליכע האבען אויף א פרעכען אופן געבראכען די גדרי הצניעות דא אין קרית יואל. אויף זיי האבען חז"ל געזאגט "ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים"

מעשה שהיה כך היה. אלע יארען זענען די "פאאל וואטשערס"
געווען נשים. היי יאהר איז די אלייענס אנגעפאלען אז נשים טויגען נישט ווייל זיי זענען נישט געניג (טאף) שטארק. אויף אידיש גערעדט, אז זיי קענען נישט אויסטיילען גענוג צרות פאר די היימישע אידען וואס קומען שטימען!

זיי האבען טאקע געשיקט מענער, דאס הייסט אז זיי האבען מחליט געווען צוציזעטצען א חסידישען יונגערמאן אויף איין טיש מיט פיער נשים! די פילע תחנונים וואס די וועד הצניעות האט זיך ביי זיי געבעטען האט גארנישט געהאלפען! און גאנץ פרי זענען שוין די ביקעס געזעצען זייט ביי זייט מיט די נשים צדקניות.

וכדי בזיון וקצף!

די ערליכע אידען, זעענדיג די מעשה נבלה פון דער אלייענס, האט פאר גרויס ווייטוג פון זיי ארויסגעשריגען דער צער אויף דעם חילול השם נורא און די אלייענס זענען זיך צולאפען מיט חרפות. און די נשים צדקניות האבען אפגעאטעמט.

אבער יעצט פארנאכט איז מען געוואער געווארען אז די פוסטע אלייענס ביקעס זענען צוריק געקומען. זעט אויס אז זייערע פארפירערס האבען זיי מחזק געווען אז זיי דארפען נישט פרעגען די ערליכע אידען.

ואני תפילה אז זיי וועלען היינט נאכט ליידען א וויסטע מפלה אז מ'וועט פון זיי פטור ווערען איינמאל פאר אלע מאל. אמן

אטוען » 2/6/2005 03:00

נאר איין פראבלעם מיט דיין פשטיל
אויף די בילדער קען מען זען
פיער נשים! איך וועל ציווארטען,
צייל אליין! איינס, צוויי, דריי, פיער!

יא?

און וואס נאך זעט מען?

איין ביק!

יעצט טאנץ קדוש קדוש קדוש אויף דעם תיקון גדול
פון די אלייענס!

זשוליאני08 » 2/6/2005 03:02

תיקון בדרכי הצניעות, וואספארא נארישע גערעדעכץ איז דאס?

זעקסע זיבענע אכטע ניינע

די תורה גייט אן 24 שעה א טאג.

און אז די תורה לאזט נישט פאר מענער זיצן נעבן פרויען, טארן מענער נישט זיצן נעבן פרויען.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 02/06/2005 3:05:37

שלמהחיים » 2/6/2005 03:10

צי שטעלן פרויען פאול וואטשערס ווען מענער קימען איז עצת בלעם

די ווידלעש האט געבעטן אז אלע פרויען זאלן קימען בייטאג ווייל מענער גייען קימען ביינאכט!!

פארוואס איז יעצט נישט דא קיין מענענר פאול וואטשערס???

זיי ווייסן אז מענער קימען ביינאכט זיי האבן עס אליינס געשריבען

טקסטשלךכאן » 2/6/2005 03:10

וואסערע שטותים און נערישקייטן צו רעדן.

ס'קומען מענער אין פרויען א גאנצען טאג, איין מאל מער איין מאל ווייניגער.

וואסערע אויפטו איז ארום צו דרייען מיט די פאל וואטשערס יעדע פאר שעה, ווען די פאקט איז אז סוכ"ס איז דא מענער און פרויען אין די בילדינג.

joel2005 » 2/6/2005 03:14

why didn't the viladge set that on the place of the 4 ladys should sit 4 mens? beter that 4 BIKES should deal with all the pepol then all the mans should have to dael with the ladys. ha? SHEMEN U

שלמהחיים » 2/6/2005 03:19

די ווידלעש,יא די ווידלעש האט געבעטן אלע פרויען אז מען זאל קימען אנימיטן טאג ווייל ביינאכט אין פארטאגס גייען בעיקר קימען די מענער!

אז די גלייבסט נישט וואק אריין אין שול וועסטע זען!

אויב אזוי פארוואס שטעלן זיי נישט צי מענער פאול וואטשערס פארטאגס אין ביינאכט??

עס איז בכלל נישט שווער צי האבן צווי שיפטס ארבעטערס!!
פארוואס דארף די ווידלעש ציברעכן די חומת הצניעות אין שטעטעל??!!שומי שמים,

געוואלד תערובות!!

ווער ווייסט נישט אז ביינאכט קימען מענער??


תוקן על ידי - שלמהחיים - 02/06/2005 3:22:40

joel2005 » 2/6/2005 03:25

RIGTH SHLOMO CHAIM!! GREAT

שלמהחיים » 2/6/2005 03:28

איך שרייב עס נישט ווייל צניעות באדערט מיר ,
נאר פשוט ווייל די ווידלעש האט געמאכט די שגץ שטיק ווייל זיי האבן געמיינט אז אזוי וועט די אלייענס נישט ברענגען זייערע מענער

וועגן דעם האבן זיי פארקויפט די גאנצע צניעות

אטוען » 2/6/2005 03:40

שר כוחכם!

יעצט איז מיר שוין אלעס פארענטפערט!

ס'איז מיר אבער שווער געווארען א נייע קשיא

ציונייזם איז כשר געווארען
צניעות דארף מען שוין נישט
נו מיט וואס איז סאטמאר אנדערש פון לובאוויטש?

שלמהחיים » 2/6/2005 03:43

טוען

וער האט געשטעלט פרוען פאול וואטשערס ווען מענער קימען??הא,ווער??עצת בלעם,
מען האט זיך געבעטן ביי זיי אין גארנישט האט נישט געהאלפן

אטוען » 2/6/2005 03:50

ביי די נעקסטע וואלען וועט מען שוין גיין צום כותל

שלמהחיים » 2/6/2005 03:51

נישט מיט דיר ווייל די ביזסט א אפגעפליקטער שוטה די בלייבסט דא

שארמאש » 2/6/2005 03:52

וואסערע געפערליכע שקרים און טיפשות די אלייענס שטיצערס רעדן דא צוזאם.

די עלעקשאן לאו זאגט קלאר אז די אינספעקטארס מוזן זיין די זעלבע א גאנצן טאג, מען קען נישט טוישן. נישט קיין חילוק צו זיי זענען שווארץ, ווייס, פרויען, מענער. זיי מוזן זיין די זעלבע א גאנצן טאג. זיי מוזן זיין די זעלבע מענטשן פון זעקס פארטאגס ביז 9 ביינאכט.

און וועגן דעם האט מען באשלאסן צו נעמען פרויען אינספעקטארס (אזוי ווי ס'פלעגט אלע יארן זיין) און אויך האט מען למען הצניעות געמאכט אז די ווילידזש פאול וואטשערס זאלן אויך זיין פרויען.

אבער די הינטישע אלייענס, מיט זייערע עקלהאפטיגע צורות, וואס שפראצט רשעות און שנאה, מיט זייער פאלשע קנאות, מיט זייער אייביגע שקרים, אז זיי פארטרעטן דעם רבי'ן ז"ל, די דאזיקע רשעי עמינו, האבן בשום אופן נישט געוואלט זיך צושטעלן, זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט טאן וואס עס איז געווען די בעסטע פאר די גדרי הצניעות.

זיי האבן בשאט נפש געברענגט מענער און זיי אראפגעזעצט צווישן פרויען.

ווען די ועד הצניעות האט זיי קלאר געזאגט אז די ווילידזש גייט צושטעלן נאר פרויען, ווייל ס'איז נישט מעגליך אנדערש.

רשעים! פוסטע יונגען! עטס וועטס פון גהנם קיינמאל ארויסגיין!

זאליweaky » 2/6/2005 03:52

איך האב געהערט אמאל פון א זאלי, אז די אהרונים זענען פונקט ווי די טאליבאן, זיי האבן דריי פריאריטי'ס.

צניעות, ציונות, און טעראר.

האב איך אים געענטפערט, אז איך נעם ארויס פון זיינע ווערטער, אז די "זאליבאן" האבן אויך דריי פריאריטי'ס.

נישט צניעות, נישט ציונות, און נישט טעראר !!!

דערווייל זע איך איז נאר מקוים געווארן די ערשטע צוויי דריטל...

שלמהחיים » 2/6/2005 03:54

אויב עס איז אמת וואס שארמאש שרייבט
צי איך צירוק

מודה ועוזב ירוחם

joel2005 » 2/6/2005 04:54

i do not agree with SHARMASH this is not an answer why thay set there ladys? there was a lot more mens the whole day turen around there and thay could sit there as well so stop with the crep

you_bet » 2/6/2005 16:20

שארמאש איז גערעכט אז אן איספעקטאר דארף זיצן א גאנצן צייט

נאך מער מען דארף דורך גיין א קלעס, און מען קען נישט ארום טוישן יעדע פאר מינוט

און נאכמער, פארוואס שלמה חיים זענען אלע גראסעריס דא בעיקר פרויען - חוץ אין סקווירא - פאר קעש רעדזשיסטערס,

און נאכאמאל נישט קיין חילוק צו עס איז נאר מענער אדער נאר פרויען


די נקודה איז אז די היילגע בני יואל האט צוגעשטעלט זיצן "איין" אינגערמאן צו "פינף" פרויען פער טיש, און דוקא אזעלעכע הייליגע ווי פאלקאוויטש, טארים, דייטש, שווארץ, האללענדער, לעווי, נידערמאן, זיצן האנט ביי האנט ממש לעבן פרויען, ווי "יעדער" קען דאס זעהן אויף די בילדער,

איינער, מאיר דייטש זוהן, האט געהאט א טראפעלע בושה און זיך געזעצט מיטן רוקן צו די פרויען, ווי מען קען זעהן ביי די בילד פון מאשין פאר עי און בי

פארוואס האבן זיך די אנדערע מענער צוגערוקט ממש אין די פרויען

בושה איז ניטאמאל אן אויסדרוק

גרונםפעפער » 2/6/2005 17:05

קען מיר איינער פארשטיין געבן פארוואס אונזער באליבטער הויכגעשעצטער "עקספיריענסד" קעשיר\טראסטי לאנדא מעג שטיין בייב רעדשיסטער אגאנצן טאג מיט פרויען און לעבן פרויען, GRAND FOOD שטייען מענער מיט פרויען, ווידער זיצט אין אלבעני ביי פאטאקיס סדר מיט פריצות, די אלייענס יונגעלייט האבן ריכטיג געוויזן א סעמפל פון צניעות זיצענדיג באשיידן מיט ערליכע נשים צדקניות אזוי איר קענט זעהן אוף די בילדער (חוץ אפאר בילדער וואס זענען געכאפט געווארן אינמיטען פארהאנדלען מיט די אינספעקטארס אויף א וואוטער

זאליweaky » 2/6/2005 22:39

דו ביזט גערעכט.

(און פאר אינטערעסאנטקייט.

גדלי' האט שוין אמאל שיעור נישט ערלעדיגט מחיצות ביי די וואלן, ווען נישט וואס ער איז פונקט אראפ מיט די עלעקשאן קאמישאנער קויפן לאנטש, און זי האט געזען וואס עס טוט זיך אין די גראסערי...).

די שאלה איז, פארוואס זענען די בהמות אזעלכע היפאקריטן ???

די לעצטע פיר יאר האלט מען אין איין הערן ווי שטארק די אלייענ'ס וויל איינפירן גדרי הצניעות און די ווילעדזש לאזט נישט וכו' וכו' וכו'.

און יעצט ווען עס איז נתגלה קלונם ברבים מיט א אומדערהערטע פרעכהייט, שעמסטו זיך נישט צו קומען זאגן אז עס איז נישט קיין פראבלעם ???

שוין אפגערעדט פון דעם אז אין א גראסערי איז מען נאר אפאר מינוט, און דא זיצט מען עטליכע שעה.

אבער ווי אזוי שעמען זיי זיך נישט צו באשמוצן אנדערע מיט זייער אייגענע שמוץ ???

כל הפוסל במומו פוסל !!!

אטוען » 2/6/2005 23:24

איין זאך וואס וועט אבער אלעמאל בלייבען אסור אווי
חזיר איז די "אגודה"! ווייל אויב זאל די אגודה חלילה
מותר ווערען ווערט דאך דער רב שליט"א אויך מותר,
רחמנא ליצלן!