עס איז געווען היינט לעבעדיג ביי דעם שטימע זאל אין עזרת חולים.
די באורד אף עלעקשאנס פון ארענדזש קאונטי האט זיך אראפגעלאזט קיין קרית יואל, און געקומען אין עזרת חולים זיכער צו מאכן אז אלעס איז אין ארדענונג.
די לאיערס פון ווילידזש זענען דארט געווען, און אויך איז געקומען זיגי בראך און פנחס יאקאבאוויטש. זיגי האט געמאכט א שטארקע איבערקערעניש, און פארפירט און איבערגעדרייט א וועלט, אזוי ווייט אז אפילו דער אומקלוגער פנחס יאקאבאוויטש האט זיך אוועקגעשעמט מיט אים און געהאט מיאוסע בזיונות.
פנחס האבן מיטגעברענגט די לאיערס פון די אלייענס, און זיגי האט געברענגט עפעס אן אלטער גוי, וואס איז אן עקספערט אין וואטינג בוטס, און צוזאמען האבן זיי אנגעפאנגען איבערצוקוקן די מאשינען.
מען האט געגעבן פאר די אלייענס רשות אויסצופיקן וועלכע מאשין זיי ווילן און זיגי/פנחס האבן באשלאסן צו נעמען דעם מאשין פון אות T, ווייל זיי האבן געטראכט אז אויב שטימען די טייטלבוימס ביי דעם מאשין, מוזן זיין געפערליכע שווינדלערייען דארט.
זיגי'ס אלטער גוי האט איבערגעקוקט דעם מאשין איינמאל און נאכאמאל, און האט געזאגט פאר זיגי אז אלעס קוקט אויס צו זיין אקעי.
אבער זיגי האט אנגעפאנגען צו פארפירן, אז ער ווייסט קלאר אז די ווילידזש האט אזוי אנגעשטעלט די מאשינען אז ווען עס קומט אן צו 100 ווידער שטימען זאל עס אויטאמאטיש געבן א שפרינג ארויף צו 200 שטימען, און ווען עס קומט אן צו 100 באנדא שטימען זאל עס אויטאמאטיש געבן א שפרינג צוריק צו 0.
די לאיערס האבן געלאכט און חוזק געמאכט פון אים, און אויך די באורד אף עלעקשאן אפישעלס האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן. מען האט פרובירט מיט אלע מיטלען מסביר צו זיין פאר זיגי אז ס'איז נישטא אזא זאך, די מאשינען ארבעטן נישט אויף לעקטער, און אודאי נישט אויף קאמפיוטער, און ס'איז נישט מעגליך אז מען זאל קענען אנשטעלן אזא זאך, אפילו אויף קאמפיוטערייזט מאשינען איז דאס נישט מעגליך.
אבער זיגי האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער ווייסט קלאר אז עס איז דא עפעס א שווינדל, אויב נישט דער שווינדל איז דא עפעס אן אנדערע זאך, ער האט זיך אויפגערעגט אויף זיינע לאיערס און זיין "עקספערט", און געזאגט אז זיי פארשטייען נישט און ער האט זיך אליינס צוגעבויגן צו די מאשינען און אנגעפאנגען צו קוקן און באדערן, (ווי גלייך ער ווייסט וואס ער זעט), ער האט איבערגעציילט די באטאנס אפאר מאל, און ערשט נאך א לאנגע צייט האט ער זיך געבראכן און מסכים געווען אוועקצוגיין פון דארט, אבער ער האט זיך געשוואוירן אז ער איז זיכער אז עס איז נאך אלץ דא עפעס א שווינדל וואס ער און די לאיערס זעען נישט.
בקיצור זיגי און די אלייענס איז געווען צו שאנד און צו שפאט לעיני איבער א מנין פראפעשאנעל גוים וואס זענען דארט געווען.