אלייענס פארפלייצט די שטאט מיט פאשקעווילן
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1402478
היינט איז געווען גרויסע בזיונות פאר די אלייענס, ווען זיי האבן זיך נישט געקענט באהערשן פון גרויס יאוש, און זיי האבן געטון א זאך וואס רעגט אויסטערליש אויף קרית יואל'ער איינוואוינער (איבערהויפט פרויען), און זיי האבן באווארפן די שטאט מיט העסליכע פאשקעווילן.
יא, יא, זעהט אויס זיי ווייסן שוין אויך אז!!!!
זיי האבען נישט וואס צו פארלירען
כאפטס אריין א וואדקע
די בושות זענען גרויסע,
זיי האבן צוזאמגענומען א גרופע ביקעס, וואס קענען נישט ליינען קיין אידיש ווארט, און מען האט זיי געגעבן א פאק אלייענס פאשקעווילן און אויך די אליי-רונישע פאשקעווילן.
די אלייענס פאשקעווילן האבן זיי געדארפט ווארפן אין די גאסן, און די אליי-רונישע פאשקעווילן אין די בתי מדרשים.
אבער די חברה האבן ווייניג שכל, און זיי האבן גענומען די אלייענס פאשקעווילן, צוזאמען מיט די אליי-רונישע פאשקעווילן, און עס געלייגט אונטער יעדע ווייפער פון יעדע קאר, אז אויב איז געווען ערגעץ א תמים וואס האט נישט געוויסט אז די אלייענס האט געמאכט די פאשקעווילן, זאל ער עס יעצט קלאר וויסן.
יעדער קען זען אז די אלייענס חברה
האט געווינען!
געווינט יעצט!
און וועט ווייטער געווינען!
אלייענס געכאפט רעד הענדעד מיט אליי-רונישע פאשקעווילן
עס איז שיער געווען ארעסטן אינמיטן די נאכט ווען מען האט געכאפט די פארדארבענע ביקעס וואס די אלייענס האט געשיקט, רעד הענדעד, מיט די אליי-רונישע פאשקעווילן, וואס זיי האבן געהאלטן אינמיטן אויסווארפן (צוזאמען מיט די אלייענס פאשקעווילן).
מען האט גערופן סטעיט פאליס זיי צו קומען ארעסטירן, אבער צום מזל פון די אלטע ביקעס איז שמואל מארקאוויטש, פון פובליק סעפטי אנגעקומען און ארלעדיגט ביי די פאליס זיי נישט צו ארעסטירן, די פאליס האט זיי אבער געגעבן טיקעטס פאר'ן ווארפן פאשקעווילן אין די גאסן.
תוקן על ידי - ווארהייט - 01/06/2005 17:51:41
די באיעס האבן געזאגט פאר שמואל מארקאוויטש, אז יעקב יואל באנדא האט זיי צוגעזאגט אז ער גייט אויפבויען א קלאב פאר זיי אין שטעטל, אויב גייען זיי ארום ווארפן פאשקעווילן פאר אים.
שומו שמים!
די ווילידזש געבט אויס צענדליגער טויזנטער דאלארן יערליך פאר שמירה אין קרית יואל, נאר צוליב די יונגאטשן, קומט די אלייענס און נוצט די זעלבע שקצים פאר זייערע שמוציגע אקטיוויטעטען.
די ועד הצניעות פירט שוין א קאמף מיט די רודפי נפשות פאר לאנגע חדשים, קומט באנדא און די אלייענס און זענען מחזק די שקצים און שיקן זיי טון ארבעט פאר זיי.
די יונגאטשן האבן זיך צוגעכאפט צו די אפפער און געווען זייער צופרידן דורכצופירן די שמוציגע ארבעט פאר די אלייענס, ווייל זיי האבן געטראפן א טשענס נקמה צו נעמען אין די הנהלת הקהלה און אין די ווילידזש וואס נוצט אויס זייער אויטאריטי צו דערגיין די יארן פאר די שקצים אויף א לעגאלן וועג.
נאכען שיקען דריי מאל פאשקעווילען אויף די פאסט, קלאמפערשט ארויסגעשיקט דארך אהרונים, האט מען זיי ענדליך געכאפט, די אלע אלייענס פאשקעווילען ווארפערס צוזאמען מיט דעם קאמפעין מענעדזשער, מיט די פאשקעווילן וואס די אהרונים האבן מכלומרשט געדארפט ווארפן.
סאיז בושות און חרפות פאר די אלייענס.
היתכן,מען האט געריפן פאליס פארן ווארפן פאשקאווילן??
ווי איז די היתר פאר מסירה??
איז שוין אלעס מותר??
ווארט נאר, באלד וועט עקשטיין שרייבען אז זייט
די ציוניסטישע הערצעל ווידער אדמיניסטראציע
האט אנגעהויבען דעם 'התגרות באומות' סאניטעשאן
דיפארטמענט זענען די קרית יואל גאסען געווארען
שטארק פארחזרט!
והראי' אז ביי די פאריאריקע וואלען איז נישט אזוי
שמוציג געווען.
און אלעס ווארפט די ציווילדיוועטע ציוניסטישע
הערצעל ווידער אדמיניסטראציע ארויף אויף די
אלייענס!
קיינער האט נישט גענפערט איז אמת אז מען האט געריפן פאליס?
איון ווי אזוי האט מען געמעגט??? עס איז דאך מסירה
די פובליק סעפטי האט זיי געבעטן מיט שיינעם אז זיי זאלן אויפהערן צו ווארפן פאשקעווילן.
אבער זיי האבן געשריגן, איני מכיר בממשלה הטמאה!...
זיי האבן געזאגט אז זיי רעכענען זיך נישט מיט די פובליק סעפטי (וואס איז אריגינעל געגרינדעט געווארן זיי אונטערצוברענגען) און נאר אויב די סטעיט פאליס הייסט זיי אויפהערן, וועלן זיי אויפהערן.
האט מען גערופן פאליס בלית ברירה, און ווען פאליס קומט מוזן זיי דורכפירן ארעסטן.
דא איז געקומען צוהילף אונזער שמואל מארקאוויטש און אויסגעפועלט ביי די פאליס אז מען זאל זיי לאזן אהיימגיין בתנאי אז זיי הערן אויף צו ווארפן די פאשקעווילן.
האבן זיי געכאפט א גוטן טיקעט און מען האט זיי געלאזט גיין.
תוקן על ידי - ווארהייט - 01/06/2005 21:41:14
א ינגערמאן האט מיך אריין געשיקט א בילד וואס ער האט געכאפט היינט צופרי פין זיין קאר.
די נארישע גולמים האבען ארויף געלייגט אויף יעדע קאר א צעטל פון די אלייענס, אז מען זאל וואטן פאר ROW A צוזאמען מיט א פאלשע אהרונישע (אליי-רונישע) צעטל, אז מען זאל וואטן פאר באנדא מיטלמאן און לאנדא.
אזעלכע בהמות האט די אלייענס גענומען צו ווארפן פאשקעווילען פאר זיי.
[בילד – נישט אפגעהיט]