היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » באמבע: עמרם כהן רעדט קעגן ר' שמעון זאב!

באמבע: עמרם כהן רעדט קעגן ר' שמעון זאב!

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1401895

קרית_יואל » 31/5/2005 23:50

א באמבע איז היינט געפאלן אין קרית יואל, ווען עמרם כהן דער באוואוסטער "מגיד שיעור" פון חובת הלבבות... האט געהאלטן א דרשה קעגן הרה"ג רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א מו"ץ, און אים באשולדיגט אלס ראש המהרסים וכו'.

מער פרטים אי"ה שפעטער.

מקוה_איד » 31/5/2005 23:53

וויפיל אזייגער גייט זיין די "מער פרטים"?

ווייל איך שטעל מיין זייגער זאל קלינגען ווען סיז דא "מער פרטים"?

טקסטשלךכאן » 1/6/2005 00:08

קוקט אויס אז די אלייענס איז אזוי פארצווייפלט איבער זייערע טשענסעס צו געווינען מארגען, אין וועגען דעם לאזען זיי ארויס מעשיות וואס זענען נישט געשטויגען און נישט געפלויגען, אז מען זאל רעדען פון עפעס אנדערש, נישט פון וואלען.

קרית_יואל » 1/6/2005 00:09

עמרם כהן האט אים אנגערופן מיט גאר א שמוציגן נאמען, "צרעת ממארת", און "ראש הנוא.ים", ל"ע וליהודים היתה אורה ושמחה...

getme » 1/6/2005 00:09

ווי פינקטליך איז געפאלן די באמבע? ביי די גרויסע ווייסע שול? אדער ביי די אלייענס שול? אדער אפשר אין אפיס פין די אלייענס? אדער אפשר גאר ביי דיר אין אפיס/שטיב?

ווען די שרייבסט די ווארט "באמבע" מאכט עס נישט אויסזען מער אמת'דיג

אין אז די ברויכסט עס שרייבן איז א סימן אז עס איז שקר,דאס זאלסטע וויסן פאר נעקסט טיים

שלמהחיים » 1/6/2005 00:12

איך האב הנאה צי הערן, נאר אזוי זאלן זיי זיך האקן ביי די קעפ

וועט יעדער האבן מער מנוחה


[בילד – נישט אפגעהיט]

user3user3 » 1/6/2005 00:12

Please dont write this kind of stuff on a CHUSHEVE YID WHO KNOWS CHOVOS HALVOVUS

AFTER ALL HE WAS THE FIRST ONE TO COME OUT AGAINST MOSHE GABAI

BY THE WAY IS IT TRUE????

טקסטשלךכאן » 1/6/2005 00:27

זיך דערלעבט,

שלמה חיים איז געווארן א זאלי.
יוזער איז געווארן א אהרוני.

זעכער איז די מעשה אמת, און מענדל שווימער איז מעיאר.

שורשנגח » 1/6/2005 00:31

און מענדל שווימער געט עס מארגען נאכט איבער פאר באנדא...

קריתיואלער » 1/6/2005 00:45

ניין די אלייענס גייט האבן צוויי מעיארס.

שווימער וועט זיין דער מעיאר פון די אלייענס זאליס
און באנדא וועט זיין דער מעיאר פון די אלייענס אהרונים


[בילד – נישט אפגעהיט]

קרןהתורה13 » 1/6/2005 04:47

כ'לייען עס הערשט יעצט ביינאכט און איך גלייב נישט וואס איך לייען.

וואס איז פשט פון אזא טיפשות אז פאר די וואלן זאל מען זיך פארטשעפן מיט הר"ר שמעון שליט"א, איינער וואס האט א סך שטיצערס אין שטעטל?

צודערזאך » 1/6/2005 04:51

ווען דו זאלסט וויסן ווי אזוי זיי שפירן יעצט, און ווי זייערע בני מעיים דרייעט זיך ווי א וואש מאשין, וואלסטו שוין פארשטאנען דעם עומק פון דעם טפשות...

אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו...

און איך מוז דא צולייגן: ס'איז שוין גארנישט קיין דזשאק...

זשוליאני08 » 1/6/2005 05:29

קרן התורה, דער טיפש ביסטו, אז מען קען דיר אלעס איינרעדן און דו גלייבסט עס.

דו כאפסט נישט ווי כיטרע קרית יואל איז.

ער באקט אויף א מעשה און האפט אויפצוטאן צוויי זאכן.

1. צו מאכן א פייט צווישן די אהרונים.

2. פארדרייען דעם שמועס, וויבאלד די אלייענס ליידט אזויפיל דורכפעלער אז עס פארגייט אים דעם אפעטיט צו זיין אויף היידפארק, וויל ער מען זאל רעדן פון עפעס אנדערש.

און דא קומט אזא טיפש ווי דו און גלייבט עס נאך.

קרןהתורה13 » 1/6/2005 08:56

זשוליאני דו ביסט יא דער חכם?!

איך האב אדרעסירט מיינע ווערטער צו קרית_יואל, אז מסתמא איז עס נישט אמת ווייל ס'איז א געפערליכע טיפשות און דו בויסט שוין פשטעלעך...

[איך האב נישט געקענט מברר זיין אויב די מעשה איז אמת. פון איינעם הער איך להד"ם, א צווייטער זאגט מיר אז עס איז נישט געווען ביים שיעור נאר ביי א קופקע, און א דריטער "ווייסט נאכצוזאגן סטעיטמענטס" וואס עמרם האט זיך אויסגעדריקט און געשריגן: "נשיא בית אב לשמעוני" און צוגעגליכן ר' שמעון שליט"א צו זמרי בן סלוא.
יעצט גיי ווייס דעם אמת.]

נעטראל » 6/6/2005 02:47

לויט ווי איך הער איז ר' שמעון זאב אוועק געפארען צוליב די פרעשור וואס מען מאכט אים דא אן

וויסט איינער ווי ער איז געפארען

קרית_יואל » 6/6/2005 17:05

פרייטאג איז כהן'ס ווייב (די געוועזענע וועשערקע ביי אהרן וסאשא) געקומען צו סאשא אבער מען האט איר ארויסגעקאפעט ווי א כלב!

5_גארפיעלד » 6/6/2005 22:13

איז אמת אז ר' עמרם האט אנגערופן ר' שמעון זאב מיטן נאמען "שמעוני".

האבן מיר א פרישע פארטיי: אהרונים, זאלונים, שמעונים.

בדרך אגב, ר' שמעון זאב איז א פערזענליכער קאמפעטישאן פאר ר' עמרם מיט זיינע אויסערגעווענליכע "חובת הלבבות" שיעורים.

KJAlliance » 6/6/2005 22:28

פרובירט צו מישן

.....................

אפשר וועט זיך עפעס מאכן

....................

גייטס אן
............

joel2005 » 6/6/2005 23:25

kjalliance
i like u
u know that shimen zev is not an arony and that the aronym האבען אים פיינט.
so just face the fact!![;-o

KJAlliance » 6/6/2005 23:36

ביזדערוייל איז דער אשכול "סטריקלי" פאר זאליס, צו שמוסען צווישן זיך, אדער טאקע צו זיך אליין צווישן איין ניק און אנדערן

............


סאו, קיפ אן

..................

joel2005 » 6/6/2005 23:46

don't take it personal

i just say that when u know some thing that this is the fact just face it don't throw it away with crap

by the way thats my only name i have now

KJAlliance » 6/6/2005 23:51

listen joel, i don't have the time for such important matters.., just that you should try to stir somethink, even if does not exist

so keep trying

טאליבאנער » 7/6/2005 00:04

kj alliance
joel2005 say graet
he didn't say that its thrugh that cohen say that
just about you trying to lie something you know its thrugh
joel2005 keep up

KJAlliance » 7/6/2005 00:09

מר טאליבאנער און יואל2005

אנטשולדיגט צוויי מאל

איין מאל, פארן זיך אריינמישן אין א זאלונישן אשכול

איין מאל, פאר שרייבן אידיש, צו אזעלעכע געלערנט ענגלישע שרייבער

joel2005 » 7/6/2005 00:10

kj alliance

take in meind

everybody on hydpark

האט אסאך ליידיגע צייט

u too

KJAlliance » 7/6/2005 00:19

ענגליש שרייבט מען "נאר" אויב מען קען שרייבן ווי א מענטש, נישט ווי אן אלפאבעט

????????????????????????

joel2005 » 7/6/2005 00:22

try to change subject all the way

---------------------------------

מקוה_איד » 7/6/2005 00:35

ברעיקינג נוס!

נעכטן 4 אזייגער נאכמיטאג האט מען געזען ר' ש"ז מייזליש אריינגיין מיט א קוויטל צו ר' זלמן לייב'ן!

קאנפורמט!!!

פארשפילט איז פארשפילט.

טאליבאנער » 7/6/2005 00:51

איך האב געהערט אז ר' שמעון זאב גייט עפענען א ביהמ"ד

אין אלע מענטשן פין זיין שיעור גייען דארט דאוונען

עטליס 250 מענטשן

ווי אזוי שטייט ביי די תוכחה

מכם ובכם

יא יא הארגעט'ס ענק צווישען זיך......

טאליבאנער » 7/6/2005 00:59

מקוה איד

4 יאר ארום ווען די אלייענס וועט האבען עטליס נאך 250 שטימען זאלסטו וויסן ווער עס פראווייד עס.

וועסט קענען אנגעבען א טוץ תירוצים

געדענק וואס עס שטייט דא!!!!!!!

KJAlliance » 7/6/2005 01:03

אויב איז עס מכם ובכם

פארוואס א חילוק 250 אדער 500 אדער 750 א דער 1000

נאר אז מען חלומ'ט מאכט דאך נישט אויס

האלט אן

גענוג פאר מיר, פאר איין חלום

יעצט מוזט עטס אליין ווייטער חלומען

5_גארפיעלד » 7/6/2005 01:14

איך האלט נישט אז עס גייט דא אויסברעכן א גרויסע קריג צווישן די שמעונים און די אהרונים, אבער אזויפיל איז זיכער איז ר' עמרם ווארפט אלס אריין אפאר גוטע ווערטער זיך ממש צום דערקוויקן.

נאך א זאך, בימינו אלה איז נישט קיין שום ספק אז ר' שמעון זאב וועט "עפעס" האבן, וואס ווייס איך נישט, די תקופה אז אן עלטסטער זון נעמט איבער איז אריבער, ווער ס'פארקויפט עפעס, א זון א איידעם וועט עווענטועל האבן מענטשן.

לדעתי האט ר' שמעון זאב דעם גרעסטן כח המושך פון ר' אהרן'ס אלע קינדער און איידעמער, זיכער וועט ער נישט האבן אלעס, אבער דער ציבור איז גענוג גרויס, און ס'וועט אים אויך בלייבן א גוט שטיקל.

פארשטייט זיך אז מיט מיר פערזענליך האט דאס נישט קיין שייכות, ווייל איך בין נישט קיין אהרוני, אבער איך קען ר' שמעון זאב און איך האלט אז ער האט א גוטן פיוטשער...

ווארהייט » 7/6/2005 01:26

שוין העכסט צייט איינצופירן אן ענגליש קלאס אין מוסדות בני יואל...

תוקן על ידי - ווארהייט - 07/06/2005 1:29:42

Ahroiny » 7/6/2005 01:56

They threw out Koihen's wife, so Koihen is gonna become the Zaly, not R' Shimon Zev

Keep focused

What a BS, R' Shimon Zev has the largest and nicest Shier in Byhm"d, R' Amrom Koihen has the 2nd largest shier, all of them Aroinim

Keep making a politic that never existed

טאליבאנער » 7/6/2005 02:04

5 גארפילד

יפה דברת



kj alliance

please explain yuor dreem!! o