היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » באנדא גרייט שוין אן מייקס פאר זיג רעדע!!

באנדא גרייט שוין אן מייקס פאר זיג רעדע!!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1402056

אלסווייסער » 1/6/2005 02:02

דער באנדא איז אזוי זיכער אז ער גייט געווינען, אז ער גרייט שוין אהן א וויקטארי ספיטש פאר מארגען נאכט, אין זיין טייערע פאלאץ אויף זענטא רד.

מיט א שעה צוריק האט מען געזען אנגעקומען מייקס צו באנדא'ס הויז, און ווי מען שמועסט האט ער באשטעלט א טייערן קעיטערער צו קעיטערן ביי די ראלי.

באנדא האט איינגעלאדנט זיינע ציוניסטישע חברים פון דיימאנד דילערס קלאב, צו קומען מיטהאלטן די גרויסע שמחה פון זיין זיג. ער וויל אז די ראלי זאל זיין פול פארס, פונקט ווי ביי די וויקטארי ראלי פון א גאווערנאר.

ווי מען שמועסט אין קרית יואל האט זיין משפחה שטילערהייט באשטעלט א אמבולאנס צי זיין הויז, ווייל ער איז אזוי זיכער אז ער גייט געווינען, אז זיי האבען מורא אז ווען ס'וועט קומען למעשה וועט ער עס נישט איבער טראגען.

בקיצור ס'איז לוסטיג מיט דעם באנדא.

תוקן על ידי - אלסווייסער - 01/06/2005 2:05:05

זאליweaky » 1/6/2005 02:33

ער האט שוין פארגעסן אז מיילעך שטערן ערלויבט נישט קיין טענץ אין די גאסן ???

אטוען » 1/6/2005 02:36

די גאס שמיסט אז ס'וועט זיין א פריוואטע ראלי
ווייל און די שטוב האט קיין איד נישט קיין פלאץ