היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ווידער קאמפיין: קיין גענעראל פארזאמלונג

ווידער קאמפיין: קיין גענעראל פארזאמלונג

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1402073

קישטא_קאי » 1/6/2005 02:16

היינט צופרי ווען מ'איז אריינגעקומען אין בית המדרש האט געהאנגען די דרשה פון אברהם ווידער וואס ער האט געהאלטן שבת פארן ליינען, און דער עולם האט גלייך פארשטאנען אז ס'איז היי יאר וועט נישט פארקומען קיין גענעראל פארזאמלונג.



תוקן על ידי - קישטא_קאי - 01/06/2005 2:22:00

קריתיואלער » 1/6/2005 03:09

קיין שום גענעראל פארזאמלונג, קיין שום דרשה.

אז מען האט געזאגט מען גייט נישט קאמפיינען, גייט מען נישט קאמפיינען.

און נישט נאר קיין גענעראל פארזאמלונג גייט נישט זיין, נאר קיין זיג פייערונג נאכ'ן געווינען מיטוואך נאכט גייט אויך נישט זיין, כדי די בחורים זאלן תיכף קענען צוריקגיין צו די ישיבות לערנען און די ביסל ביטול תורה וואס מען האט בלית ברירה געמוזט מאכן זאל זיך תיכף ומיד ענדיגן.

די ווילידזש וועט נישט נאכמאכן די אלע גויאישקייטן, חילול השם, ביטול תורה און תערובות וואס באנדא און די אלייענס האבן אריינגעברענגט.

זשוליאני08 » 1/6/2005 03:38

היינט - איין טאג פאר די וואלן - איז אנגעקומען אויף די פאסט דער ערשטער און לעצטער קאמפיין צעטל פון דעם ווידער טיקעט.

דער צעטל פשוט און גראד, אן קיין שום אטאקעס, אן קיין שום גויאישקייט, נאר ווערי סימפל און איידל, ווי עס פאסט פאר אידן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קישטא_קאי » 1/6/2005 03:39

ראי מה בין בני לבן חמי

זשוליאני08 » 1/6/2005 03:47

דער צעטל וואס האט געהאנגען אין בית המדרש היינט אינדערפרי, במקום א גענעראל פארזאמלונג.

מען מאכט נישט קיין שום פאמפע, קיין שום ראלי, קיין שום איבערקערעניש.
[בילד – נישט אפגעהיט]

צודערזאך » 1/6/2005 03:52

דאס שטילע בעטעדיגע ווערטער, שרייען געוואלדיג!

ס'איז הארץ צו הארץ!

ב"ה אז מיר האבן אזעלכע מענטשן בראש!

אשרינו ומה טוב חלקינו!!

קרית_יואל » 1/6/2005 04:31

נעבעך!
ער ווערט אזוי איבערגענומען דערפון.
אדרבה! פארוואס האט ווידער נישט געקענט טאן די זעלבע זאך די פארגאנגענע 3 יאר???

שלמהחיים » 1/6/2005 04:49

איך שטיץ זייער אברהם ווידער פארן נישט וועלן מאכן יעצט ביי די וואלן קיין ביטול תורה ושנאת חינם

אבער ער מיז גענדעקן אז ער ברויך נאך תשובה טיען פאר די ביטול תורה ,הלבנת פנים,שנאת חנם ,לשון הרע, וואס ער האט אנגעברענגט אויף קר"י פיר יאר צוריק אין צוויי יאר צירוק

יא ער ציזאמען מיט די אלייענס מיט די שרייבערס פין ביידע זייטען יא מען דארף תשובה טיען אויף פיר יאר צירוק אז נישט וועט מען גיין אין גהנום
דאס אז מען מאכט נישט יעצט איז גאר א שיינע זאך אבער די עבירה ווערט דערפין נישט פארגעסן

ווי שטארק מען פרייט זיך אז עס איז נישט שמיציג דארף מען געדענקן די עקעלדיג לשון הרע הלבנת פנים ביטול תורה אין מען מיז איבער בעטן איינער דעם צווייטען אין תשובה טיען דערויף


תוקן על ידי - שלמהחיים - 01/06/2005 4:53:38

צודערזאך » 1/6/2005 04:52

שלמה חיים, ווער נישט דערשראקן, ער וועט נאך "אסאך אסאך יארן" האבן די מעגליכקייט תשובה צו טוהן, "באותו מקום" "ובאותו זמן"!!!!

אמן

davka » 1/6/2005 05:20

אטוען שרייבט:

אויף ר' אברהם ווידער און אויף זיין שטאב זאג איך
"אשרי חלקם" פאר מונע זיין צענדליגע טויזענטער
שעות פון ביטול תורה און שקר און שנאת חינם!

פאר דעם אליין האט ער פארדינט אונזער שטיצע!

davka » 1/6/2005 05:21

געשמאק שרייבט:

שלמה חיים

האסט שוין פארגעסן די גמרא

היכי דמי תשובה... באותו מקום.... באותו זמן....

davka » 1/6/2005 05:21

ז.וועקי שרייבט:

שלמה חיים:

איך פארשטיי דיר נישט.

מילא ר' אברהם, ער האט דאך אנגעהויבן פאר פיר יאר צוריק א מערכה מיטן מעיאר ר' מענדל שווימער, במילא איז ער שולדיג אין די ביטול תורה וכו' וכו' וכו'.

אבער די אלייענ'ס ???

זיי שרייבן דאך אז זיי האבן פיר יאר צוריק שווער געארבעט אז עס זאל זיין שטיל ???

זיי האבן געספענדעט באלד א מיליאן דאלער צו זיין שטיל, און דו קומסט און דו לייגסט ארויף אויף זיי א נאסע ליילעך ???